- זיך איינגעשריבן
- יולי 30, 2024
- מעסעדזשעס
- 100
- רעאקציע ראטע
- 276
שלומי זייאנץ איז א חסידישע יונגערמאן אויפגעוואקסן אין טאראנטא און געלערנט אין באבוב, היינט וואוינט ער אין טעקסעס און האלט זיך פאר א ברעסלעווע חסיד.
ער איז באקאנט געווארן מיט זיינע ארטיקלעך אין די עמי מעגעזין איבער זיינע רייזעס ארום די וועלט, מיט די צייט האט ער אנגעהויבן ארויפלייגן ווידיאוס אויף YouTube פון זיינע רייזעס און נאך.
ער האט אויך געהאט ווידיאוס מיט א באוויסטע YouTuber Peter Santanello ווי ער האט עם ארומגענומען ווייזן די חסידישע לעבן אין ניו יארק פון געשעפטן, שמועסן מיט מענער און פרויען איבער די לעבן, שמועסן מיט זינגערס, ארגאנעזאציעס, רבנים, ביז'ן מיטלעבן א אמת'ע היימישע שבת סעודה. וואס די אלע ווידיאוס האבן געהאט מיליאנען וויאוס.
ער האט געמאכט גערידער ווען ער האט געלייגט א פיקטשער אויף טוויטער ווי ער זיצט אויפן פליגער מיט א קאפל, לאנגע פיאות, און א העמד מיט א פיקטשער פון א האנט מיט תפילין (ער פארקויפט די העמדער און האט א גאנצע קאמפיין מיט דעם בילד) שרייבנדיג אז ער פרובירט צו אויסזעהן די מערסטע יודיש אויפן פלייט און גייט נישט לאזן די אנטיסעמיטן אוועקנעמען זיין יודישע שטאלץ. די טוויט האט כמעט 14 מיליאן וויאוס און האט געברענגט אסאך רעאקציעס.
יעצט ביינאכט האט די עמי מעגעזין געשריבן אז שלומי איז געווארן אויפגענומען אלץ דער נייע ווייסע הויז קארעספאדענט פאר די עמי מעגעזין, איבערנעמענדיג די פאזיציע פון אברהם יענקל טערקעלטויב המכונה Jake Turx.