א שמועס צווישן לייביש הכהן און פריידא וויזל

דיין אינטערוויו מיט פריידא איז זייער שיין. (אפאר קשיות אהין און צוריק איז ווייט פון אן 'אינטערוויו' אבער עניוועי.) ווי אויך דיין אינטערוויו מיט פעגי.

האלט עס אן אויף ווייטער. איך האב למעשה הנאה געהאט.

איך עגרי אבער מיט וואלווי. אפילו אויב דיין ציל איז א גוטע, גלייב איך ס'איז דא בעסערע וועגן .

בכלל דארפסטו דיר פרעגן וואס שטערט דיר אזוי אויב איינער בלייבט יא פרום. איינמאל דו זאגסט קלאר, און ס'איז אויך מערקבאר פון דיין וועג פון שרייבן, אז דו האסט אן אזשענדע, ברענגט עס גלייך ארויס די פייט אינסטינקט. פריידא טוט לגמרי נישט ווי דיר און זי האט סאך א בעסערע השפעה מיין איך. איר השפעה איז פאזיטיוו און ברענגט יעדעם צוזאם מיט רעספעקט. דאס איז דייקא ווייל זי האט נישט קיין אזשענדע.

אויב איז דיין ציל די זעלבע ווי איר, דאן קענסטו דיר עפעס לערנען פון איר.

ובזה יצאתי ידי חובתי.
 
אפאר קשיות אהין און צוריק איז ווייט פון אן 'אינטערוויו' אבער עניוועי
די קעפל פון פריידא ליינט זיך ״שמועס״ נישט ״אינטערוויא״. מיט פעגי האב איך יא געהאט א געהעריגן אינטערוויא.
 
דארפסטו דיר פרעגן וואס שטערט דיר אזוי אויב איינער בלייבט יא פרום. איינמאל דו זאגסט קלאר, און ס'איז אויך מערקבאר פון דיין וועג פון שרייבן, אז דו האסט אן אזשענדע, ברענגט עס גלייך ארויס די פייט אינסטינקט. פריידא טוט לגמרי נישט ווי דיר און זי האט סאך א בעסערע השפעה מיין איך. איר השפעה איז פאזיטיוו און ברענגט יעדעם צוזאם מיט רעספעקט. דאס איז דייקא ווייל זי האט נישט קיין אזשענדע.
מ׳קען מיר ציטיילן אין צוויי: מיינע געשיכטעס איז געשריבן געווארן אומשילדיג אן קיין העיט אדער אדזשענדע…

ווידעראום מיינע קורצע ארטיקלען אדער געדאנקן שרייב איך לויט מיין גוסטע.

מיין אדזשענדע איז נישט צו טוישן די פרומע, מיין אדזשענדע איז אז דער פארוועם די סיסטעם ארבעט נישט זאל זיך זיין מוח עפענען און איין זעהן אז ביישטיין נסיונות וועט אים נאר ציגרינד לייגן, וד״ל…
 
לעצט רעדאגירט:
כ'מיין צו זאגן כקהאב נישט טעלעגראם
קענסט עס אפשר לינק'ן אדער יוטוב וכדו?
 
איך ווייס אסאך מענטשן וואס די קאפ האט זיך זיי געעפנט דורך ליינען מיינע געשיכטעס, און זענען געווארן פריי ממש, אינאיינעם מיט די ווייב!
איך גלייב דיר נישט.
לכאורה נישט געווען קיין שום שרייבער זייט די וועלט מלחמה וואס האט געטאן וואס איך האב…
Wow, how arrogant
 
אינטערוויאען פריידא וויזל און איר אראפ לייגן ווי א גוטע מענטש וואס וויל בסך הכל לעבן איר אייגענע לעבן, איז עפעס וואס ציווארפט גרויסע געביידעס, וד״ל…
געמאכט פון לעגאו אפשר? ווער פונקטליך זאגט אז זי איז א villain וואס זיכט צו שטערן א צווייטן?
כ׳זאג בסך הכל נאך וואס מענטשן זאגן…
In that case.... איז נאכאלס אראגאנס פארן מיינען אז עס איז אמת, העכסטענס איז עס אויך נאאיוויטעט.
 
"לכאורה נישט געווען קיין שום שרייבער זייט די וועלט מלחמה וואס האט געטאן וואס איך האב…"

אז איינער האט דיר דאס געזאגט, האט ער עס זיכער נישט געמיינט ערנסט.
און אז דו זאגסט עס אליינס, 'האף' איך אז דו מיינסט עס נישט ערנסט.
 
In that case.... איז נאכאלס אראגאנס פארן מיינען אז עס איז אמת, העכסטענס איז עס אויך נאאיוויטעט.
אזוי צו אזוי, ווי אזוי דו ווילסט עס רופען… ווי געזאגט, מיינער ארטיקלן ווערן געליינט
אז איינער האט דיר דאס געזאגט, האט ער עס זיכער נישט געמיינט ערנסט.
איך זאג עס, און איך מיין עס ערנסט.

איך בין א וויזשועל שרייבער, ווען מען ליינט מיינע געשיכטעס קען מען עס זעהן, הערן, שמעקן, און פילן.

ווען איך זאג אז ס׳איז נישט געווען אזא סארט שרייבער, רעד איך פון וויזשועלס.

אדרבה, הייב אן ליינען, און איבערצייג דיר אליינס.

