פארוואס איך פרעיג ווארט פאר גוטע חומר פון אינסייד אזא שטוב מיט אינסייד אינפארמעישן. אי''ה היינט ביינאכט. איך גיי היינט דארפן האבן א ליל שמורים. ממילא וועלן מיר שרייבן דאס.
איך אליינס האב זייער שטארק רילעטעד צו איר שריפט פאר איין סיבה. אנכי הק' קומט פון א שטוב וואס א גרויסע רבי מיט א גרויסע הויף שטייט ביים שפיץ פון אונזער משפחה פון איין זייט. טאטע, זיידע, שווער עלטער שווער. (משום גולי וועלן מיר עס לאזן ביי איינע פון די פיר) און ליין ווי אזוי די שטוב פירט זיך (איך וועל פרובירן נישט אריין צו גיין צו עס איז נאך דא קינדער אינדערהיים צו נישט. עס איז נישט נוגע פאר די תגובה)
איך רעד נישט פון אזא סארט רעבעלע וואס די חסידים קענען יעצט נישט אריין צום רבין, ווייל די שמש איז פארנומען אנגרייטן די מקוה. איך רעד פון א רבין וואס האט אן עקסטערע סוויטע פאר זיך און אן עקסטערע סוויטע פון פרויען פאר די רעביצען.
קודם נעמען און הייערארקי צו פארשטיין די מצב
ראובן: גבאי נאמן לייב גווארדיע ראש (מיט משורתים און יוצאי משורתים אונטער איהם)
שמעון: פראפאגאנדע מיניסטער (מערך פון די חתונה'ס, שמחות, טישן, וואקאציעס)
לוי: סגן פראפאגאנדע מיניסטאר (צייטונגען, בילדער, די וואך, בריוון ארטיקלען קהלה שבת בלעטער וכדו')
יהודה: דרייווער ראשי (יוקאן, עסקעלעיד, לייטס, סיירינס, מיט עסקארט מנהיגים וואס שטייען גרייט צו זיין דינסט ווען מען דארף דעם שווארצן עסקארט פון 10 יוקאנס וואס זאלן פארן פון פארנט און פון ארינטער)
יששכר: מערכה (לעקטערס, סיינס, לאגאס וכו')
זבולון: הויז בחור ראשי (מיט נאך א טוץ פון שווענץ וואס זענען גרייט צו לויפן שפרינגען אויף זיין גוטהייסונג. די שאלה איז נאר ווי הויעך)
א יעדעס איינע פון זיי האט אונטער זיך נאך א מענטש, צוויי דריי וואס זענען גרייט צו באדינען ווען זיי זאלן נאר עפעס בעטן.
און אזוי קוקט אויס די מצב דערינען. די אויפנאמע צימער פונעם רבין שליט"א איז לכאורה גרעסער ווי די דיינינג רום פון אן אנגעפילטע קינדער געבענשטע משפחה, ווי שבת ביי די סעודה דארפן זיך אלע קינדער צו-קוועטשען ארום דעם טיש. שטייט דערינען א טיש פון 6 לעדערנע בענקלעך אויף א זייט מיט א רויאלער בלויער קאליר, וואס די ריקענס פון די בענקלעך גרייכט א הויעכקייט פון א מענטשענס הייעך בערעך. און א שטוהל אויפן אויבנ-אן מיט די זעלבער לעדערנע קאליר אבער דער שטוהל איז די פרעים פון מאהאגעני האלץ קאלירט אין א גאלדענער פעינט וואס העכער דעם קאף פונעם רבין שטעקט זיך ארויס א ריזיגער קרוין פון האלץ אויסדעשניצט. 90% פונעם קאלעכדיגן יאר ווערן נישט גענוצט אין דעם צימער. מער ווי צוויי דריי בענקלעך אויף איין מאל, און אויך נישט מער ווי 5 מאל א יאר. און ארום די םיר ווענט איז דא הערליכע מאהאגעני שענק וואס נעמט ארום דעם גאנצצען צימער אנגעפילט מיט נייע ספרים, ממינים ומינים שונים. דאכט זיך מיר ווי עס זאמעלט שטויב (איך האב נאך קיינמאל עס נישט געזעהן ווערן באניצט) און פארשטייט זיך די דעקלעך זענע עלטער און אפגעריבען (מיר דאכט זיך אז מען האט גענומען די ספרים פאר מען האט עס אריין געלייגט אינעם שאנק און צו-ריבען ווי עס באדארף צו זיין עס זאל פארלירן דעם גלאנץ עס זאל ח"ו נישט אויסזעהן אומגענוצט) און פארשטייט זיך אליינס אן דארפן עס אפי' זאגן. דריי טירן צווישען אין די שענק אריין, און ארויס, און איינס די רבי שליט"א זאל קענען אריין גיין אין די וואוין ארט פון די דירה.
