- זיך איינגעשריבן
- יולי 11, 2024
- מעסעדזשעס
- 104
- רעאקציע ראטע
- 429
די ערשטע מאל כ׳האב מיר באגעגנט מיט פריידא וויזל׳ס קאנטענט אנליין, בין איך גאר שטארק נתפעל געווארן ווי אזוי א פרוי וואס האט פארלאזט די חסידישע געמיינדע, לייגט ארויס קאנטענט וואס דעקט די געמיינדע מיט גערעכטיקייט אן קיין שנאה אדער האס. דעריבער האב איך באשלאסן צו קאנטאקטן פריידא און האבן מיט איר א אפענם שמועס, הערן אביסל איבער איר לעבנס געשיכטע, און ציהל צו רעדן אנליין איבער חסידים.
לייביש: א גוטן פריידא, לאמיר גלייך גיין צום פאוינט. אפשר ביסטו מסביר פאר די ליינער, וואס האט דיר בכלל געמאכט פאוסטען קאנטענט איבער חסידים, און נאכדערצו אויף אזא פאזעטיווע פארנעם, אזאך וואס מען האט פון פריער נישט געזען ביי געוועזענע חסידים וואס האבן פארלאזט די געמיינדע.
פריידא: בטבע בין איך א מענטש וואס גלייכט צו אבזעווירן און פארשטיין מענטשן און זייערע קולטורן, דאס רופט זיך ״סאָסיאָלאָגיע״.
לדוגמא, אויב וועל איך רייזן אויף א באן אין ניו יארק סיטי, וואס דארט ווי פארשטענדליך געפינען זיך מענטשן פון אלע סארטן ראסעס און קולטורן, וועל איך קוקן מיט אינטערעסע ווי אזוי זיי פירן זיך אויף. דאס קומט נישט פון א פלאץ ווי איך דזשאדזש וואס זיי טוען, נאר פשוט פון א פלאץ וואס זעהט אז אפי מענטשן זענען דיפרענט פון מיר, מאכט דאס אבער בכלל זיי נישט שלעכט ווייל זיי פירן זיך אויף אנדערשט ווי מיר.
הכלל, פארמאגנדיג די נאטור, האב איך אלץ געטראכט צו מאכן א פרנסה דערפון. פארשטייט זיך אז די ערשטע קולטור וואס איז מיר געשטאנען די נאנסטע אויפן געדאנק איז געווען די חסידישע קמיונעטי פון ווי איך קום.
די שאלה איז אבער געווען ווי אזוי? צו זאל איך ווערן א שרייבער, אדער א יוטובער, וכו.
למעשה האב איך באשלאסן צו מאכן טור׳ס פאר מענטשן, ווי אויך פאוסטען קאנטענט אויף סאושעל מידיא.
יעצט צוריק צו דעם וואס דו באוואונדערסט אז איך דעק די געמיינדע מיט יושר, דאס קומט צוליב וואס איך גלייך באמת אפצילערנען א קולטור, און נישט ווייל איך זוך צו שטיפען סיי וואספארא אדזשענדע מיט מיין קאנטענט אנליין. ממילא דאס וואס איך רעד, דאס איז די אמת וואס כ׳האלט אויף די חסידישע געמיינדע.
לייביש: ווי אויסגעשמועסט טוסטו טור׳ס אין וויליאמסבורג אלץ דיין פרנסה פאר מענטשן פון די אלגעמיינע גאס וואס ווילן האבן א שטיקל אריין בליק איבער דאס לעבן פון חסידים. אפשר ביסטו מסביר פאר די ליינער וואס פונקטלעך דו טוסט, און וואס אלץ קאווערסטו פאר די מענטשן וואס דזשוינען דיין טור.
פריידא: צום ערשט, די טורס שטעל איך אלעמאל אויס לויט מיין גוסטע, וועטער, געגנט. עס לויפט נישט דווקא אויפן זעלבע רוטין.
מיין פאוקעס ארויס צי האבן א קולטור, איז דורך ארכיטעקטשור, און עסן.
איך האלט אז פון די צוויי זאכן קען מען זייער גוט ארויס האבן א קולטור.
