שיטת גדולי ישראל לגבי ציונות

איינע פון די ערשטע טענות וואס מ'האט געהאט אויף אים, איז געווען ווען הערצל איז געשטארבן, און ער האט געגעבן א לאנגע הספיד, ווי ער האט געזאגט אז הרצל איז געווען משיח בן יוסף, מיט א לאנגע תורה אז משיח בן יוסף איז בבחינת גשמיות און במילא אפילו ער איז נישט געווען קיין שומתו״מ איז ער נאכאלץ געווען וכו'
ווען די רבנים זענען געקומען מיט טענות, היתכן, האט ער זיי מסביר געווען אז ער האט חלילה נישט געמיינט אזוי, נאר ער האט עס געמוזט זאגן,
און ער האט ארויסגעגעבן א גאנצע קונטרס, מסביר צו זיין פארוואס ער האט געמעגט זאגן אזא ליגענט, מיט רייאות פון ש״ס ופוסקים (ער שרייבט אז ס'איז זיכער ליגנט, נאר ער האט עס געמעגט זאגן)
מ'קען פון דעם זעהן, אז ער האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו זאגן איין זאך היינט, און מארגן זאגן פונקט פארקערט
 
די הייליגע חפץ חיים, האט גאר שטארק מחשיב געווען רב קוק, און ער איז געווען דער וואס האט געהייסן רב קוק ווערן א רב אין א שטאט
 
מיט דעם אלעם, ווי אלע גדולי ישראל, וואס האבן אים געקענט, האבן גאר שטארק געהאלטן פון אים
איז אבער כמעט קיינער נישט מיט געהאלטן מיט זיינע שיטות!
 
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן אין די וועקער יארן צוריק אן ארטיקל איבער די עיקר טענות וואס מ'האט געהאט אויף רב קוק, און ער פארענטפערט עס, ס'איז מיר ממש געווען אן איי אפענער, מ'דארף זעהן צו ס'איז דא עפעס א פי די עף פון עס ערגעצווי.

אגב א שטארקע נקודה וואס ער האט געשריבן דארט, אז מ'קען זעהן אז די אלע וואס האבן פארפירט קעגן הרב קוק פערזענליך זענען געווען רבנים וואס האבן אים נישט געקענט, די וואס האבן אים געקענט האבן נישט געזאגט קיין ימ"ש טיטלען אויף אים, אפילו זיי האבן געהאט חילוקי דעות.
 
הלוואי, אויב דו קענסט עס שאפן
 
אגב א שטארקע נקודה וואס ער האט געשריבן דארט, אז מ'קען זעהן אז די אלע וואס האבן פארפירט קעגן הרב קוק פערזענליך זענען געווען רבנים וואס האבן אים נישט געקענט, די וואס האבן אים געקענט האבן נישט געזאגט קיין ימ"ש טיטלען אויף אים, אפילו זיי האבן געהאט חילוקי דעות.
גערעכט!
קיינער וואס האט אים געקענט, האט געשריבן אויף אים ימ״ש
אבער נישט נאר געהאט חילוקי דעות, למשל די רבנות אין ירושלים, איז געווען א התנגדות קעגן אים וכו'
 
די רבנות אין ירושלים זענען געווען אסאך מחרחרי ריב אינוואלווד פאר ווער עס קען זיך אויס מיט די פרטים
 
די רבנות אין ירושלים זענען געווען אסאך מחרחרי ריב אינוואלווד פאר ווער עס קען זיך אויס מיט די פרטים
גערעכט
למעשה האבן די ירושלימער רבנים נישט מסכים געווען אז רב קוק זאל זיין
(חוץ אויב ער חתמ'ט זיי אונטער געוויסע זאכן, וואס ער האט בשום אופן נישט געוואלט)
 
