שיטת גדולי ישראל לגבי ציונות

Nanach

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
יוני 4, 2024
מעסעדזשעס
117
רעאקציע ראטע
356
לאור די דיסקאשען וואס האט זיך אנגעהויבן דא האב איך געפענט די אשכול צו אויסשמועסן אלע שיטות און ויכוחים אין די נושא
 
ק/פ @Nanach תגובה דארטן

לאמיר קלאר מאכען רוב גדולי ישראל זענען געווען קעגן די ציונים/בונים חופשיים, אבער כמעט קיינער וועגן ג׳ שבועות וכדומה
עדה״ח/נטורי קרתא האט געהאלטן אז פון רשעים קען נישט ארויס קומען קיין גוטס, ממילא דארף מען נאר מלחמה האלטן מיט זיי אפילו קאפ אין וואנט.
אגודה האט אויך אזוי געהאלטן, נאר מיט א טוויסט אז איינמאל עס איז דא דארף מען ראטעווען וואס מען קען.
מזרחי האט געהאלטן אז היות די פרומע האבן נישט עוסק געווען אין בניית הארץ, זענען מיר ליידער אנגעקומען צו אזא מצב פון לא זכו אז די גאולה וועט צוגיין אויף אזא וועג מיט די פרייע וואס וועלן עס בויען פאר אונז.
און נאכדעם איז דא נאך אסאך דקות׳דיגע חילוקים פון אסאך וואס פאלען נישט אין די דריי קאטיגאריעס, ווי הרב קוק, ר׳ איטשע מאיר לווין און סאטמער רב.
 
געווען אסאך וואס האבן נישט געוואלט אפילו א מדינה ע״פ תורה,
נישט וועגן די ג' שבועות, און זיי האבן באמת נישט געהאט קיין טעם, (קען זיין זיי האבן געוואלט בלייבן אין גלות, אפשר וועגן יו״ט שני...)
אבער האבן נישט געהאלטן וועגן דעם גאנצן ריעון
 
ערשטע מאל איך הער אזא זאך אז מ'וויל בלייבן אין גלות צוליב יו"ט שני.
צוליב אנדערע זאכן ווי למשל דא בין איך געבוירן און אויפגעוואקסן, אדער מיין פאמיליע וואוינט דא, מיין רבי, חסידות, מיט נאך פוילע תירוצים אבער צוליב יו"ט שני?! און בכלל די גאנצע יו"ט שני של גליות מאכט דאך בכלל נישט קיין סענס היינצוטאגס.
 
געווען אסאך וואס האבן נישט געוואלט אפילו א מדינה ע״פ תורה,
נישט וועגן די ג' שבועות, און זיי האבן באמת נישט געהאט קיין טעם, (קען זיין זיי האבן געוואלט בלייבן אין גלות, אפשר וועגן יו״ט שני...)
אבער האבן נישט געהאלטן וועגן דעם גאנצן ריעון
אפשר ווייל עס לייגט דאס פאלק אין סכנה
 
געווען אסאך וואס האבן נישט געוואלט אפילו א מדינה ע״פ תורה,
נישט וועגן די ג' שבועות, און זיי האבן באמת נישט געהאט קיין טעם, (קען זיין זיי האבן געוואלט בלייבן אין גלות, אפשר וועגן יו״ט שני...)
אבער האבן נישט געהאלטן וועגן דעם גאנצן ריעון

פון די מרגלים אין מדבר, ביז שיבת ציון בימי עזרא, זענען געווען אזעלכע וואס זענען נישט געווען ענטוזיאַזם פאר ארץ ישראל.

אין די לעצטערע תקופה איז די גרויסע ריפארם מאוומענט געווען דערקעגן די רעיון, אבער א קליינע גרופע וואס האבן זיך גערופן ציונים געווען בעד די רעיון פון ישוב הארץ.

ביי די פרומע ארטאדאקסישע קהילות, אפי' פון די קנאי'שע לאגער, איז ארץ ישראל שטענדיג געווען אזאך וואס מען האט געקאכט דערין און זיך געבענקט נאך, יעדער לויט זיין מדרגה.

די לעצטערע יאר'ן זענען טייל פון די אייניקלעך פון די אנטי ציוניזם קהילות, ליידער געווארן אויסגעלוישען די געפיל און ארויסקוק אלעם ארום ארץ ישראל, ניטאמאל זענען זיי קנאים, ס'אינטערעסירט זיי בכלל נישט די גאנצע נושא...
 