נעם אלץ א דוגמא די אויסשטעל פון בנינים, גאסן, אדער ספציעיל געבויטע געביידעס פאר חסידים אין וויליאמסבורג, דאס געבט אסאך ארויס די לעבנסשטייגער פונעם געמיינדע.
ווען איך נעם מענטשן אויף א טור וועל איך זיי ווייזן ווי מער אינטערעסאנטע בילדינגס, גאסן, ווי אויך אלט וויליאמסבורג, ניי וויליאמסבורג וכו.
כ׳דערמאן זיך, אמאל טאקע נעמענדיג א גרופע מענטשן, האט מיר איינער געפרעגט צו אויף לי עוועניו איז נישטא א קאווע געשעפט… אויף וואס איך האב יענעם געענטפערט ניין…
נעם טאקע די שאלה אלץ אן עקזעמפל ווי אנדערשט אונזער קולטור איז פון די אלגעמיינע גאס. ביי אונז טרינקט מען קאווע אין שוהל פארן דאווענען שמועסנדיג מיט חברים, בשעת אין די דרויסנדע וועלט איז א קאווע הויז מער א פלאץ פון טאן ביזנעס…
ווי אויך איז עסן ווי געשמועסט גאר א וויכטיגע פונקט אינעם טור, אזאך וואס ווערט אינקלאדעט פון פאראויס אינעם פרייז.
איך ווייז זיי אלע סארט אידישע מאכלים, צו איז דאס פארווע, מילכיג, פליישיג.
איך מאך אבער נישט קיין טורס אין צייטן ווען די געשעפטן זענען פארמאכט, א שטייגער ווי פורים, חול המועד, ווייל דאן פעלט שטארק די הויכפונקט איבער די ציהל פונעם טור.
לייביש: וואס קענסטו זאגן פאר די סארט מענטשן וואס מאכן אוועק די וואס פארלאזן די היימישע קאמיונעטי, ווי כאילו דאס קומט פון טראמא, און סטעמפלן אפ זייער באשלוס אלץ א דורכפאל.
פריידא: צום ערשט, וואס מענטשן זאגן מאכט בכלל נישט אויס… פארט אבער אז דו פרעגסט מיר וועל איך דיר ענטפערן.
מענטשן גלייכן אפציסטעמפלן א מענטש לויט ווי זיי זעען אים פון אינדרויסן. די טבע איז אז יעדער זוכט צו פארגלייכן יענעם׳ס לעבן צו די אייגענע לייף עקספיריענס… מ׳כאפט אבער נישט, אז חוץ פון וואס יעדעם׳ס לעבן איז אנדערשט, איז זייער שווער אפצילערנען א מענטש פון זיין חיציונית.
סדא מענטשן וואס זענען געווארן בעלי תשובה און אוועק פון א סעקולערע לעבנס שטייגער און האבן שיין מצליח געווען. ווידעראום סדא וואס גייען אוועק פונעם פרומען לעבנס שטייגער און ווערן סעקולאר און האבן דארט זייער הצלחה.
לאמיר דזשאסט געבן איין עקזעמפל; סדא מענטשן וואס זוכן בטבע נישט קאמיונעטי לייף, אזעלכע, אויב גלייכן זיי נישט די האָ האַ פונעם פלאץ ווי זיי וואוינען, וועלן זיי זוכן א מקום מנוחה ווי צו גיין לעבן.
אינטערשטע שורה: לייף איז נישט אזוי סימפל ווי עס קוקט אויס פון אינדרויסן…
איך בין זייער ציפרידן מיט מיין באשלוס פון פארלאזן די היימישע קאמיונעטי, ס׳איז עפעס וואס האט פאר מיר פערזענליך נישט געארבעט.
לייביש: כ׳האב געהערט פון אסאך מענטשן פערזענליך איבער די ווידיאו וואס האסט ארויסגעלייגט א שטיק צייט צוריק, דו רעדסט דארט צו דיין געוועזענע מאן איבער די גט, זיי אלע האבן באמת מיטגעוויינט מיט דיר!
אפשר דערציילסטו וואס האט דיר געשטיפט ארויס צילייגן אזא ווידיאו, און וואספארא ריספאנדס האסטו פערזענליך באקומען פון מענטשן.
