סאטמאר מהר"א שליט"א

א שאד, פונקט דא איז חיימאו נישט געגאגען באזוכן דעם עזרת נשים..
פארפאסט נישט גארנישט. זי האט נישט געלערנט אין סאטמאר, און אירע חבר'טעס גייען נישט מיט קיין פאלם טייטס. נישט געווען עפעס מורא'דיג.

די כלה גייט גיין מיט א שייטל
 
כקוק איר ארויף פאר'ן זיך צושטעלן! א טאג נאך די חתונה קענסטו טון וואס דו ווילסט, אבער ביי די חתונה שטעל דיך ביטע צו
מ'קען שוין מיינען וואס מ'רעדט דא, סך הכל זיין אזויווי יעדע כלה, סעד
 
פארפאסט נישט גארנישט. זי האט נישט געלערנט אין סאטמאר, און אירע חבר'טעס גייען נישט מיט קיין פאלם טייטס. נישט געווען עפעס מורא'דיג.

די כלה גייט גיין מיט א שייטל
זי האט יא געלערנט אין סאטמאר
 
ערגעץ ווי האט זי ארויסגעדראפט כ'מיין אזא צוויי יאר צוריק. נאכדעם איז זי געגאנגען קיין לעיקוואוד
זי זעהט אויס ווי כלה נאה וחסודה ויעלת חן
וואס איז די פראבלעם פון א שייטעל , בנות ישראל
פון אלע שיכטען טוען זיך אהן שייטעל , קען זיין ביי די סאטמאר חסידות נישט , איז וואס ?
זי איז דאך א נכד וויזניץ, דארט טראגען אלע שייטל
 
איי טינק יו געט די פאונט...
 
אפי' אין סאטמאר גייען 80% מיט א שייטל, נאר די רעבישע אין די שטארק חאניאקישע גייען נישט,
בכלל וואס איז זי שולדיג אז זיי ווילן מאכן א רעבישע חתונה, און יעדע רבי דארף זיך ארומדרייען ארום די כלה פאר דריי שעה אנגעפילט מיט מענער,
איך מיין אז מ'איז מער משמח די כלה אז מ'לאזט איר זיין א נארמאלע כלה
אין די פרייליכסטע טאג פון איר לעבן...
 
די סאטמערע אייניקלעך יונגלעך און מיידלעך ווייסן פון יונגווייז אן אז זיי גייען האבן א רעבישע חתונה און בית מדרש הגדול זיי וואקסן אויף אלע קאזינס חתונות פון יענע זייט זענען און שול ס'נישט אזא גרויסע חידוש פאר זיי.

נאר וואס דען איינער וואס איז אביסל אנדערשט ווי מ'עקספעקט פון אים פאר א רעביש קינד ווערט יעדע זאך א פראבלעם די פרעינדס די מעיקאפ די כלה gown און אוודאי יעדער קוקט מיט א פארגרעסערונג גלאז וויאזוי די "מאדערענע" כלה גייט צי די חתונה אפילו פאר א פשוטע כלה איז עס considered גאר באשיידן אבער ווען די ביסט רעביש עקספעקט מען פון דיר א געוויסע פרומע look.
 
זי זעהט אויס ווי כלה נאה וחסודה ויעלת חן
וואס איז די פראבלעם פון א שייטעל , בנות ישראל
פון אלע שיכטען טוען זיך אהן שייטעל , קען זיין ביי די סאטמאר חסידות נישט , איז וואס ?
זי איז דאך א נכד וויזניץ, דארט טראגען אלע שייטל
שייטל ביי די סאטמערע רביס אייניקלעך איז נישט צום געפינען וויפיל איך ווייס

דא איז עס שוין א איר אייניקל און איך גלייב נישט איר טאטע האט א עכטע אישו מיט עס אחוץ די social pressure.
 
חוץ איר טאטע איז דא נאך אן אייניקל וואס דרייווט? וואס ארבעט/האט א ביזנעס?
 
חוץ איר טאטע איז דא נאך אן אייניקל וואס דרייווט? וואס ארבעט/האט א ביזנעס?
זיכער. פארשטייט זיך נישט קיין ניין טו פייוו דשאבס. אבער ביזנעסלייט, פליפערס וכדומה איז דא מערערע. (מהרי"י'ס איידעם טייטלבוים זאגט מען אויך פארמאגט אסאך ריעל עסטעיט.)
דרייוון איז זיכער דא אסאך.
 
Back
Top