שרעקליכע פייערן אין לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע

""אמאליגע צייטן ווען ס'איז געווען א פייער, האט די גאנצע שטאט אפגעברענט, ווייל די הייזקעלעך זענען געווען פון האלץ, ס'איז געווען א צרה צרורה""

אה, היינטיגע צייטן אויך?! נעווער מיינד....
 
רבותי, ס׳איז כדי צו כאפן א בליק אין אייוועלט און זעהן וויפיל משוגעים און סייענס האסערס עס זענען דא ביי אונז.
און דיע זענען שוין מוט אינטערנעט…
 
ס'איז א גרויסע מחלוקת הפוסקים ביי די מוסלים אויב די ל"א פייער איז א שטראף פון אללה פאר די באמבאדירונגען אין גאזא (אנגענומענע מיינונג), אדער אונז פארשטיי מיר נישט די וועגן פון אללה און מ'קען נישט אזוי אפ'פסקענען.

איי א מאסק האט אויך אפגעברענט? מסתם האט מען גערעדט דארט אינמיטן דאווענען
 
ס'איז א גרויסע מחלוקת הפוסקים ביי די מוסלים אויב די ל"א פייער איז א שטראף פון אללה פאר די באמבאדירונגען אין גאזא (אנגענומענע מיינונג), אדער אונז פארשטיי מיר נישט די וועגן פון אללה און מ'קען נישט אזוי אפ'פסקענען.
IMG-20250112-WA0097.jpg
 
*המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א איבער אורזאך פון די העלישע וואלד פייערן אין לאס אנדזשעלעס*

בני ברק - פארלאפענע וואך ביים שיעור פון המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב האט דער משפיע ביים רעדן איבער דעם קלארע אצבע אלוקים וואס די מצרים האבן געזען ביי די מכות פארציילט איבער די אצבע אלוקים וואס מ’זעהט אין די טעג אין לאס אנדזשעלעס נאכן ערהאלטן א בריוו פון אן ארטיגע אידישע איינוואוינער וואס ערקלערט די פאסירונג מיט די מאסיווע פייערן אין לאס אנדזשעלעס וואס בוזשעוועט.

אין די בריוו שרייבט יענער די סיטואציע אין לאס אנדזשעלעס ווי טויזנטער זענען אנטלאפן און געבליבן אהן קיין דאך איבערן קאפ און די שאדן ווערט געשאצט ביים צענדליגע ביליאנען דאלאר, דאס איז אלעס אין די טייערסטע געגנטער פון די אזוי גערופענע פארגעשריטענע סטעיט, קאליפארניע, ווען גארנישט האט נישט געקענט אפשטעלן די דארטיגע פייערן נאך וואס עס האט שוין נישט גערעגנט דארט זינט אנהייב פארלאפענע חודש מאי.

’אונז ווייסן נישט קיין חשבונות שמים” שרייבט דער איד אין די בריוו, ער וויל נאר מיטטיילן וואס איז פארגעקומען א טאג פאר די וואלד פייערן האבן זיך אנגעהויבן, עס איז דארט פארגעקומען א ריזן צערעמאניע צו פארטיילן באעהרונגען פאר פילע געלונגענע ספארטלער און ארטיסטן, יעדער פון זיי האט ביים באקומען זייער באעהרונג פארציילט וואס האט זיי געברענגט ביז אהער און קיינער האט נישט דערמאנט אז דאס איז געווען מיט די הילף פון דעם אויבערשטן.

נאך יעדער האט אויפגעטרויטן האט א געוויסע וויצלער וואס איז א באקאנטע כופר אויך אויפגעטרויטן און יענער האט נאך צוגעלייגט חטא על פשע און געזאגט אז די סיבה פארוואס קיינער האט טאקע נישט דערמאנט דעם באשעפער איז ווייל מיר זענען אין די מערסט פרייע און ליבעראלע שטאט אויפן וועלט וואו מ׳דארף חלילה נישט צוקומען צום אויבערשטן’ס הילף, עפ”ל.

דער איד ערקלערט ווייטער און די בריוו אז דערפאר האט דער אויבעשטער געברענגט די פייערן דארט צו זיי ווייזן אז די אלע כוחי ועוצם ידי שטיקעס איז גארנישט ווערט און אלע נבראים קענען זיך נישט באשיצן אויף קיין שום וועג ווען דער אויבעשטער באשליסט אנדערש.

