שעסלעך (סקיר"ט בלע"ז)

i am talking about mainstream flatbush , five towns, queens e.t.c.
i made first hand research
איך זע אז מען טענה' נט זיך לאמיר אביסל צונעמען די ענין
ווען איך האב געהערט אים רעדן די ערשטע מאל קעגן נעיל פאליש האב איך מיר נישט געפוילט און איך האב געפרעגט איינער וואס איז אין די קהילה וואס די פשט איז האט ער מיר געענטפערט מקווה
אויף דעם מאכט נישט קיין סענס ווייל עס איז דא גענוג צניעות דיגע ערליכע פרויען וואס לייגן פאליש און שווענקן עס אפ בעפארן מקוה אלס א חלק פון חפיפה (עס איז דא א הסבר צו זאגן אז עס איז דא ווייניגער פרויען וואס פאלישן די נעגל ווייל עס מאכט מער קאמפליצירט די חפיפה. מיינע א קרובע איז געווען יארן לאנג א מקווה אידענע אין פאר ראקאוועי .....)
ווי איך פארשטיי איז דאס נישט קיין צניעות אישו מצידו ווייל ער מענשנט אין די אז מען זאל נישט מאכן אפילו פעדי קיור וואס דאס איז שוין גאר א גרויסע חידוש ווייל ביי אים אין קהילה איז זייער שטארק די צניעות לעוול ווי פרויען גייען נישט ארום אן שטרימפ וואלט לכאורה עס נישט געווען א פראבלעם פונקט פארקערט עס וואלט דאך געהאט די מעלה פון זיך שיין מאכן פאר די מאן... וואס מען רעדט דארט גאר אסאך
נאר אויב איך נעם אן אז עס האט עפעס מיט קליפות ווייל נעגל איז קליפות על פי קבלה דאן קומט אויס אז עס האט גארנישט מיט צניעות
עס איז א לענגס און א ברייטס וואס מען קען אסאך דיסקוסירן אויב דער עולם איז אינטרעסירט
אויך קען מען שרייבן א אישי מיט סיי וועלעכע פראגע
 
נאר אויב איך נעם אן אז עס האט עפעס מיט קליפות ווייל נעגל איז קליפות על פי קבלה דאן קומט אויס אז עס האט גארנישט מיט צניעות
און די וועקער וועגן האר שרייבט ער אז האר ביי פרויען איז פונקט פארקערט פון מענער און ע"פ קבלה זאל מען זיך נישט שערן, אויב איינער ווייסט וואס ס'טוט זיך ביי נעגל זאל ער אריין קומען, אבער מתתבר איז אז זאכן וואס מאכן וואס מאכן א פרוי שענער איז א מעלה ע"פ קבלה
 
וואס עפעס בימי אסאך ספרדים לאזן אפילו געוויסע רבנים דזשינס טייטע הויזן

די חפץ חיים אין משנה ברורה פסקנט אז די פיס מעג זיין אפן
 
ביטע אויב שייך,צו ציצייכענען אויב מעגליך

אדער לייגן א לינק צום ספר
 
לעצט רעדאגירט:
פון מיינע נאטיצן איבער דעם נושא.

כדי אז עפעס זאל זיין א חציצה מדאורייתא מוז עס זיין רובא ומקפיד.
מדרבנן איז אדער רובא, אדער מקפיד.
לפי זה, וואלט דאך לכאורה אלע סארטן מעיקאפ און קאזמעטיקס געדארפט זיין מותר.
דא קומט אריין דער חלק אז אויב האט עס א ממשות, און דער מאן וועט דאס באמערקן אויף איר, וועט דער מאן מיינען אז זי האט זיך נישט ארומגעוואשן פאר אים ממילא ווערט דאס קפיד. אבער אן ממשות וועט דער מאן פארשטיין אז עס איז עפעס א שארפער קאליר פון מילגרוימען אדער סאברא וכדו׳ וואס קען זיך אריינזעצן אין די הויט און וועט וויסן אז דאס קומט נישט פון זיך נישט וואשן
וואס איז דער גענויער גדר פון ממשות? עס איז נישטא קיין קלארקייט אין דעם.
ממילא שרייבן אלע פוסקים וואס איך האב געזען, עס איז יתכן אז איך האב פארזען, אז לכתחילה זאל מען דאס אראפנעמען פאר׳ן מקוה.
בדיעבד, ד”ה אויב מען האט זיך ג׳טויבלט דערמיט נחלקו הדיעות וכמאמר החכם דרעדנער יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלער רב.
איבער לאנג טערם נעיל פאליש, איז לכאורה פיל לייכטער וכנ”ל איבער לאקאלער רב.
 
וועגן די תשובה פון יביע אומר באציעט ער זיך וועגן דזשעל נעיל וואס דאס איז א שטערקער זאך...
 
וואס עפעס בימי אסאך ספרדים לאזן אפילו געוויסע רבנים דזשינס טייטע הויזן

די חפץ חיים אין משנה ברורה פסקנט אז די פיס מעג זיין אפן
וועלכע ספרדישע רבנים פסקנען אזוי?
 
לכאורה אין יביע אומר איך האב נישט דא די מראי מקום אבער לכאורה ווי איך פארשטיי איז עס פאר אזאלעכע וואס וואלטן אן דעם געגאנגען בגילוי בשר כידוע ליודעי חן..
 
פון מיינע נאטיצן איבער דעם נושא.

כדי אז עפעס זאל זיין א חציצה מדאורייתא מוז עס זיין רובא ומקפיד.
מדרבנן איז אדער רובא, אדער מקפיד.
לפי זה, וואלט דאך לכאורה אלע סארטן מעיקאפ און קאזמעטיקס געדארפט זיין מותר.
דא קומט אריין דער חלק אז אויב האט עס א ממשות, און דער מאן וועט דאס באמערקן אויף איר, וועט דער מאן מיינען אז זי האט זיך נישט ארומגעוואשן פאר אים ממילא ווערט דאס קפיד. אבער אן ממשות וועט דער מאן פארשטיין אז עס איז עפעס א שארפער קאליר פון מילגרוימען אדער סאברא וכדו׳ וואס קען זיך אריינזעצן אין די הויט און וועט וויסן אז דאס קומט נישט פון זיך נישט וואשן
וואס איז דער גענויער גדר פון ממשות? עס איז נישטא קיין קלארקייט אין דעם.
ממילא שרייבן אלע פוסקים וואס איך האב געזען, עס איז יתכן אז איך האב פארזען, אז לכתחילה זאל מען דאס אראפנעמען פאר׳ן מקוה.
בדיעבד, ד”ה אויב מען האט זיך ג׳טויבלט דערמיט נחלקו הדיעות וכמאמר החכם דרעדנער יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלער רב.
איבער לאנג טערם נעיל פאליש, איז לכאורה פיל לייכטער וכנ”ל איבער לאקאלער רב.
there is no such thing like long term nail polish
דער עולם דא האט תאוות אין גרויסן. אבער ביטע נישט פארדרייען פאקטן און די תורה .
אסאך שטותים גערעדט דא
איך האב גערעדט מיט א גרויסע ספרדישע רב אין פלעטבוש, ער זאגט מיר די אידן ביי אים זענען ליידער פארדרייט דורי דורות ,און קיין איין ערליכע רב איז נישט מתיר זייער התנהגות, ער האט נישט אויפגעהערט צו לאכן,פשוט אנשטאט צו וויינען ,האט ער דערציילט כל מיני מעשות עם העמרצית ,אז עס קומט פשוט צו לאכן
 
פון מיינע נאטיצן איבער דעם נושא.

כדי אז עפעס זאל זיין א חציצה מדאורייתא מוז עס זיין רובא ומקפיד.
מדרבנן איז אדער רובא, אדער מקפיד.
לפי זה, וואלט דאך לכאורה אלע סארטן מעיקאפ און קאזמעטיקס געדארפט זיין מותר.
דא קומט אריין דער חלק אז אויב האט עס א ממשות, און דער מאן וועט דאס באמערקן אויף איר, וועט דער מאן מיינען אז זי האט זיך נישט ארומגעוואשן פאר אים ממילא ווערט דאס קפיד. אבער אן ממשות וועט דער מאן פארשטיין אז עס איז עפעס א שארפער קאליר פון מילגרוימען אדער סאברא וכדו׳ וואס קען זיך אריינזעצן אין די הויט און וועט וויסן אז דאס קומט נישט פון זיך נישט וואשן
וואס איז דער גענויער גדר פון ממשות? עס איז נישטא קיין קלארקייט אין דעם.
ממילא שרייבן אלע פוסקים וואס איך האב געזען, עס איז יתכן אז איך האב פארזען, אז לכתחילה זאל מען דאס אראפנעמען פאר׳ן מקוה.
בדיעבד, ד”ה אויב מען האט זיך ג׳טויבלט דערמיט נחלקו הדיעות וכמאמר החכם דרעדנער יעדער זאל פרעגן זיין לאקאלער רב.
איבער לאנג טערם נעיל פאליש, איז לכאורה פיל לייכטער וכנ”ל איבער לאקאלער רב.

