שעסלעך (סקיר"ט בלע"ז)

געזונטערהייט

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
מאי 19, 2024
מעסעדזשעס
12
רעאקציע ראטע
53
צו מיינע פרישע חברים דא,

כ'בין נייגעריג וואס דער דעת הקהל איז.
ביי אונזער קאמיוניטי איז געווען שטארק איינגעפירט פאר לאנגע יארן אז די ווייבלעך וואס האבן זיך געוואלט אהערשטעלן אלץ מער אפ-טו-דעיט און מער קיל גענויגט האבן זיך אביסל פארקירצערט דאס שעסל... איינער האט זיך געטרויט מער.. און איינער איז געגאנגען צוביסלעך..
ביזן קני/אויפן קני/העכער די קניען.... זה בכה וזו בכה...

לעצטענס, איז גאר אריינגעקומען די מאדע פון די מעקסי/מידי (גע'אסר'טע..) שעסלעך, די גאר פרומע גייען נאך אזא 4-6 אינטשעס העכער די כדור הארץ, די יונגערע אדער די וואס ווילן ווייזן אז זענען ניט צוקוועטשט גייען שוין מיט מידי'ס און די גאר בעסערישע גייען גאר מעקסי'ס..
וואס מער קיל אלץ לענגער.. אקיצור פונקט קאפויער ווי ביז היינט...

וואס פילט דער עולם, וועלכע פון די צוויי איז מער קלאסיש / קיל / רייצענד / שיין?
 
וואס איך מוטשע זיך צו פארשטיין אז ווען די קערצערע זענען געווען איז סטייל איז עס גווען אסור מטעם (נישט די סטייל) עס איז צו קורס און זעהן א ווייבלס פיס איז מעורר וכו' וכו'

היינט ווען די סטייל איז לאנג איז אסור וועגן סטייל. ווען איז עס סטייל, און ווען האט די סטייל יא אדער נישט קיין סיבה ?
 
די זעלבע דין ודברים איז מיט שווארצע טייטץ.
ווען א שפיצעל לעדי גייט מיט שווארצע טייץ איז זי צניעות׳דיג און פרום, אבער אויב האט די פרוי נישט קיין שפיצל ווערט די שווארצע טייטץ פלוצלינג פריצה׳דיג און מאדערן.
 
וואס איך מוטשע זיך צו פארשטיין אז ווען די קערצערע זענען געווען איז סטייל איז עס גווען אסור מטעם (נישט די סטייל) עס איז צו קורס און זעהן א ווייבלס פיס איז מעורר וכו' וכו'

היינט ווען די סטייל איז לאנג איז אסור וועגן סטייל. ווען איז עס סטייל, און ווען האט די סטייל יא אדער נישט קיין סיבה ?
עקסעקטלי.
ביז נישט צו לאנג צוריק איז זי געווען די וואוילסטע און די בעסטע וואס לענגער זי גייט! אהה, א צנועה! דעקט זיך צו נאך מער!
היינט איז גאר א מערכה אויב גייט זי א מידי...... זי איז גאר "נישט צניעות'דיג"...
איי, פארוואס?!?
קשיות זענען חזיר טרייף...
 
אז מ'רעדט שוין דערוועגן העל איך לאזן וויסן וואס איך גלייך.
א אכצן, ניינצן אינטשיגע סקוירט, אדער גאר א לאנגע וועלכע רירט כמעט אן דעם פני תבל, אבער מיט איין סליט פון דער זייט וועלכע לויפט פון הינטן ביז ארויף אז ווען מ'וואקט זעהט מען ארויס כאטשיג איין פיס.
ס'איז רייצענד? זיכער! אבער וואס איז שלעכט דערמיט, לכך נוצרת!
 
די חידוש איז, יעדע נייע סטייל ווערט אסור צוליב די מאדע, אבער די אלטע מאדעס בלייבן אויך אסור, ווייל מען קען נאר צולייגן איסורים נישט אראפנעמען.

קורצע קליידער זענען שוין לאנג אסור, אויך קליידער ביזן ערד איז שוין היפש לאנג. יעצט איז "מידי" אסור. לאמיר נאר האפן עס וועט נישט אריינקומען אין סטייעל 4 אינטשעס נאך די קני, ווייל אויב יא וועלן זיי שוין מוזן גיין אן קליידער :ROFLMAO:
 
ווי איך פארשטיי איז דא צוויי באזונדערע עבירות,
1) קליידער וואס זענען געמאכט צו רייצן, ווי למשל קורץ און טייט, און דאס איז א פראבלעם מצד צניעות.
2) קליידער וואס בעצם רייצן זיי נישט, נאר ס'איז אסור ווייל ס'איז א "מאדע", דהיינו אז גוים האבן זיך אנגעקלערט אזוי אנצוטוהן, און א יוד טאר נישט נאכמאכן א גוי.

אבער למעשה די בעלי השקפה שרייען אז די ציהל פון די מאדעס איז צו רייצן, קומט אויס ס'איז היינו הך, איי ס'דא גענוג קליידער, ווי למשל די מידי אדער מעקסי, וואס רייצן נישט, און ס'איז געהעריג צניעות'דיג? מוז מען זאגן, אז בעצם איז עס יא צו רייצן, נאר אונז פארשטיי מען נישט פארוואס איז ווי אזוי עס רייצט. כנלע"ד
 
וואס איך ווייס יא
אז וואס ס'זאל נאר זיין שיין און ציענד וועט מען אסר'ן
איי מ'דארף ליב האבן די ווייב????????????????????????
עפ''ל
 
אסר'ן צו טראגן אויפן גאס, פשוט! אזוי קומט עס! יעדער פארשטייט עס! פארוואס זאל "דיין" ווייב אנ רייצן "יענעם"?!! דו באצאלסט פאר איר, ניין?!!
אינדערהיים, זאל זי זיך שיין מאכן די בעסטע וואס זי קען!!!
 