ס׳איז כדי זאלסט אנהייבן פון די גאר ערשטע געשיכטע אויף מיין קאנאל.
 
אזוי צו אזוי, ווי אזוי דו ווילסט עס רופען… ווי געזאגט, מיינער ארטיקלן ווערן געליינט

איך זאג עס, און איך מיין עס ערנסט.

איך בין א וויזשועל שרייבער, ווען מען ליינט מיינע געשיכטעס קען מען עס זעהן, הערן, שמעקן, און פילן.

ווען איך זאג אז ס׳איז נישט געווען אזא סארט שרייבער, רעד איך פון וויזשועלס.

אדרבה, הייב אן ליינען, און איבערצייג דיר אליינס.

ס׳איז כדי זאלסט אנהייבן פון די גאר ערשטע געשיכטע אויף מיין קאנאל.
ווי מער איך טראכט, אלס מער איז מיר מסתבר אז דו ביסט טאקע דא סתם צו איבערדרייען. לאל

אלס מיר אויס האסטו אויסגע'פועל'ט.
פארוואס אבער זייט די מלחמה?
מאך עס שוין "די בעסטע שרייבער זייט שעיקספעיר".

(דרך אגב, איך האב געליינט אביסל אין דיין טשענעל, און איך האב מיר 'איבערצייגט'.)
 
ווי מער איך טראכט, אלס מער איז מיר מסתבר אז דו ביסט טאקע דא סתם צו איבערדרייען. לאל

אלס מיר אויס האסטו אויסגע'פועל'ט.
פארוואס אבער זייט די מלחמה?
מאך עס שוין "די בעסטע שרייבער זייט שעיקספעיר".

(דרך אגב, איך האב געליינט אביסל אין דיין טשענעל, און איך האב מיר 'איבערצייגט'.)
ווילאנג דו וועסט נישט ליינען מיינע געשיכטעס וועסטו נישט פארשטיין פון וואס איך רעד…

אגב, איך האב אמאל אריין געלייגט א גרויס חלק פון מיינע געשיכטעס אין chat gpt, דערנאך האב איך אים געפרעגט וואס ער זאגט צו די שרייבער, איך האב אים אבער נישט געזאגט אז די שרייבער איז מיר.

דערנאך האב איך אריין געלייגט ארטיקלן פון אנדערע שרייבער און אים געהייסן רעיטאן אלע געשיכטעס, ווי אויך א הסבר פארוואס ער געבט די רעיט.

אלעמאל האב איך באקומען די שטערקסטע רעיט.

דערנאך האב איך אים געפרעגט אין וועלכע קאטעגאריע ער לייגט מיר פון אלע אידישע שרייבער וועם ער קען פון די געוועב, און ער האט מיר געלייגט אין די טאפ 10 פון אלע אידישע שרייבער וועם ער קען!

פאלגנד קענסטו זעהן וואס ער שרייבט אויף לייביש אן וויסן סאיז מיך👇👇👇

לייביש צייכנט זיך אויס ווי אַ שרייבער וואָס קען האַלטן אַ עולם אינגאַנצן איינגעוויקלט, פון דער ערשטער שורה ביזן לעצטן פּינטל. זײַנע מעשׂיות זענען אָנגעפילט מיט הומאָר, חכמה, און איבערראַשנדיקע דרייונגען, וואָס לאָזן דעם לייענער נישט אָפּטרעטן.

וואס מאכט לייביש אויסגעצייכנט?

✔ געשפּאנטע, פליסיגע מעשׂיות – ער ווייסט פּונקט ווי צו בויען אַן אינטריגאַנטן סטרוקטור, אַזוי אַז יעדע סצענע שלעפּט אריין צום נעקסטן.

✔ נאַטירלעכע דיאַלאָגן – ווען לייביש ס׳פערזאָנען רעדן, הערט זיך עס ווי עכטע מענטשן, מיט הומאָר, שנעלקייט, און אַ פּרטימדיקן בליק אויף מענטשנ׳ס נאַטור.

✔ אומגעריכטעטע דרייען – ער קען נעמען אַ פּשוטע סיטואַציע און פּלוצלינג אויסדרייען דעם גאנצן ריכטונג, אַזוי אַז דער לייענער ווערט ממש איבערראשט.

✔ הומאָר מיט טיפקייט – ער לאַכט, אָבער נישט בלויז צוליב לאכן; אונטער דעם ליגט אָפֿט אַ טיפערע באמערקונג אויף מענטשלעכע סיטואַציעס.

לייביש איז נישט נאָר אַ מעשׂה־מעכער. ער איז אַ מענטש וואָס פֿאַרשטייט מענטשן און ווייסט ווי צו ברענגען די געשיכטעס אויפֿן בלאַט אַזוי אַז זיי ווערן לעבעדיק.


ווען דו הייבסט אָן לייענען לייביש, קען זיין דו לייענסט בלויז צוויי שורות…
…און פּלוצלינג ביסטו אינמיטן א גאנצע מעשׂה און דו קענסט זיך נישט אָפּטרעטן ביזן סוף!
 
מאך עס שוין "די בעסטע שרייבער זייט שעיקספעיר".

דו האלטסט אז ער איז נישט א בעסערע שרייבער פון שעיקספעיר???
דער עולם איז ציקער זיס, ביטע מיר נישט כאפן ביים ווארט…
די עיקר איז מ׳זעמיר דא אהער צי שטעלן געשמאקע חומר פאר כלל ישראל!
 
Back
Top