שיינקייט פאר מענער

איך ניץ בערד אויל פון ZilberHaar. זייער גוטע אויל פון א גוטע קאמפעני (זיי האבן אויך גוטע בערד קעמלעך), עס איז נישט ביליג אבער עס קןמט גאנץ א גרויסע באטל. עס איז אן א שמעק. אויב דו זוכסט מיט א שמעק פראביר אויס די אויל'ס פון Proraso
 
די פראבלעם איז אראפ שניידן פון די בארד וויל די בארד איז צינורות השפע (וואס מיינט ווייס איך נישט) אין עס איז כאילו מ'שנייט די צינורות השפע משא"כ ווען מ'קניפט דאס בארד שניידט מען נישט קיין האר
און אז מ'רעדט אפשר קען מיך איינער מסביר זיין וואס מיינט דאס וויל לויט ווי איך ווייס איז דא מער אידן ואס שניידן די בארד אין זענען רייך ווי איידער אידן וואס שניידן נישט די בארד
הויכע זאכן (וכל שם וכינוי דאית ליה) איז נישט קיין תירוץ
וואס רעדסטו? שניידן די בארד מאכט קערצער די צנורות אז די שפע ווערט נישט ראסטיג אינמיטן דעם לאנגן וועג אראפ.
אבער קניפן די בארד?!!! פארקניפן די צנורות?!!!
רוף שנעל א פלאמבער
 
נא אויב וויל איך נישט האבן קיין שפע דאן מעג איך יצא שניידן?
פארוואס איז עס ממש אן איסור
ס'טאקע נישט אסור. דאכצעך אין שו"ע שטייט מ'זאל שניידן די בארד לכבוד ר"ה.
 
נא אויב וויל איך נישט האבן קיין שפע דאן מעג איך יא שניידן?
פארוואס איז עס ממש אן איסור?
טאקעפארדעם איז דאס אסור😜
וויל איינער וואס זאגט אז ער וויל נישט קיין שפע איז נישט מער ווי א ליגענער
 
וואס רעדסטו? שניידן די בארד מאכט קערצער די צנורות אז די שפע ווערט נישט ראסטיג אינמיטן דעם לאנגן וועג אראפ.
אבער קניפן די בארד?!!! פארקניפן די צנורות?!!!
רוף שנעל א פלאמבער
פרעגסט מיך????
פרעג די וואס זאגן דאס (די משגיחים איו ישיבות)
 
לייגן תפילין חול המועד וואס לויט שולחן ערוך - (די רמ"א) דארף מען לייגן תפילין אין לוטין זוהר טאר מען נישט לייגן תפילין חוה"מ
די בארד ווי געשריבן אז לוטי שו"ע דארף מען זיך שערן לכבוד יו"ט אין לויט זוהר טאר מען נישט
 
סארי כאב מיך נישט גוט מסביר געווען.
מצד החסידיש, איך זעה אז רוב גייען נישט צורירן זייער בארד ווייל (א גאנצע רייע מיט תורות) עס קען ממש מאכן א חילק אויב א בית החיים וועט לאזן ווערן באערדיגט.
אבער קניפן טוען זיי אלע. טא פארוואס?
די נושא פון בית החיים איז נאר אויב משעיווט זיך אינגאנצן אביסל שניידן און טרימען דא דארט איז נישט קיין פראבלעם
 
איך ניץ בערד אויל פון ZilberHaar. זייער גוטע אויל פון א גוטע קאמפעני (זיי האבן אויך גוטע בערד קעמלעך), עס איז נישט ביליג אבער עס קןמט גאנץ א גרויסע באטל. עס איז אן א שמעק. אויב דו זוכסט מיט א שמעק פראביר אויס די אויל'ס פון Proraso
די בארד בלייבט שיינעדייג/אויליג אדער סדערקענט זיך גארנישט?
 
די נושא פון בית החיים איז נאר אויב משעיווט זיך אינגאנצן אביסל שניידן און טרימען דא דארט איז נישט קיין פראבלעם
ווי לאנג די שטאטס טעראר/מטרה מקדש את האמצעים/בלוט זויגערס געפונען נישט אויס
 
די נושא פון בית החיים איז נאר אויב משעיווט זיך אינגאנצן אביסל שניידן און טרימען דא דארט איז נישט קיין פראבלעם
וואס גייט מיר אן אין וועלכע בית החיים מען לייגט מיר, איך גיי דאך שוין מילא זיין טויט, פון מיין זייט קען מען מיר לייגען אין חסד של אמת.
 
1724642857710.png
 
איין זאך קען איך דיר זאגן און בעטן:

בעפאר די שנייסט אראפ אפאר הערעלעך פונעם בארד, טראכט עס גוט איבער... איינמאל די האר איז אראפ איז שוין נישט דא קיין וועג צוריק...

מען דארף ארבעטן קלוג... מען שניידט אראפ צוביסליך עטליכע אינערליכע רייעס אויף סטראטעגישע ערטער, אזוי אז ס'זאל נישט זיין צו שטארק מערקבאר. א קליינע טעות קען דיר אריינלייגן אין א וועלט פון פחדים...
 
נא אויב וויל איך נישט האבן קיין שפע דאן מעג איך יצא שניידן?
פארוואס איז עס ממש אן איסור?
@רבינו הקדוש ז"ל האט עס אמאל זייער גוט גענאגעלט אין קאווע שטיבל, אויב איינער האט דער ארטיקל קען ער עס אהערברענגען,
(ער האט דא א ניק?)
 
Back
Top