שכינה 2.0

מאָצל טויב

פרישער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 8, 2024
מעסעדזשעס
11
רעאקציע ראטע
198
פונקטן
33

שכינה 2.0


אֶחָד יָחִיד וּמְיֻחָד — א גרויסער באַוואַרפן
קוק, טאַטי, קוק וואָס ס'ליגט אינעם פּעקל:
רויטע פּיפּיקלעך און רויטע הערינג.

אַכציג טויזנט פּרחי כּהונה שלאָגן כּפּרוֹת אום צוֹם־החמישי
קוק, טאַטי, קוק: זייערע פיסעלעך פלאַטערן אין יאַטקע
זייערע רעכטע הענטעלעך הענגען נאָך ביי די אויגן פון אֶחָד.

בלוט אין דר'ערד איז תוֹסס ומרתיח? וואָס ווייסן דען די סייענטיסטן
קוק, טאַטי, קוק: נְבוּזַרְאֲדָנ'ס גיור פּראָצעס איז שוין ב"ה מסודר
נאָר ס'איי פון סעודה המפסקת שטעקט מיך נאָך אין האַלדז.

זְכַרְיָה'ס גוֹאל־הדם ווערט אויך געבוירן אום תּשעה־באב?
קוק, טאַטי, קוק אויף די אינגלעך פון מיין חדר: אִישׁ בְּחֶטְאוֹ יוּמָתוּ?
און ווער וועט אונז מישן א רַחוּם־וְרַחֲמָיו אויף דער סעודה'ניו?

איז גלות א דיכאָטאָמיע צווישן כּיסוי דם בעפר און כּיסוי עפר בדם?
קוק, טאַטי, קוק: אפילו מיין קאָמפּיוטער פרירט, וְחָשְׁכוּ הָרֹאוֹת בָּאֲרֻבּוֹת־11
למעשׂה, מרתּא בת ביתוס — צוֹאה, גרוֹגרת, אָדער דזשעפרי עפּשטיין?

קאָנספּיראַטאָרן רודערן: דער הימל איז פּאַרמעט און ס'וואַסער איז טינט
קוק, טאַטי, קוק: די קינה־אינדוסטריע שפּרודלט פון אידישע גענאָצידן
די ספרי ורשמי רשוותא שפּריצן זידיגע מליצוֹת אין אַלע רוחוֹת אַריין.

אָבער די "לעגאַסי מידיא" אָבסעסירט בלויז מיט דיין היים און אונזערע זינד
קוק, טאַטי, קוק: דיינע זשאַווערדיגע קייטן לאָזן זיך עפּעס נישט שניידן
און וואו אין גיהנוֹם זענען די אַלע דוֹרוֹת מיט ציגל, האַ? וואו איז DOGE?

גמטריא נאָך גמטריא, רמז נאָך רמז, און ציגל נאָך פריקן ציגל
קוק, טאַטי, קוק: תֶּבֶן אֵין נִתָּן לַעֲבָדֶיךָ וּלְבֵנִים אֹמְרִים לָנוּ עֲשׂוּ
מ'מעג שוין פרעגן קשיוֹת איבער די קאָנסטרוקציע פּראָיעקטן?

וויפיל קען דען איין צעשמיסן פאָלק זינדיגן?
קוק, טאַטי, קוק — וויקטים־קאַרד דעקליינט!
צי האָבן מיר אפילו ווען, ווי, און וואו צו זינדיגן?

כּלל־ישׂראל גאַרט און לעכצט אויפן יוֹם שכּולוֹ שבת־נחמוּ
קוק, טאַטי, קוק: פּונקט אין גלות אידענטיפיצירסטו זיך אַלס פרוי
דיין נאָמען איז "די שכינה" — דיינע פּראָנאָמען זענען "זי/איר."

היינט א רעוואָלוציאָנערישע פּאַראַדיגמע, אכשר דרא
קוק, טאַטי, קוק: פעמיניזם, בזכות נשים צדקניות נגאלוּ!
ווען, שכינה, ווען וועסטו שוין פייערן דיין עמאַנציפּאַציע?

מ'מוז שוין נישט שטיין אין ווייבער־שול און וואַרפן פּעקלעך
קוק, שכינה, קוק אויף די בני־ישׂראל — א באַנדע בטלנים
דען פאַרלאָזטו זיך נאָך אַלץ אויף זיי צו בויען דיין היים?

דער שטומפּיגער פּאַטריאַרכאַט בויט שוין צוויי טויזנט יאָר אָן דערפאָלג
קוק, שכינה, קוק: קיינער פאַרמאָגט נישט דיינע צוויי רעכטע הענט
— שנייד דיך אַליין אויף דיינע קייטן און נון בוי דיך דיין טעמפּל שירה.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top