שלמה זייאנץ

Lol
אויך מיר א 'ריפארטער'
וואס טויגן זיינע פרעסע קרידענשעלס אז ווען ער נוצט שוין יא זיינע קריטיקעל טינקינג סקילס (וואס ער האט זיך איינגעקויפט ביים לערנען גמרא) צו אנאליזירן עפעס וואס יעדער מיט אינטערנעט קאנעקשאן קען מיטהאלטן פונקט ווי ער, איז עס צו אננעמען די רעגירונג'ס אויסגעזויגענע 'פאקטן' פאר גוט געלט און דערפון ארויסלערנען ווי וויכטיג טראמפ'ס שגעונות זענען

אנשטאט צו טון עכטע זשורנאליזם און געווארן ווערן אז דאס הייבט זיך נישט אן

די טראמפיסטן וואס חזרן איבער די טאלקינג פוינט - וואס איז פארשטייט זיך אויפגעמאכט געווארן אויפן פלאץ צו נוצן פאר 'רעד מיעט', זינט עס האט אלע טריגער ווערטער 'גאזא' (מוסלמענער, טעראריסטן), קאנדאם'ס, וועיסט אוו מאני - האבן נאר פארזעהן די וויכטיגסטע נקודה: עס איז אין די בעסטע אינטערעסע פון די מערב וועלט - זיכער אזוי אין מדינת ישראל - אז אין עזה זאלן זיך גיסן קאנדאם'ס... נאר אזוי
https://www.cnn.com/2025/01/29/politics/gaza-condoms-fact-check/index.html
 
שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישט אונזער גאזא נאר א פראווינץ מיטן זעלבע נאמען אין מוזאמביק, אפריקע

View: https://x.com/DropSiteNews/status/1884787622209323456?t=nuUUEgINQKgUR1LeGky1KA&s=19
איך מיין אז דאס טוישט נישט די טענה אז די גאווערמענט ספענדט צו אסאך אויף נארישקייטן
 
און פארוואס פונקטליך איז סטד פריווענשאן נארישקייטן?

מסתמא מיינסטו ווייל עס איז דא א בעסערע עצה, מען קען טון וואס טראמפ ושותפו לדבר עבירה מאסק האבן געטון ביים אנהויב פון קאראנע, זיך שווערן ביי די בארד אז די מגיפה גייט קיינעם נישט שעדיגן און גייט זיך נישט פארשפרייטן, (מיט א שפעטערדיגע הוספה צו טרינקען בליטש)

דאס איז טאקע א מער אפעקטיווע וועג צו באקעמפן מחלות פארשפרייטונגען, א ראיה אז אמעריקאנער האבן נאכאמאל אריינגעוועלט דעם בעפאן, און דאסמאל מיט א פלוראליטעט - כמעט מאיאריטעט - פון די שטימען. ווייזט אויס אז זיי זענען נתפעל געווארן פון זיין קאמפעטענץ. יעצט קען מען שוין צולייגן צו די רעזומעי די עצה צו פריזן דאס אויפנעמען ארבעטער אין די לופט קאנטראל טאוערס
 
די שארט און סעלפישע ענטפער איז, אז אמעריקע'ס ספענדינג איבער דער וועלט באטרעפט ליטעראלי א פרעקשאן פונעם בודזשעט, און עס איז העכסט וויכטיג כדי אנצוהאלטן אמעריקע'ס איינפלוס, געווינען קאנטראקטן פאר אמעריקאנער ביזנעסער, באשיצן אמעריקע'ס סטראטעגישע אינטערעסן און אנהאלטן איר מיליטערישע אויבערהאנט

פון דיין פעי טשעק גייט אראפ פאר דעם צוועק בערך א פעני. ביסט אקעי צו צאלן א פעני אדער א ניקל פאר דעם?
 
די שארט און סעלפישע ענטפער איז, אז אמעריקע'ס ספענדינג איבער דער וועלט באטרעפט ליטעראלי א פרעקשאן פונעם בודזשעט, און עס איז העכסט וויכטיג כדי אנצוהאלטן אמעריקע'ס איינפלוס, געווינען קאנטראקטן פאר אמעריקאנער ביזנעסער, באשיצן אמעריקע'ס סטראטעגישע אינטערעסן און אנהאלטן איר מיליטערישע אויבערהאנט

פון דיין פעי טשעק גייט אראפ פאר דעם צוועק בערך א פעני. ביסט אקעי צו צאלן א פעני אדער א ניקל פאר דעם?
מען רעדט נישט פון קיין מיליטערישע עיד וואס העלפט מיט די אמעריקאנער אינטערעסן מען רעדט דא פון קאנדאמס פאר אפריקאנער איך בין נישט גרייט צו צאלן א פעני פאר דעם זאלן זיי עס ספענדן אויף נאך אינפראסטרוקטור דא ביי אונז אדער סיי וואס אמעריקאנער גייען בעניפיטירן
 
זיי האבן גענוג געלט צי קלאגן מדינת ישראל אין די אינטערנאציאנאלער שאו שפיל געריכט ICC אבער פאר זייערע אייגענע פראבלעמען האבן זיי נישט קיין געלט?
 
מוזאמביק איז א לאנד און די קאנטינענט אפריקע געקלאגט און די ICJ האט זייער שכן סאוט אפריקע
 
לעצט רעדאגירט:
לעצט רעדאגירט:
Back
Top