פריידא: די גט ווידיאו האב איך קודם געשריבן, לאנג פאר איך האב געמאכט די ריקארדירונג אויף יוטוב.
געווען איז עס עטליכע וואכן נאך מיין גט, כהאב געוואוינט אין א בעיסמענט אליין מיט מיין קינד, ווען איינטאג האב איך באשלאסן צו שרייבן מיינע געפילן, בשעת טייכן טרערן פליסן פון מיינע אויגן.
אין יענע צייט איז געווען א וועבסייט מיטן נאמען Unpious, כהאב געפאוסט דארט די ארטיקל אננאנימעס אפי ס׳איז מיר געווען זייער שווער צו ארויף לייגן מיינע פערזענליכע געפילן אין פובליק, סאיז געווען די ערשטע מאל וואס כהאב געשריבן אן ארטיקל וואס איז געגאנגן וויירל.
יארן שפעטער האב איך געהאט א קעמארע מענטש ביי מיר אין שטוב, כ׳האב דאן איבער געקוקט אלטע געשריבענע ארטיקלן, וואס איינע פון דעם איז געווען די ״גט״. אבער ליינענדיג די ארטיקל פארן ווידיאו, האט עס מיר צוריק גענומען צו א טונקעלע שווערע תקופה אין מיין לעבן, און טאקע נאכן ליינען האב איך געזאגט ״זה הו״ איך ליין מער נישט קיין אמאליגע ארטיקלען.
הערשט 9 חדשים שפעטער האב איך ארויס געלייגט די ארטיקל אויף יוטוב, צום ערשט בין איך געווען זייער נערוועז וואספארא רושם דאס וועט לאזן פאר מענטשן, היות מיין גט איז זייער א פערזענליכע געשיכטע. פארט אבער נאכן עס פאוסטן, האב איך צו מיין סופרייז באקומען אן א שיעור פאזעטיווע ריספאנדס, מעטשן איבער די וועלט האבן זייער קאנעקטעד צו א געשיכטע פון ״הארץ ברעכנד״ און ״פארלוירנקייט״.
לייביש: איך האב אמאל באשריבן פעגי גרינפעלד אויף מיין טעלעגראם טשענל, כ׳האב געזיצן מיט איר עטליכע שעה און געמאכט א געלונגענם אינטערוויא. אסאך מענטשן זענען דערנאך געגאנגן צו איר, און פילע האט זי מצליח געווען צו העלפן.
וואס קענסטו זאגן איבער די אינטערוויא וואס דו האסט אפגעהאלטן מיט איר גאר לעצטנס אויף יוטוב, האבן מענטשן דיר פערזענליך געקאנטאקט דערוועגן, און אויב יא וואס האבן רוב פון די היימישע קאמענטארס אינאלגעמיין געזאגט צום געדאנק אז מ׳שמועסט אויס די חסידישע לעבנסשטייגער אויף א פובליק פלאטפארמע ווי יעדע נישט איד קען האבן א בליק אריין ווי אזוי חסידישע רילעישאנשיפ ארבעט אינאלגעמיין.
פריידא: צו זיין אויפריכטיג, מענטשן האב טאקע געהאט טענות אז מען שמועסט אויס חסרונות פון אונזער געמיינדע אויף א פובליק פלאטפארמע, סאיז זיי נישט אזוי ווייט אנגעגאנגן אז מען רעד איבער ״אינטימענסי און רילעשאנשיפ״, ווי איידער אז מען פאוקעסד אויף די שוואכקייטן פון אונזער געמיינדע.
צו זיין קלאר; פעגי האט נישט געהאט קיין שום שלעכטע כוונות דערמיט, נאר אדרבה פארקערט, זי איז א ליבליכע מענטש וואס איז דא צו העלפן דעם ציבור.
פון די אנדערע זייט זענען געווען אסאך מענטשן וואס האבן מיר שטארק באדאנקט, זאגענדיג ווי שטארק זיי האבן רילעיטעד צו א שמועס ווי ענדליך פארשטייט מען זייערע סטראגלס אין לעבן.
ביזן היינטיגן טאג רופן מיר מענטשן פרעגן ווי מען קען קאנטאקטן פּעגי גרינפעלד.

לעצט רעדאגירט: