שעסלעך (סקיר"ט בלע"ז)

לסיכום
ס׳אומריין (ווענד זיך אויב מען גייט אין שאוער)
ברענגט צרות (מקור?)
נישט איידעל (גענוג איידערלע פרויען גייען יא אזוי)
ווילסט דאך זיין וואויל (ווער זאגט מען קען נישט זיין וואויל מיט נעיל פאליש?)
פאטרייבט די שכינה (מקור?)
ס׳ברענגט דינים (מקור?)
מען קען גארנישט פארדינען (זעהט אויס עפעס פארדינט מען יא, ווען נישט וואלט מען עס נישט געטוהן)
ס׳איז א חציצה ( מען נעמט עס טאקע אראפ פאר די מקווה)
נישטא קיין היתר (וואס איז די איסור?)
די באשעפער זעהט אלעס (אמת, נו פיר אויס?)
נאך גיין גויים איז מיאוס (חוקת הגוי איז נאר נוגע ביי א זאך וואס האט נישט קיין סיבה)
זיי נישט קיין אויבער חכם (אויף דעים האב איך שוין נישט קיין פירכא)
 
איך פלעג כסדר זיין פון די מענטשן וואס פארטיידיגן ר' יואל ראטה. אבער ווען איך האב געהערט די ניגון פון די נעיל פאליש, האט עס מיר געגעבן א ציטער. דער מענטש האט א פעטיש פאר נעיל פאליש, קלאר ווי די טאג. דאס דערמאנט מיר פון די reaction formation טערם פון סיגמאנד פראוד. די reaction formation איז אז עס איז דא א מענטש וואס ער פייט געוויסע זאכן וואס באמת וויל עס דאס האבן, אבער ער קען עס נישט האבן, ממילא, פייט ער עס.

לגבי נעיל פאליש, עס איז קלאר נישט קיין פראבלעם להלכה. עס האט די זעלבא פראבלעם ווי מעיקאפ. און לגבי חציצה, איז די היימישע האלטן אז פאר מקוה איז עס א חציצה, אבער נישט פאר נטילת ידים כל זמן די פאליש איז גאנץ. און די ספרדישע האלטן אז עס איז אויך נישט קיין חציצה פאר מקוה אויב די פאליש איז גאנץ.
 
ווען YouTube גייט ארבעטן מיט AI גייט יואלי ראטה אויטאמאטיש ווערן 4x ...
ערנסט גערעדט כ'מיין אז די וועג גייט ארבעטן בעסער ווי די וועג וואס מ'האט אויסגעלענרט צניעות פאר אונזערע ווייבער וד''ל והבן ודוק
 
איך האב הנאה פון די דיסקאשען אבער בעסער וואלט געווען ווען די שטעלסט ווען אריין בילדער פון יעדע שעסל פשוט צו געבן פארשטיין וואס מעקסי איז וכ'ו וכ'ו....
 
נאך א זאך וואס דער ראש ישיבה ברענגט ארויס איז אז צניעות ברויך מען האבן א געפיל און ער שרייבט אויך פון דעם ווען מען פרופט אים צו טשעלענדשן אהער און אהין...
 
איך פלעג כסדר זיין פון די מענטשן וואס פארטיידיגן ר' יואל ראטה. אבער ווען איך האב געהערט די ניגון פון די נעיל פאליש, האט עס מיר געגעבן א ציטער. דער מענטש האט א פעטיש פאר נעיל פאליש, קלאר ווי די טאג. דאס דערמאנט מיר פון די reaction formation טערם פון סיגמאנד פראוד. די reaction formation איז אז עס איז דא א מענטש וואס ער פייט געוויסע זאכן וואס באמת וויל עס דאס האבן, אבער ער קען עס נישט האבן, ממילא, פייט ער עס.

לגבי נעיל פאליש, עס איז קלאר נישט קיין פראבלעם להלכה. עס האט די זעלבא פראבלעם ווי מעיקאפ. און לגבי חציצה, איז די היימישע האלטן אז פאר מקוה איז עס א חציצה, אבער נישט פאר נטילת ידים כל זמן די פאליש איז גאנץ. און די ספרדישע האלטן אז עס איז אויך נישט קיין חציצה פאר מקוה אויב די פאליש איז גאנץ.
not true
no orthodox rabbi holds polish is allowed for mikvah

just an example of how ppl here talking so much nonsense because they have hate
 
not true
no orthodox rabbi holds polish is allowed for mikvah

just an example of how ppl here talking so much nonsense because they have hate
דער פאוינט איז נישט אויב מען מעג אדער נישט. דער פאוינט איז די פירצה אז ער רעדט פון דעם און נאך מיט אזעלכע געגועים
 
ווי איך פארשטיי איז דא צוויי באזונדערע עבירות,
1) קליידער וואס זענען געמאכט צו רייצן, ווי למשל קורץ און טייט, און דאס איז א פראבלעם מצד צניעות.
2) קליידער וואס בעצם רייצן זיי נישט, נאר ס'איז אסור ווייל ס'איז א "מאדע", דהיינו אז גוים האבן זיך אנגעקלערט אזוי אנצוטוהן, און א יוד טאר נישט נאכמאכן א גוי.
איך פארשטיי אויך אזוי (דהיינו, אז דאס איז זייער פראבלעם).

מיין נקודה איז אז אפגעזען צו די גאנצע נושא איז אומבאגרינדעט, איז עס אבער נישט קיין קשיא צווישן די צוויי איסורים.
 
not true
no orthodox rabbi holds polish is allowed for mikvah

just an example of how ppl here talking so much nonsense because they have hate
מקור א'
מקור ב'
דאס איז לגבי די פאקטן לגבי נעיל פאליש פון ארטאדאקשיסע רבנים , אחוץ אויב דו האלסט אז ארטאדאקשיס איז נאר הלל וויינבערגער מיט געציל בערקאוויטש. (בד"וו, האלט איך, און איך האב שוין געשריבן און אנדערע אשכולות, אז די רבנים בגנבנ'ען די עולם פון שלום בית און הנאה האבן, בהיתר, פונעם שיינעם וועלט וואס הקב"ה האט באשאפען, און נעיל פאליש איז נאר איין דוגמא)
לגבי זיין פעטיש, הער אויס די ניגון און זאג דו מיר.
 
לעצט רעדאגירט:

i am talking about mainstream flatbush , five towns, queens e.t.c.
i made first hand research
 
Back
Top