- זיך איינגעשריבן
- מאי 16, 2024
- מעסעדזשעס
- 804
- רעאקציע ראטע
- 3,775
- פונקטן
- 423
כ'האב ניטאמאל געזאגט ויהי נועם דעם מוצאי שבת.
איך כ'בין געווען אזוי עקסייטעד פאר די וועטער באריכט, אז ס'האט געפילט ווי מארגן גייט זיין די ערשטע טאג חול המועד.
די מוצאי שבת איז געווען ענדלאז פויל, נאך שיריים פון שבת און ווייטער פרישע געקעכטס, אנגעווייטאגט דעם ארעם פון ליגען איינזייטיג און סורפען די ים המידיא אזויפיל שעה נאכאנאנד. ס'איז אויס וועלט, ס'איז בליס. ס'הייסט אז מארגן קומט צו גיין די מעגא שניי פון די דעקעיד.
ואיקץ והנה חלום ומלפני זייגער של שתים עשרה ועוד שלשה רביעיות זוהרת ובוקעת לאור צהרי היום.
פאר די זונטאג נוראסיס האט נאך געהאט א טשענס מיך צו פארשוועמען אין אן ערנסטן אויפשטיין סטראגל, האב איך מיך שנעל דערמאנט דאס גרויסקייט פון טאג. געווענליך וואלט איך צוריק פארמאכט די אויגן כאילו ס'איז נאך נאכט.
נישט היינט. היינט שנייט און איך זעץ מיך אויף און נעם דאס אלס אריין.
ס'איז נישט קיין דזשאוק. כ'האב מיך פיינעלי צוגעבויגן צום פענסטער, און איך שפיר די פרייהייט. איך שפיר די פרייהייט פון א זעקס יעריג יונגל. היינט איז אלעס רוהיג, נישטא קיין געיעג אין חדר, איך יאג מיך נישט צום ארבעט, און אודאי נישט צום דאווענען. מיט אזא שניי גייט נישט זיין קיין שקיעה. השמש דום.
די געפיל איז געוואקסן מיט אימפעט, די פריש געמאלענע געבאבלטע קאווע מיט א חופה פון העווי קרים, קערפולי געבעלענסד אויף די פאלם פון די האנט. מיט'ן די איבעריגע אנדערטהאלבן האנט, האב איך באשיצט דאס פייערל פון די ווינט, באותו רגע וואס איך פליק אן דעם צינדער. אזוי צילנדיג צום וואקעלדיג ציגערעטל הרובץ בין השפתיים, קומט אודאי קודם א שלינג קאווע, דערנאך א טיפע ציה. איך רעד דא גראד מיט די קראקס ארויס, די דזשיבעטלויזע לעכערלעך ערלויבן מיך א קאלטע פרישטיק פון שניי עד כף רגל. אפילו דער הייליגער בארדיטשעווער וואלט ארויפגעקוקט אויף מיין זריזין מקדימין.
ליטערעלי. א מיסטישע פארע פון צווייטע האנט ציגערעטל רויעך, האט זיך אזוי מין רואיגערהייט עקסהעילד פון מיין אויסגעביגלטע אנגעווארעמטע לינגען.
דאס האט געפילט זייער זייער גוט.
אודאי ביז ווער וואס, האב איך געכאפט א שאוועל און גענומען האבן פאָן. קוק, איך האב אן אחריות פאר די פראפערטי, איך דארף שאוועלן אלס והייתם נקיים, האב איך זיך געבולשעוועט.
אבער פון די דיקדוק און שעיפס, פון די ליינס ווי אזוי כ'בין געגאנגען אהין און צוריק מיט'ן שאוועל, האט זיך שנעל אנטפלעקט ווי איך שפיל א טיק טאק טוי אין די שניי מיט זיך אליינס, און ווען כ'האב שוין אנגעהויבן אויספארמען עטליכע פאלאצן און היילן פון די אנגעזאמעלטע שניי הויפענעס, האט זיך דער ילד הפנימי נעשה חיצוני געפילט ווי אינדערהיים. פה אשב כי איויתיה, אינדערהיים ווי א זעקס יעריג קינד וואס האט נישט קיין חדר ווייל ס'שנייעט.
מ'רעדט אז מארגן איז די ארבעט פארמאכט. קיינער קומט נישט קיינער גייט נישט. ס'האט אנגעהויבן הערשן אזא מין קינדערישע אטמאספערע, געמישט פון אכט און פערציג שעה שלאף קאפל מיט הויכע בוטס. א שלשלת פון ציגארעטל, קאווע מבחוץ, און ווארימע מזונות מיט ווייכע קוכן בבית.
מיט ענדלאזע שורות פון שניי טרעטעריי האט דער ילד הפנימי זיך מסתפק געווען. אריין און ארום, ארויס און קרים. אז א גאנצע יאר ליגט פאר מיין אויגן די חטאיכם כשנים זאל היינט זיין כשלג ילבינו. א פרייהייט פון פוילקייט ווישט אפ אלע חרון אף פון א גאנץ יאר. פאר אזא שניי לוינט זיך אליינס איינרעדן, אז כ'בין אויף א שניי האנימון אין קינדערישע שווייצער לאלא לענד.
נאך אזא שוהין שעה אחת ואחת לפני התפילה, הייב איך קלערן פון נעגל וואסער-מודה אני. אביסל באדן אין ווארעם וואסער זונטאג נאכמיטאג מיט א הויכע שניי, איז ווי אויף אן אויסגעגאסענעם וועקעשאן.
ס'דאך לילה כיום יאיר, נישטא קיין זייגער, נישטא קיין מאנטאג, און ערגעץ ווי גיי איך צו צום קראן. און אט איז אלס שטיל געווארן, די פייפ איז פארפרוירן. די רואיגקייט איז געלעכערט געווארן מיט זעלטענע שפריך ווערטער. הנותן שלג כצמר, אבער פארוואס מוז זיין כפור כאפר יפזר?
האסט געוואלט בלייבן אינדערהיים אפאר טאג? דא האסטו. יעצט גיי ווארעם אן די קליינע צאל ספרינג וואסער באטלעך אויף די אויוון נאר זיך צו באדן. כ'האב מיך געלערנט ווי אזוי מ'מאכט שנעלע קאווע-מילעך אין די מייקראוועיוו.
און יעצט פיל איך ווי א וואלד וואוינער אין א ווייסע קריסמעס.