היינט ביים יארצייט טיש פונעם ברך האט אהרן געזאגט פאר תושבי ברוקלין פון אלע קרייזן, אז צוליב די גאר הויכע דירות פרייזן, און ווי אויך די הויכע דירות שטייערן, איז ער מבשר די בשורה פון א הערליכער עתיד אין די שטאט מאנטיסעלאו.
אהרן האט דערציילט אז ער האט געהאט א דעלעגאציע פון די פרישע דעוועלאפער אין מאנטיסעלאו, זיי האבן שוין אלע פערמיט'ן ב''ה, און עס וואוינען שוין דארט 80 משפחות חסידישע אידן, ס'איז דא מוסדות, מקוואות, און אלעס וואס מ'דארף.
מ'הייבט יעצט אן בויען 300 דירות אויפאמאל, פאר $200 א ס''פ.
און ווי אויך האט אהרן געזאגט אז ס'איז נישטא מער קיין סיבה פאר אידן צו בלייבן אין ברוקלין. מאנטיסעלא איז די עתיד פאר יעדן. דאס איז אויסער וואס סאטמאר וועט בויען אין מאנטיסעלא פארן זעלבן פרייז.
באזונדער האט אהרן געזאגט אז אין בלאמינגראוו איז יעצט נישטא קיין וואסער פאר אזויפיל דירות וואס מ'בויט דארטן, דעריבער איז יעדע דירה-איינגאבע דארט כמניח מעותיו על קרן הצבי, ס'וועט נאך נעמען גאר אסאך יארן.
בנוגע די פרייזן אין קרית יואל, האט אהרן מתריע געווען די בויערס און מעקלערס מ'זאל אנהאלטן די פרייז פון $300 א ס''פ. און אין בלאמינגראוו וואו די שטח ביליגער, און די קונים צאלן יערליך הויכע שטייערן. איז דער פרייז $250 א ס''פ, און מ'זאל נישט צאלן מער.