לעצט רעדאגירט:
געווען אסאך וואס האבן נישט געוואלט אפילו א מדינה ע״פ תורה,
נישט וועגן די ג' שבועות, און זיי האבן באמת נישט געהאט קיין טעם, (קען זיין זיי האבן געוואלט בלייבן אין גלות, אפשר וועגן יו״ט שני...)
אבער האבן נישט געהאלטן וועגן דעם גאנצן ריעון
ווער?
 
דער מנחת אלעזר איז זייער פארנומען מיט יום טוב שני, קען שטארק זיין ער גייט לשיטתו.

אגב, די לשון "בונים החופשיים" ניצט מען בדרך כלל פאר די Freemasons, נישט די ציונים.
 
דער מנח"א ווען ער איז געווען אויף די נסיעה קיין ארץ ישראל האט ער געפיהלט אז עס פעהלען אים די אורות פון יוט"ש
 
שוין לאנג געוואלט פארשטיין די מהלך פון רב קוק, אויב איינער קען מסבר זיין? איך האב געהערט לעצטענס פון ברייטעוויטש, אז רב קוק האט געזאגט סוף ימיו, אז אפשר איז ר יוסף חיים יא גערעכט געווען.
 
גערעכט געווען כלפי וואס?

סתם לידיעה בעלמא, ר' יוסף חיים איז קיינמאל ארויסגעקומען קעגן רב קוק אליינס
און האט זיך געהאלטן נאנט מיט אים עס סוף ימיו
און אים מספיד געווען לאחר פיטרתו
 
רב קוק איז געווען א ג׳יניאוס, און זייער טיף, און ער האט נישט ארויס געגעבן א ויואל משה. צו פארשטיין זיין שיטה געהעריג, דארף מען לערנען זיינע ספרים בעיון. (וואס איך האב נישט געטוהן)
אבער ווי ווייט איך פארשטיי אין א נאטשעל, גייט ער מיט אזא איזשביצע מהלך אז די בשעפער פירט אויס, און אז מען זעהט די פרייע טוהן א גוטע זאך, איז עס זייער ניצוץ וואס טוליעט, און דורך עס אננעמען אנשטאט אוועקשטופען וועלן זיי האבן א תיקון/עליה, און די פלאן פון באשעפער וועט ווערן פארפילט אויף די וועג
 
זיי האבן געהאט א מחלוקת לגבי די הנהגה אין ירושלים. אבער נישט פערזענדליך, פערזענדליך ביסטו גערעכט אז זיי האבן זיך זייער מכבד געווען. און אפילו אויפגעטוהן פאר אידישקייט צוזאמען לדוגמא מסע המושבות
 
רב קוק איז געווען א ג׳יניאוס, און זייער טיף, און ער האט נישט ארויס געגעבן א ויואל משה. צו פארשטיין זיין שיטה געהעריג, דארף מען לערנען זיינע ספרים בעיון. (וואס איך האב נישט געטוהן)
אבער ווי ווייט איך פארשטיי אין א נאטשעל, גייט ער מיט אזא איזשביצע מהלך אז די בשעפער פירט אויס, און אז מען זעהט די פרייע טוהן א גוטע זאך, איז עס זייער ניצוץ וואס טוליעט, און דורך עס אננעמען אנשטאט אוועקשטופען וועלן זיי האבן א תיקון/עליה, און די פלאן פון באשעפער וועט ווערן פארפילט אויף די וועג
ער איז נישט געווען דווקא מיט איין מיינונג, און האט שנעל געקענט טוישן מיינונג אדער צירוק ציען
(א משל, ער האט געגעבן פאר די אמרי אמת א צעטיל, אז ער ציעט צירוק פון אלעס וואס ער האט געשריבן...)
 
