שלמה המלך און כלל ישראל האבן געפראוועט א יו״כ בּאַל

עס איז אויף די פסוק ויהי ממחרת (די עקזעמפול אויף היברובוקס איז צענזעריט).
 
וואס איז עס אנדערש?
 
ער זאגט אז די חסידים זענען נישט געוועהן זיכער צו ס'איז שוין נאכ'ן זמן צאת הכוכבים און מ'קען שוין אויספאסטן, האט ער געזאגט אז ער זעהט אז די טויערן זענען שוין פארשלאסן ממילא פארשטייט ער דערפון אז ס'איז שוין נאכ'ן זמן.
 
כ'האב טאקע אמאל געהערט בשם איינע פון די פריערדיגע צדיקים אז ס'איז געווען ספק נאכט, און אויף דעם ארויף האט ער עס געזאגט (איך האב עס נאר געהערט אויפן בארדיטשעווער, אבער דא שטייט קלאר אז ס'איז דער ר"ר מענדלע).
 
מעגליך אז די מעשה איז געשעהן ביי ביידע.
 
ליין איבער. על פי הלכה איז קלאר נאך געווען טאג, נאר אין הימל האט מען שוין גענדיגט יום כיפור. נאר אזוי שטימט זיין פשט ווי אזוי אהרן און די זקנים האבן געגעסן - אין 'הימל' איז מען שוין פארטיג געווארן מיט כיפור.

אגב, דאס איז געווען גלייך נאך וואס ר' מנחם מנדל האט געזאגט "וכך הייתי אומר"...
 
געטראפן, הגם ס'שטייט נישט ממש דאס.

שוין, דארף מען שוין וויסן ווי קראנט דער ספר איז, ער דערציילט נאר עפעס וואס ער האט געהערט ביי א חסיד'ישע מלוה מלכה. כ'מיין אז די מעשה האט געקענט פארציילט ווערן בימים ההם איז די עיקר רבותא דא, די מעשה כמות שהוא איז גאנץ זיכער נישט ריכטיג.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20241016_133902_Chrome.jpg
    Screenshot_20241016_133902_Chrome.jpg
    638.3 KB · געזען: 13
ייש"כ ר' @כרם זית. כ'האב עס טאקע געזען צוברענגען דעם יום טוב.
 
צום עצם קעפל, איך ווייס נישט צי דער שרייבער האט דאס געמיינט, אבער אנהייב די צוואנציגסטער יאר הונדרעט פלעגט זיין שטארק פארשפרייט די געדאנק פון א 'יום כיפור באל' צווישן די סאציאליסטישע אנטי רעליגיע שטורמענגן וואו מען פלעגט זיצן און עסן און הערן לעקציעס איבער די שעדליכקייט פון רעליגיע צום מענטשהייט (די אפיום פון די מאסן, כלשונם).

אין אויב רעדט מען פון די אנדערע סארט 'באל' דארף מען וויסן אז עבירות שבין אדם לחברו אין יום הכיפורים מכפר...
 
עס איז געווען נבואה דעמאלטס, איז מסתמא עס אויך געווען עפ"י ציווי ה', פארוואס דארף מען טראכטען אז ס'איז געוועהן בעבירה און מען האט געדרייט מיט די רולס ?
פארוואס טראכט איר אז דאס איז געווען די ציווי ה' פאר יענע יאר, אפשר איז דאס פאר יעדע יאר, לדורות?
 
Back
Top