א סקול געזוכט

אידעלע

פרישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 26, 2025
מעסעדזשעס
8
רעאקציע ראטע
16
פונקטן
3
HI. איך האב א אנדערע ניק דא, אבער מחמת גילו שרייב איך מיט דעם, איך זוך יעצט א סקול פאר מיין מיידל אין בארא פארק, איך האב צוויי שאלות,

1) וואס איז א גוטע open minded סקול אין בפ?

2) די שאלה איז עכט געקניפט מיט די ערשטע, וואס דארף איך זוכן אין א סקול, ווען איך פרעג אינפארמעישן פון מענטשן אויף סקולס, וואס זאל איך פרעגן צו באקומען א ברייטע פיקטשער דערויף, וואס דארף עכט א מיידל וויסן, וואס איז שטותים?
 
לעצט רעדאגירט:

בית יעקב ד׳בארא פארק
 
בית יעקב ד׳בארא פארק
thank you

איך וויל נאר אביסל מער אראפלייגן מיין בעקגראונד, by default דארף איך שיקן אין סאטמאר בית רחל, איך גיי באקומען צידרייטע היץ אויב איך שיק ערגעץ אנדערש, איך האב אבער דיסיידעט נישט צו קערן, איך וויל טרעפן א לכתחילה'דיגע סקול, איך וויל נישט שיקן ערגעץ מיין טאכטער דזשאסט ווייל איך מוז.

so מיין צווייטע שאלה פון פריער איז די עיקר, נארמאלערהייט ווי געזאגט שיק איך בלינדערהייט קיין סאטמאר, אבער אויב איך וויל נישט שיקן בלינדערהייט, וואס זאל איך זוכן אין א סקול, איך קען מיר נישט אויס מיט מיידלעך.

איז דא עפעס יסודות'דיגע חילוקים צווישן א סאטמאר graduate אין א בית יעקב graduate?
 
די חילוקים און קוואליטעט פון די מוסדות זענען נישט אזוי אוועקגעריקט איינע פון די נעקסטע אז עס זאל זיך לוינען לוינען זוכען א פרעמדע צו די פאמיליע געזעלשאפט , דער סאטמאר בית רחל האט צוויי באזונדערע דארף מען נאר א באשלוס איינע פון די צווי
מהרי״י אדער מהר״א. די אנדערע איז דאך דא פון יעדער
קהילה איז,כמעט באבוב מונקאטש סטולין בעלזא בית שרה בית יעקב וכו׳, אלע זענען איקוועל עקוויוועלענס דזשאנאר/ כולן שוין לטובה-אבער חן המקום על יושביו .
 
די חילוקים און קוואליטעט פון די מוסדות זענען נישט אזוי אוועקגעריקט איינע פון די נעקסטע אז עס זאל זיך לוינען לוינען זוכען א פרעמדע צו די פאמיליע געזעלשאפט
איר רעדט פון עקספיריענס?
 
איר רעדט פון עקספיריענס?
פון זיך דרייען גענוג לאנג ארום די בלאק,פיעל איך קאמפאורטעבל צו זאגען ,אז די תוצאות פון די וואס סטיקען צו אייגענע משפחה מוסדות,און מיט
אן אוארע פון רעספעקט אינדערהיים פאר די הנהלה -
א ביסעל קריטיק איז געוואונטשען - האבען הצלחה מיט די אואטקאם פון די קינדער אנטוויקלונג לטובה .
 
איך האב קלאר געזאגט אז איך האב דיסיידעט נישט צו געבן קיין דעקל פאר פעיר פרעשור, איך וויל שיקן מיין טאכטער צו די בעסטע סקול בעיסט אן merit.

אויב איך וועל זעהן נאכן מאכן ריסערטש אז סאטמאר איז די וועי טו גאו, האב איך נישט קיין פראבלעם מיט דעם.
 
די חילוקים און קוואליטעט פון די מוסדות זענען נישט אזוי אוועקגעריקט איינע פון די נעקסטע אז עס זאל זיך לוינען לוינען זוכען א פרעמדע צו די פאמיליע געזעלשאפט , דער
בכלל נישט לגבי בית יעקב.
 
אלס איינער וואס איז זייער באקאנט אין מוסדות אין בארא פארק און מיט בית יעקב בפרט לאמיר אויסקלארן אפאר פאקטן.
לאמיר אנפאנגן מיט וואס בית יעקב אפערט:
  • פראפעשענאליזם
  • גוטע טיעטשערס. סיי ערליך און סיי גוט
  • גאר א שטארקע קוריקולעם און אלע נושאים
  • א ליבאשט לה', ולתורתו, און צו אידישקייט
  • קלענערע קלאסן (זיי גייען נישט איבער 22 קינדער אין א קלאס אין די אינגערע גרעידס)
  • זיי ארבייטן מיט די עלטערן ווי א שותף
  • א ברייטע קראוד. מען הערט פון נאך ערליכע אידן א חוץ 52 ראדני
  • זיי מאכן א יעדער פילן עקסעפטעד
  • זייער גלייכע מענשטן. אויף האסטו וואוטשערס, דארפסטו שיקן צו די עפטער סקול פראגרעם, אבער אויב האסטו UPK צאלסטו נישט קיין פעני.
  • נישט דא קיין זייטיגע הוצאות, אזוי ווי בילדינג פאנד.
  • עס איז כהיום דא זייער א סאך עכטע חסיד'שע עלטערן מיט לאנגע בארד און פיאות וואס שיקן דארטן
די חסרונות (נישט דא קיין סאך)
  • די סקול איז זייער גרויס
  • די קלאסן קענען אויך זיין קינדער פון שוואכערע שטובער
  • זיי זענען זייער שטרענג מיט שכר לימוד
  • שכר לימוד איז טייער (650 פער קינד)
 
@פראפעסאר קומסט אריין קלאר.