שוין לאנג געוואלט פארשטיין די מהלך פון רב קוק, אויב איינער קען מסבר זיין? איך האב געהערט לעצטענס פון ברייטעוויטש, אז רב קוק האט געזאגט סוף ימיו, אז אפשר איז ר יוסף חיים יא גערעכט געווען.
מעשה'ס ווי אלע מעשה'ס! הרב קוק איז נישט געווען קיין חדר אינגעל. ער איז געווען דער ערשטער אין די לעצטע פאר הונדערט יאר וועלכער האט זיך אפגעגעבן מיט די געדאנק וואס איז געווארן פאפולער
רב קוק איז געווען א ג׳יניאוס, און זייער טיף, און ער האט נישט ארויס געגעבן א ויואל משה. צו פארשטיין זיין שיטה געהעריג, דארף מען לערנען זיינע ספרים בעיון. (וואס איך האב נישט געטוהן)
אבער ווי ווייט איך פארשטיי אין א נאטשעל, גייט ער מיט אזא איזשביצע מהלך אז די בשעפער פירט אויס, און אז מען זעהט די פרייע טוהן א גוטע זאך, איז עס זייער ניצוץ וואס טוליעט, און דורך עס אננעמען אנשטאט אוועקשטופען וועלן זיי האבן א תיקון/עליה, און די פלאן פון באשעפער וועט ווערן פארפילט אויף די וועג
לגבי די חלק פון קירוב קרובים ורחוקים איז ער געווען א דזשיניאוס, דער ערשטער וועלכע האט פארשטאנען אז כדי צאם צוברענגן די בריקן ברויך מען אקצעפטירן אן קאנאדישנס, בעיסיקלי וואס קשר נפשי מיט אבי פישאף מיט נאך אנדערע טייערע אידן טוען היינט. די חילוק איז נאר אז הרב קוק זצ"ל האט געלעבט אין א צייט וואס ס'געווען אסאך געשמאקער און גרינגער זיך אפצוטיילן ווי צו בויען בריקן אינאיינעם, במילא איז ער גערודפט געווארן ביי די פרומע זעלאטס. אבער די וועלכע האבן עם עכט געקענט, זענען געווען נאענט מיט עם, געשמועסט מיט עם אין לירנען אדער אפילו סתם שמועסן, אדער זיך געשריבן בריוון מיט אדער אפילו געהאט שייכות מיט זיינע תלמידים ווצב"ש הרב חרל"פ, דער נזיר מיט נאך אנדערע, זענען אויסגעגאנגן פאר התפעלות פון זיין תורה, חכמה, גמילות חסדים, תורה הקבלה, און בכלל זיין וועג פון האנדלן בין אדם לחבירו, וואס אין דעם איז ער געווען א גאון עולם, קיינמאל נישט געהערט פון עם א שלעכט ווארט אויף שונאים פארקערט ס'געווען א באקאנטע מעשה ווי ער איז געגאנגן שתדלן ביים בריטישע פאליציי סטאנציע ווען מ'האט ארעסטירט איינע פון זיינע שונאים וועלכע האט עם געצאפט זיין בלוט על לא חמס ועול בכפו אז מ'זאל יענעם תיכף ומיד ארויסלאזן
 
מעשה'ס ווי אלע מעשה'ס! הרב קוק איז נישט געווען קיין חדר אינגעל. ער איז געווען דער ערשטער אין די לעצטע פאר הונדערט יאר וועלכער האט זיך אפגעגעבן מיט די געדאנק וואס איז געווארן פאפולער

לגבי די חלק פון קירוב קרובים ורחוקים איז ער געווען א דזשיניאוס, דער ערשטער וועלכע האט פארשטאנען אז כדי צאם צוברענגן די בריקן ברויך מען אקצעפטירן אן קאנאדישנס, בעיסיקלי וואס קשר נפשי מיט אבי פישאף מיט נאך אנדערע טייערע אידן טוען היינט. די חילוק איז נאר אז הרב קוק זצ"ל האט געלעבט אין א צייט וואס ס'געווען אסאך געשמאקער און גרינגער זיך אפצוטיילן ווי צו בויען בריקן אינאיינעם, במילא איז ער גערודפט געווארן ביי די פרומע זעלאטס. אבער די וועלכע האבן עם עכט געקענט, זענען געווען נאענט מיט עם, געשמועסט מיט עם אין לירנען אדער אפילו סתם שמועסן, אדער זיך געשריבן בריוון מיט אדער אפילו געהאט שייכות מיט זיינע תלמידים ווצב"ש הרב חרל"פ, דער נזיר מיט נאך אנדערע, זענען אויסגעגאנגן פאר התפעלות פון זיין תורה, חכמה, גמילות חסדים, תורה הקבלה, און בכלל זיין וועג פון האנדלן בין אדם לחבירו, וואס אין דעם איז ער געווען א גאון עולם, קיינמאל נישט געהערט פון עם א שלעכט ווארט אויף שונאים פארקערט ס'געווען א באקאנטע מעשה ווי ער איז געגאנגן שתדלן ביים בריטישע פאליציי סטאנציע ווען מ'האט ארעסטירט איינע פון זיינע שונאים וועלכע האט עם געצאפט זיין בלוט על לא חמס ועול בכפו אז מ'זאל יענעם תיכף ומיד ארויסלאזן
זייער שיין געשריבן.
דו פארגעסט ר׳ שלמה זלמן אויערבאך וואס איז געווען זיין תלמיד
 