און די זייט פון דעם מייעסטעטישער צימער שטיי נאך א ריזיגער צימער וואס איז א נגידישע ליווינג פאר געווענליכע משפחות, ווערט גענוצט פאר א ווארט זאל. ווי די מענטשען וואס קומען זיך געזעגענען מיטן רבין לכל עת מצוא ווארטן צו קענען אריין גיין אל הקודש פנימה. דער ווארטזאל איז עטוואס פשוטער. א גרויסער לאנגער טיש מיט פשוטע דיינונג רום בענקלעך ארום און סתם בענקלעך ארום געווארפן נישט אין א ספעציפישע סדר. מיט קנטרסים'לעך אויף טיש ארום געווארפן אז דער מענטשהייט זאל האבן אין וואס אריין צו קלאצן די וויילע וואס ער ווארט אויף זיין נעקסט טאמער האט ער נישט מיט וועמען צו שמעוסן אינעם ווארט זאל זאל ער נישט אויס זעהן ווי א לא לנו.
ביי די עק פונעם צימער שטייט א קליינער אפיס טישעל מיט אן אפיס בענקעל, און א גרויסער שווארצער טעלעפוין מיט אסאך קנעפלעך מיט רויטע בלינקעדיגע לייטס בלינקען א גאנצע צייט אין די זייט פון די באטענס און די זייט פון יעדעס קנעפעל האט עס א קליינער צעטעלע מיט אן אויפשריפט ווי דאס קנעפל פארבינד זיך. ווען מען איז דארט הערט מען כסדר שארפע קלינגערייען ווי דער אינטערקאם פונעם טעלעפוין קלינגט א יעדעס ליאדע מינוט צו א צוויטער עקסטענשאן (ווי און צו וועם וויס איך נישט פונקטליך) אבע רפון מאל צו מאל ווען די צימער איז עטוואס פילץ וועט ראובן אויף הייבן צו אזא קליג און רעדט גאר שטיל אריין אינעם טרייבעל אז א יעדער זאל הערן. "די רבי זאגט בשו"א אפערירן, מען זאל פרעגן דעם דאקטאר צו מען קען אפשר פרובירן מיט, איין מינוט לאמיר ארויס נעמען דעם צעטיל צו זעהן ווי אזוי דאס הייסט. יא טיילענאל, טיילענאל הייסט עס . לאמיר וויסען וואס שנעלער. די רבי ווארט אויף אן עטנפער"
אזוי קוקט אויס געווענליכע ביזי'ערע נעכט ביים רבין אין צימער זעלבסט. אבער אין מיטן טאג שפילט זיך אף גאר א צווייטער חתונה.
טאקע אין אט די ווארט צימער ווי דער קהל ווארט אריין צו גיין אינעווייניג אין קודש קדשים זיצען און פרעפלען קוואקען דעם גאנצען ליבען טאג. ראובן זיצט דארט מיט שמעון, לוי, די רבי'צען און דער רבי'צענס טאכטער לאה'לע, דעם דבינס ליבלינג וואס וואוינט אין די נעקסטע טיר.פארברענגען דארט מיט א מאורידיגע חברותא'שאפט, און באהאנדלען די אינערליכע פאליטיק.
ראובן: די רבי'צען הערט וואס אברהם האט נעכטן מסדר געוועזן יצחק, האףףףףף האט איהם אריין געגעבן. ראובן, רופט זיך אן לאה אן קיין שום דיסטאנס פון סעגריגאציע וואס מיר חסידישע אידן זענען איינגעבאקן, וואס וויל אברהם פון יצחק, זאל ער איהם שוין לאזן לויפן. ווי לאנג די צוויי וועלן זיך בריקענען וועלן מיר נישט קענען ווייטער אנגיין מיט די בוי פלענער. דאס ביהמ"ד איז שוין איינגעהילט אין די בלויע פלעסטיק טעפיכער פאר צוויי יאר, און גארנישט רוקט זיך ווייל די צוויי הארגענען זיך ביי די קעפ. אמת מאמי. טאטי דארף זעהן דאס אפצושטעלן ווי אמשנעלסטן. רויזעלע'ס חתונה וועט נישט קענען זיין אזוי און גארנישט די צוויי רייסן זיך. (וואס א חילוק וואס דער פייט איז אלל אבאוט)
רבי'צען: ניין ראובן די רבי טאר זיך נישט און וועט זיך נישט אריין מישען. לאה'לע די כאפסט נישט די רבי קען זיך נישט אראפ לאזן צו די בריונים וואס האלטן דעם גאנצען קהלה אונטער זיינע נעגל ניין וויל לאנג זיי שלאגן זיך צווישען זיך זאלן זיי זיך שלאגן, און רויזע,לעס חתונה וועט ממילא נישט זיין אין ביהמ"ד עס איז צו קליין פאר ביידע רביס צוזאמען, איך האב שוין געהערט פון דחי מחטנת'טא אז זיי ווילן נישט עס זאל זיין אין שוהל זיי וועלן נישט קענען געהעריג מכבד זיין זייערע געסט אין קרובין אין אזא הוהא. שמעון וואס איז דיין מיינונג? (נישט קיין ר' שמעון, און נישט וואס איז אייער מיינונג)