*זעמל*, אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ

*צו באקומען אויף סטאטוס קליקט דא:* Zemel

*צו באקומען אויף די גרופעס קליקט דא:*
זעמל #4
 

בייגעלייגטע פיילס

  • Screenshot_20250126-020947_WhatsAppBusiness.jpg
    Screenshot_20250126-020947_WhatsAppBusiness.jpg
    670.9 KB · געזען: 18
כ'מיין אז לאס וועגעס זאל עוועקיועטען עסעפ אויב זיי ווייסן וואס איז גוט פאר זיי. די מבול איז געקומען פאר זנות, נישט כפירה
 
נאך יעדער האט אויפגעטרויטן האט א געוויסע וויצלער וואס איז א באקאנטע כופר אויך אויפגעטרויטן און יענער האט נאך צוגעלייגט חטא על פשע און געזאגט אז די סיבה פארוואס קיינער האט טאקע נישט דערמאנט דעם באשעפער איז ווייל מיר זענען אין די מערסט פרייע און ליבעראלע שטאט אויפן וועלט וואו מ׳דארף חלילה נישט צוקומען צום אויבערשטן’ס הילף, עפ”ל
View: https://youtu.be/ZRWeZzN9nmQ?t=40&si=SYxrVeQc5maW278m
 
כ'מיין אז לאס וועגעס זאל עוועקיועטען עסעפ אויב זיי ווייסן וואס איז גוט פאר זיי. די מבול איז געקומען פאר זנות, נישט כפירה
אויך אמסטערדאם און אנטווערפן און איבּעראל ווי פראסטיטוציע איז לעגאל
 
*המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א איבער אורזאך פון די העלישע וואלד פייערן אין לאס אנדזשעלעס*

בני ברק - פארלאפענע וואך ביים שיעור פון המשפיע הגה"צ רבי אלימלך בידערמאן שליט"א מלעלוב האט דער משפיע ביים רעדן איבער דעם קלארע אצבע אלוקים וואס די מצרים האבן געזען ביי די מכות פארציילט איבער די אצבע אלוקים וואס מ’זעהט אין די טעג אין לאס אנדזשעלעס נאכן ערהאלטן א בריוו פון אן ארטיגע אידישע איינוואוינער וואס ערקלערט די פאסירונג מיט די מאסיווע פייערן אין לאס אנדזשעלעס וואס בוזשעוועט.

אין די בריוו שרייבט יענער די סיטואציע אין לאס אנדזשעלעס ווי טויזנטער זענען אנטלאפן און געבליבן אהן קיין דאך איבערן קאפ און די שאדן ווערט געשאצט ביים צענדליגע ביליאנען דאלאר, דאס איז אלעס אין די טייערסטע געגנטער פון די אזוי גערופענע פארגעשריטענע סטעיט, קאליפארניע, ווען גארנישט האט נישט געקענט אפשטעלן די דארטיגע פייערן נאך וואס עס האט שוין נישט גערעגנט דארט זינט אנהייב פארלאפענע חודש מאי.

’אונז ווייסן נישט קיין חשבונות שמים” שרייבט דער איד אין די בריוו, ער וויל נאר מיטטיילן וואס איז פארגעקומען א טאג פאר די וואלד פייערן האבן זיך אנגעהויבן, עס איז דארט פארגעקומען א ריזן צערעמאניע צו פארטיילן באעהרונגען פאר פילע געלונגענע ספארטלער און ארטיסטן, יעדער פון זיי האט ביים באקומען זייער באעהרונג פארציילט וואס האט זיי געברענגט ביז אהער און קיינער האט נישט דערמאנט אז דאס איז געווען מיט די הילף פון דעם אויבערשטן.

נאך יעדער האט אויפגעטרויטן האט א געוויסע וויצלער וואס איז א באקאנטע כופר אויך אויפגעטרויטן און יענער האט נאך צוגעלייגט חטא על פשע און געזאגט אז די סיבה פארוואס קיינער האט טאקע נישט דערמאנט דעם באשעפער איז ווייל מיר זענען אין די מערסט פרייע און ליבעראלע שטאט אויפן וועלט וואו מ׳דארף חלילה נישט צוקומען צום אויבערשטן’ס הילף, עפ”ל.

דער איד ערקלערט ווייטער און די בריוו אז דערפאר האט דער אויבעשטער געברענגט די פייערן דארט צו זיי ווייזן אז די אלע כוחי ועוצם ידי שטיקעס איז גארנישט ווערט און אלע נבראים קענען זיך נישט באשיצן אויף קיין שום וועג ווען דער אויבעשטער באשליסט אנדערש.

*זעמל*, אידישע נייעס וואס איר זעהט נישט אין ערגעץ

*צו באקומען אויף סטאטוס קליקט דא:* Zemel

*צו באקומען אויף די גרופעס קליקט דא:*
זעמל #4
א קורצע זוך ווייזט אז די פארזאמלונג איז פארגעקומען אין Beverley Hills, און לעת עתה איז Beverley Hills נישט אפעקטירט פון די פייער. די האטעל The Beverly Hilton וואו די פארזאמלונג איז פארגעקומען איז אפען פאר רעזערוואציעס כרגיל. טוביה חטא וזיגוד מינגד?
 
לויט ChatGPT האט זיך די ערשטע פייער אנגעהויבן נאך פאר די צערעמאניע
?Any fact checkers available
 
Back
Top