דער מנח"א ווען ער איז געווען אויף די נסיעה קיין ארץ ישראל האט ער געפיהלט אז עס פעהלען אים די אורות פון יוט"ש
דער מנח"א איז נישט דארט געווען יום טוב, ער איז צוריק געפארן אויף אייראפע פאר שבועות, קען זיין ווייל ער האט זיך נישט געוואלט אריינלייגן אין קיין שאלות פון יום טוב שני של גליות.
 
זייער שיין געשריבן.
דו פארגעסט ר׳ שלמה זלמן אויערבאך וואס איז געווען זיין תלמיד
רבי שלמה זלמן איז נישט געווען זיין דירעקטע תלמיד, נאר ער האט געלערנט אין כולל ווי הרב קוק האט געזאמעלט געלט.
און אז מ'רעדט שוין איז כדאי צו דערמאנען א מעשה וועלכעס איז געשריבן אין השקדן דאס איז דער היסטארישע ספר וועלכעס איז ארויסגעקומן נאך בחייו פון הרב אלישיב פרק ב' עמוד 47
צו לאנג צו שרייבן שטעל איך אריין א בילד 20240814_220809.jpg
 
געהערט א לאנגע שיעור אויף הרב קוק ז״ל, פון ר׳ אהרן יודא גארדאן, ווי ער איז מסביר פארוואס געוויסע האבן געשריבן אויף אים ימ״ש און געוויסע הגה״ק, וויאזוי ביידע שטימט אויף אים (א שיעור פון 3 שעה)

ער זאגט דארט א מעשה, אז הגרשז״א האט ארויסגעגעבן איינע פון זיינע ספרים, נאך בחיים חיותו פון רב קוק ז״ל, און רב קוק האט אים געשריבן זייער א שיינע הסכמה
אויף די עלטער, האבן זיינע קינדער איבער געדריקט די ספר, און זיי האבן געוואלט ארויסנעמען די הסכמה, זיי זענען אריין צו רש״ז זאגן אז זיי גייען עס איבער דרוקן, און צילייגן הערות וציונים וכו', האט זיי רש״ז געזאגט: עטץ קענסט טון וואס איר ווילט, אבער די הסכמה פון רב קוק מאכסט זיכער אז ס'בלייבט!
 
זייער שיין געשריבן.
דו פארגעסט ר׳ שלמה זלמן אויערבאך וואס איז געווען זיין תלמיד
האסט געעפענט א טרעזשור באקס מיט הרב קוק זצ"ל כ'האב אזויפיל הערליכע ספרים סיי פון זיינע אייגענע כתבים און סיי פון ספרים וועלכע זענען געשריבן געווארן פון און וועגן דעם גאון וקדוש ישראל. אזוי שרייבענדיג דעם תגובה בין איך יעצט אין מיין ספרים שטוב און כ'זעה ספרים און היסטארישע ביכער בליטשקענען פון אלע זייטן. אבער איין ספר וועלעכע ליגט גלייך קעגן וואו איך שטיי יעצט און ס'ווינקט מיך, ביטע דערמאן מיך אין קרעמל זאלן אנדערע אידן אויך הנאה האבן20240814_221912.jpg
די ספר באשטייט אויך פון עטליכע בריוון וועלכע זענען געשריבן צווישן דעם חפץ חיים און הרב קוק ווען די אזוי גערופענע קנאים האבן געזויגן די בלוט פונעם ירושלים'ר רב זצ"ל
 
Back
Top