גערעכט
למעשה האבן די ירושלימער רבנים נישט מסכים געווען אז רב קוק זאל זיין
(חוץ אויב ער חתמ'ט זיי אונטער געוויסע זאכן, וואס ער האט בשום אופן נישט געוואלט)
אבער עס איז טעכניש נישט געווען קיין ירושלים׳ער רב פון ר׳ שמואל סאלנט. ממילא איז געווען א טענה אז רוב קהילה האט אים אויפגענומען, פארוואס זאל ער זיך רעכענען מיט איינצעלנע דיינים. ווי גרויס זיי זענען, האט מען זיי קיינמאל נישט אויפגענומען.
(עס איז באקאנט אז ר׳ יוסף חיים פלעגט זיך ווערטלען, אז מען קען אים נישט אפזאגן ווייל מען האט אים נישט אויפגענומען)
 
גערעכט!
קיינער וואס האט אים געקענט, האט געשריבן אויף אים ימ״ש
אבער נישט נאר געהאט חילוקי דעות, למשל די רבנות אין ירושלים, איז געווען א התנגדות קעגן אים וכו'

נקיי הדעת פון ירושלים האבען אים שוין איינמאהל פארשטאנען און געקענט
עיין קול השופר
 
נקיי הדעת פון ירושלים האבען אים שוין איינמאהל פארשטאנען און געקענט
עיין קול השופר
קול השופר האבען טאקע די מחרחרי ריב אנגעדרייט.
און אז די ליינסט דאס (וואס עס איז כמעט נישט דא קיין קאפיס, נאך וואס מען האט עס מבער געווען) ליין אויך תרוממנה קרנות צדיק אויף וואס 80 גדולי ישראל זענען אינטערגעשריבן
 
זיי נישט אזוי בייז....
נישט אלע דארפען האבען דער זעלבער מיינונג ווי דו
 
עס איז נישט דא גענוג עמאדשזיס.
איך האב געמיינט בעיסיקלי א דיסאגרימענט
 
און די פשוטע ראיה אז די קול השופר איז א פאשקעוויל איז אז ר׳ יוסף חיים האט ווייטער זיך געטראפען מיט אים און נאך
 
דער מחבר קול השופר איז געווען אנ'ערליכע איד און נישט א מחרחר ריב
 
גערעכט געווען כלפי וואס?

סתם לידיעה בעלמא, ר' יוסף חיים איז קיינמאל ארויסגעקומען קעגן רב קוק אליינס
און האט זיך געהאלטן נאנט מיט אים עס סוף ימיו
און אים מספיד געווען לאחר פיטרתו
קענסטו מיר אנצייגן ווי מען קען ליינען עפעס וועגן די הספד וואס מע"כ רעדט פון ?
 
קענסטו מיר אנצייגן ווי מען קען ליינען עפעס וועגן די הספד וואס מע"כ רעדט פון ?
דערווייל האב איך נאכנישט געטראפן עפעס געשריבן, נאר געהערט אזוי בע״פ (פון איינער וואס זאגט אויף אים ימ״ש)
ווי ער האט דערציילט, האבן אלע רבנים אין ירושלים אים מספיד געווען, אפילו זיינע מתנגדים, וכ״ש ר׳ יוסף חיים
(איך גלייב אז ס'איז אויך דא געשריבן פון דעם, ואי״ה עוד חזון למועד)
 
סיאינג איז בעליווינג. עס לייגט זיך מיר צו שווער אויפן שכל.
און אפי' איך זעה עס געדרוקט מיינט נאך נישט איך זעה עס. איך מיין צו זאגן, פון א מקור מוסמך.
 
די רבנות אין ירושלים זענען געווען אסאך מחרחרי ריב אינוואלווד פאר ווער עס קען זיך אויס מיט די פרטים
זאנוויל קווארטין שרייבט אין זיין בוך מיין לעבן וויאזוי ער האט גערעדט צו הרב קוק און הרב זוננפלד איבער די מח' און ביידע האבן גערעדט שיין וועגן דעם צווייטן און געזאגט זייערע טענות, אינמיטן רעדן צו ר' יוסף חיים איז אריינגעקומען זיין איידעם מיט קולות אז רב קוק איז א פושע און מען טאר נישט מאכן שלום מיט אים...
 
Back
Top