אסר'ן צו טראגן אויפן גאס, פשוט! אזוי קומט עס! יעדער פארשטייט עס! פארוואס זאל "דיין" ווייב אנ רייצן "יענעם"?!! דו באצאלסט פאר איר, ניין?!!
אינדערהיים, זאל זי זיך שיין מאכן די בעסטע וואס זי קען!!!
איך קען הערן דיין מהלך. ווען די אלע פארפירער זאלן ווען לייגן די זעלבע געוויכט אז פרויען זאלן זיך אנטוהן שיין אינדערהיים וואלט איך זיי עטליעסט פארשטאנען. אבער דאס איז ווייט פון די פאקט.
 
אסר'ן צו טראגן אויפן גאס, פשוט! אזוי קומט עס! יעדער פארשטייט עס! פארוואס זאל "דיין" ווייב אנ רייצן "יענעם"?!! דו באצאלסט פאר איר, ניין?!!
אינדערהיים, זאל זי זיך שיין מאכן די בעסטע וואס זי קען!!!
אסר'ן אויף א מענטש נאר ווייל א צווייטער האט נישט יראת שמים האט נישט קיין מקור. זי איז די איינציגסטע וואס ווערט אריין גערעכנט אין חשבון פון וואס יא אדער וואס נישט אנציטוהן. ווילאנג זי גייט אנגעטוהן אין א וועג וואס איז גוט פאר איר, און זי שאדט נישט פאר איר מאן וואס איר איינציגסטע שיעבוד אלס שותפות, האט קיינער נישט אריין צורעדן.

פון ווי ווייסט מען דאס? ווייל אין תורה און שולחן ערוך איז נישטא אזא זאך ווי "הלכות צניעות". די איינציגסטע פלעצער ווי ס'ווערט דערמאנט איז נאר בעקיפין למשל וועגען זאגן דברים שבקדושה בפניה, דאס הייסט אז די חובת הצניעות ליגט אויף דער מענטש וואס זעהט און נישט אויף איר.

די אויסדריק "איסור" פון צניעות איז סתם ליידיגע ווילדע שרעקעדיגע ווערטער. אז א פרעמדע זכר האט א פראבלעם מיט זיין יצר הרע זאל ער אנטוהן סאן גלעסעס.
 
ר' וואלווי איך בין נאך אזא בעל תאווה ווי דו, איך האב אויך זייער ליב צו זעהן פרויען אנגעטוהן זייער שמעקסי!

אבער למען האמת, קודם כל דער מושג פון זאגן רולס אויף ווי אזוי מ'זאל זיך אנטוהן אויפן גאס, האט די שולחן ערוך נישט געדארפט זאגן, ס'נישט געווען אזא זאך, נישט ביי די יודן און נישט ביי די גוים להבדיל, צו גיין אויפ'ן גאס אומ'צניעות'דיג! ביז די היפיס איז געווען אן אנגענומענע דרעס קאוד איבעראל!

און צווייטענס, פאר דעם האבן מיר רבנים, וואס זאגן אונז הלכות וואס איז נוגע פאר היינטיגע צייטן, אפילו ס'שטייט נישט אין שולחן ערוך. דו וועסט נישט טרעפן קיין איין רב וואס וועט דיר פסק'נען אז א פרוי מעג ארויסגיין אויפ'ן גאס מיט אויפגעדעקטע סקין!! און אפילו אינגאנצן צוגעדעקט, אבער מיט די טייטע קליידער וואס ווייזן אלעס ארויס, וועסטו אויך נישט טרעפן קיין רב וואס וועט עס מתיר זיין.

סאו דו ווייסט גאנץ גוט אז מ'טאר נישט, איי, פארוואס? אדער וואס איז די מקור? איך ווייס נישט! "אלע" רבנים זאגן אזוי!
כנלע"ד.
 
ביסטו געגאנגען פון זאגן אז ס'איז דא 'צוויי עבירות' צו זאגן אז הלכה לאזט נישט. און דערנאך אז גראדע איז נישט קלאר אבער פשוט ווייל די רבנים זאגן אזוי.

נאך אביסל וועסטו אפשר אנערקענען אויך אז רבנים פסק'נען צומאל נישט מיט הלכה אדער געוואנדן אין עבירות......
 
איים סארי כ'בין נישט געווען גענוג קלאר.
די צווייטע און דריטע שמועס וואס כ'האב געשריבן וועגן וואס איז "אסור", איז נאר וועגן די ערשטע עבירה פון מיין ערשטע שמועס, וועגן נישט זיין צנועתדיג! (צומישט?)
די צווייטע 'עבירה', וועגן מאדעס, איז נישט קיין איסור, ס'איז אפשר נישט אויסגעהאלטן, קיין רב וועט דיך לכאורה נישט זאגן אז ס'איז אסור,
אבער נישט זיין צניעות'דיג איז דאס וואס איך האב מיך באצויגן אז די רבנים זאגן ס'איז אסור
 
Back
Top