שמעון: לאמיך מסביר זיין פאר די חשובע רבי'צען איין זאך. די חתונה אין ביהמ"ד איז טאקע זייער א שיינע איידיע ווען עס איז פערטיג און עס ברענגט א כבוד פאר די זאך לוינט צו לייגן פרעשור אויף די מחתנים זאלן מסכים זיין אפי' עס איז אביסעל קליין פאר ביידע זייטן, אבער אזוי ווי דער מצב איז איצטערט סיי מען האט נאך נישט די גאנצער הייעך צו קענען לייגן פארענטשעס ביזן הימעל. און אויך קען מען נישט לייגען אויסגעצויגענע טישען אויפן גאנצער היכל. די סדרנים וועלן נישט האבן ווי אזוי ארויס צו וויגען די וועגענער מיט די טעצער דורך אויס די אויסגעצויגענע טישן. נישטא ווי צו לייגען בעריקעידס צו מאכן די ארדענונג ביי די לחיים. וואס פאר א פנים וועט די בילדער נאכדעם טראגן הא ? אדרבה רביצען זאג די אליינס איז דאס א כבוד פאר אזא מלכות?
לוי: יא די בילדער אין די זאל אזוי ווי עס איז איצטערט וועט אויסזעהן פחדים.
יהודה: פון ווי צו ווי וועט די רבי מיט די רבי'צען פארן מיט אזא עסקארט אויב איז די חתונה און שוהל. דער פלאן לויטע דריי קארן איינס פארן רבין (יא די שווארצע מיט די גריל לייטס)פאר די רבי'צען מיט די קינדער אויך די שווארצע. חתן כלה נאך די חופה צו גיין צום יחוד שטיבעל. מיט צוויי פון פארנט און דריי פון דארינטער. אויב איז די חתונה אין ביהמ"ד האט מען נישט ווי צו פארן.
נאר וואדזשע דען פרעיגט לאה'לה באזארגט?
איז אזוי ענטפערט שמעון. די וועג ווי א זוי מיר האבן דאס אויס געארבעט איז ווי פאלגענד. די חופה וועט זיין אויף די גאס און פארנט פון ביהמ"ד די ק"פ וועט זיין אינעם היכעל פון די אלטע בנין. דער נייער אומגעענדיגטע בנין וועט דינען פאר די צוגעהערן די טעמפארערי קאך, די מוזיק און די קוויער פאר די חופה און בעריקעידס וועט מען צוען פונעם טיר מען זאל דארפן ארום גיין די גאס צוריק קומען צו די אנדערע זייט כדי די פרויען זאלן האבסן זייער זייט ביי די חופה ווי עס פאסט. א סטעידזש ביזן הימעל. טרעפן ארויף צו גיין פון ביידע זייטן און באוואכט מיט סדרנים און בעריקעידס דורך אויס דעם גאנצער וועיג ארום די גאס. אזוי וועט דאס ברענגען א געוואלדיגער כבוד פארן רבינס שטוב וכו'
און אזוי שמועסן זיי ווייטער א גאנצען טאג פון די חתונה'ס און די פייטס וואס עס טוהט זיך אינערהאלב די חסידות.
די רבי'צען האט א שטאב פון הילף מער ווייניגער רוב פונעם טאג ווי מען רוימט און קאכט און באקט ( יא עס אייביג דא פרישע ווארע צו עסן דארט) וואס עס ווערט אוועק געוואפרן דארט א יעדען איינציגן טאג קענען צוויי דריי משפחות לעבן פאר א וואך.
א.א.וו.
יו געט די פיקטשער. איך בין נישט קיין סאך מגזם נאר אביסעל לסבר את האוזן.
איך קען גיין אזוי ווייטער און ווייטער וואס עס טוהט זיך דארט אפ. און אויס שפילן פאר אייך די מאווי, עס ממש צום לאכן (וויינען) איך האב גענומען די איידעלסטע עפיזאד. דער רבי מער ווייניגער האלט אלעס מיט אמאל אמאל אויך א ווארט דא א ווארט דארט וואס איז אזוי געשמאק שארף אינאיינעם. אבער דאן גוט זיך אזא פארגלייז די אויגן און מען גייט ווייטער פראווען.