אין שלחן ערוך יורה דעה סימן קצ"ח סעיף ט"ז ווערט געפסק'נט בפירוש:
צבע שצובעות הנשים על פניהן וידיהן ושער ראשן, אינו חוצץ.
אין די ראשונים שטייט צוויי טעמים:
1) וויבאלד ס'איז דארט מרצון איז עס נישט קיין חציצה
2) וויבאלד סהאט נישט קיין ממשות

וואס גייט אריין בגדר ממשות איז נישט קלאר, אבער לכאו' זענען פשוט'ע מעיקאפ און נעיל פאליש נישט קיין ממשות נאר א צבע בעלמא.

סתם אזוי זעהט מען אין די ראשונים אז די עיקר טעם פארוואס סאיז מותר איז וועגן מען איז נישט מקפיד, און קיינער זאגט נישט אז ספעהלט אויך אויס ס'זאל נישט האבן קיין ממשות. משא"כ פארקערט אויב סאיז נאר דא די טעם פון נישט ממשות אבער מען איז יא מקפיד איז דא א מחלוקות אויב סאיז א חציצה.

סך הכל סאיז א קלארע הלכה אז מעיקאפ און נעיל פאליש זענען נישט קיין חציצה, און די היינטיגע מחמירים זענען געבעיסט אויף שוואכע מעשיות.
 
וועגן די תשובה פון יביע אומר באציעט ער זיך וועגן דזשעל נעיל וואס דאס איז א שטערקער זאך...
איך
אין שלחן ערוך יורה דעה סימן קצ"ח סעיף ט"ז ווערט געפסק'נט בפירוש:

אין די ראשונים שטייט צוויי טעמים:
1) וויבאלד ס'איז דארט מרצון איז עס נישט קיין חציצה
2) וויבאלד סהאט נישט קיין ממשות

וואס גייט אריין בגדר ממשות איז נישט קלאר, אבער לכאו' זענען פשוט'ע מעיקאפ און נעיל פאליש נישט קיין ממשות נאר א צבע בעלמא.

סתם אזוי זעהט מען אין די ראשונים אז די עיקר טעם פארוואס סאיז מותר איז וועגן מען איז נישט מקפיד, און קיינער זאגט נישט אז ספעהלט אויך אויס ס'זאל נישט האבן קיין ממשות. משא"כ פארקערט אויב סאיז נאר דא די טעם פון נישט ממשות אבער מען איז יא מקפיד איז דא א מחלוקות אויב סאיז א חציצה.

סך הכל סאיז א קלארע הלכה אז מעיקאפ און נעיל פאליש זענען נישט קיין חציצה, און די היינטיגע מחמירים זענען געבעיסט אויף שוואכע מעשיות.
קומט אויס אז זשעל נעילס איז יא א פראבלעם,
למעשה אין מציאוח איז קיין איין פרומע ארטאדאקסישע געמיינדע ווי חבד,ליטוויש ,ספרדיש,חסידיש ,אפילו מאדערן פרום נישט מתיר קיין נעיל פאליש
 
איך האב נישט מתיר געווען איך בלויז מסביר געווען א תשובה פון יביע אומר וואס האט א היי וואקעבילערי עברית......
 
לאמיר נישט פארדרייען די נושא אבער די גאנצע עניין פון שומר נגיעה איז א האוקס....
איך מיין אז עס איז בעסער צו עפענען א אנדערע אשכול וואו צו אויסשמועסן אלע צדדים וכ'ו....
 
אדרבה, גיי פתיחה!
מיר ווילן הערן..
 
לאמיר נישט פארדרייען די נושא אבער די גאנצע עניין פון שומר נגיעה איז א האוקס....
איך מיין אז עס איז בעסער צו עפענען א אנדערע אשכול וואו צו אויסשמועסן אלע צדדים וכ'ו....
עס איז נישט קיין האוקס, אדרבא צייג מיר איבער אנדערש.
 
לאמיר נישט פארדרייען די נושא אבער די גאנצע עניין פון שומר נגיעה איז א האוקס....
איך מיין אז עס איז בעסער צו עפענען א אנדערע אשכול וואו צו אויסשמועסן אלע צדדים וכ'ו....
מיר קוקן ארויס אויף אזא אשכול.
נו, כ'האף דו האלסט עס שוין אינמיטן פארענדיגן
 
Back
Top