וואס איז דיין אינפאט אויף סאטמאר בית רחל (ר אהרן)?
און אויף בית שרה?

אגב, איך זעה נישט קיין פראבלעם אז זיי נעמען אן פון שוואכע שטובער, איך קען אויך באשטיין צו האבן א שוואכע שטוב, (איך האף מ'פארשטייט וואס איך מיין)
 
צווישן סאטמאר אין בית יעקב איז דא אסאך אינצווישן.

ווי
בית שרה
בנות חיה
בית ברכה
וויען
תומר דבורה

ווי נישט ווי איז די פערענט באזע פין בית יעקב מער צו די מאדערנע זייט, אין איך גלייב נישט אז א סמעטענע סאטמארער משפחה וועט זיך פילן באקוועם דארט.
 
איך וואלט געזאגט וויען אדער בנות חיה איז גאר א גוטע מיטל וועג, בית שרה הייסט אז ס׳פאלט אונטער, בית ברכה איז גראדע גאר גוט אבער מ׳קען נאר אנקומען דארט דורך פראטעקציע כמדומה לי, תומר דבורה פלעגט הייסן א Hit אבער מ׳הערט נישט פון זיי לעיטלי!

אגב ס׳דא נאך נייטראלע מוסדות ווי בנות פערל אדער פאפא, אבער זיי זענען מער פרום געשטימט, כאטש עטוואס לייכטער ווי פון סאטמאר - עטליעסט פון סאטמאר 52 וואס איז גראדע פיל בעסער סטעף-ווייז ווי סאטמאר 53!
 
אגענדע אלערט
אה! יישר כח , איך האב געזוכט א ווארט וואס ברענגט ארויס די נקודה המחלקת צווישען די פארשידענע בתי חינוך לבנות אין בארא פארק, פון חרדי׳שע איינאוואינער
בעיסיקעלי האבען זיי אלע פאר א יסוד די דרך מסורה
און די קוריקולום סיי פון די יידישע לימודים און סיי פון די
ציווילע זענען נישט אזוי אנדערש , און די רעסאולטס איז דאך גלוי עס גראדואירן טאפ סטודענטס פון די אלע ,
עס איז נישט דא א סטאטיסטיק וואס קען אהנווייזען מער סוקסעס ביי איינע , סאו!, וואס איז דער מעין דיפערענץ די אגענדע- יעדע סקול האט זיין אייגעארטיגע אגענדע,
לדוגמא אין בית ברכה וועט מען מאכען די סענטער פון יידישקייט מיט בית אהרן וישראל ,באבוב מיט צאנז און רבי שלמה, בית יעקב מיט שרה שנירר און חפץ חיים ,סקווירא מיט מאור עיניים און צרנוביל, סאטמאר מיט דברי יואל און ציונות, בעלזא מיט קדוש אהרן און כבוד בית בעלזא, און אזוי ווייטער, ישמע חכם ויוסיף לקח,
טראכט איבער וועלכע אגענדע איז דיר די מערסטע ניחא, ענד טעיק איט פראום דער,
אשרי תבחר ותקרב , הצלחה.
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh

און ממילא? וואס זאגסטו דא?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך האב קלאר געזאגט אז איך האב דיסיידעט נישט צו געבן קיין דעקל פאר פעיר פרעשור, איך וויל שיקן מיין טאכטער צו די בעסטע סקול בעיסט אן merit.

אויב איך וועל זעהן נאכן מאכן ריסערטש אז סאטמאר איז די וועי טו גאו, האב איך נישט קיין פראבלעם מיט דעם.
איך פארשטיי אז די געסט נישט קיין דעקל פאר פעיר פרעשור

די שאלה איז וויאזוי וועט עס דיין טאכטער אויפנעמען, יעצט אלס קליין מיידל מאכט עס נישט אויס, אבער מען ווערט עלטער און אויב די גאנצע משפחה ארום קאזינס וכדו' זענען פרומער און אנדערע געזעלשאפט קען זיין אז זי וועט זיך פילן אויסגעשפילט פון זיי

אויך אין די סקול קען זיין אויב די משפחה איז סאטמער וועט זי ווערן אביסל אראפגעקוקט דורך די קלאס וכו', זיי וועלן זיך האלטן בעסער פון איר, זי וועט זיין די אראפגעקוקטע וואס קומט פון א פרומע בעקגראונד און באלאנגט נישט דא, למשל אויב איר מאמע גייט א פרומע לבוש אנדערש פון זייערע מאמעס קען עס זיין א זאך חוזק צו מאכן

לעצטענס געווען א ווידיאו ווי א בית יעקב גרעדועיט האט דערציילט ווי זיי פלעגן חוזק מאכן פון חסידישע מיידלעך וואס ווייסן נישט וויאזוי צו שמירן מעיק אפ

עכ"פ אפי' די סקול קען זיין בעסער דארפ מען נעמען די ארום אלס פארט פון די איקוועישאן
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top