סטראגלערס בריוו

סטראגלער

היימישער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
דעצ. 26, 2025
מעסעדזשעס
68
רעאקציע ראטע
284
פונקטן
53
היינט בין איך געזיצן ביים טיש אינדערהיים, איך האב נישט וואו צו גיין, מיין דאס האט מיך אפגעזאגט פון די ארבעט נעכטן. איך זיץ און טראכט און שפיל מיך מיט א פען אין פאפיר, און דאס איז ארויסגעקומען, נישט גע'עדיט:

איך זיץ און שרייב
אביסל מיינע מחשבות
וואס ליגן מיר אויפן הארץ
שוין א לאנגע צייט
און איך שפיר
אז איך מוז עס ארויסשרייבן
כדי מיין נשמה
זאל אביסל רואיג ווערן

איך ווייס נישט
צי איינער וועט דאס אמאל לייענען
אבער דער אייבערשטער ווייסט אלעס
און פאר אים איז גלייך
צי עס איז געזאגט
מיטן מויל
צי געשריבן
מיט א פעדער

איך האב אסאך דורכגעלעבט
אין מיין לעבן
אסאך נסיונות
און אסאך שוועריקייטן
און אסאך מאל
בין איך געפאלן
און נאכאמאל
אויפגעשטאנען

ער אליין
האט מיך אסאך מאל געפירט
אויף וועגן
וואס איך האב נישט געוואלט גיין
און איך האב געטון זאכן
וואס היינט
טוט מיר וויי
צו געדענקען
אבער איך גלייב
נאך אלץ
אז קיין שום זאך
גייט נישט פארלוירן
און יעדע תפילה
און יעדע טרער
ווערט אוועקגעלייגט
אויבן
דער רבונו של עולם
קוקט נישט נאר
אויף די חיצוניות
נאר אויף דעם אינעווייניג
און אויף די כוונה
פון מענטש

איך וויל זיין בעסער
איך וויל זיין נענטער
צום אייבערשטן
איך וויל לעבן
אן אמת'דיג לעבן
און נישט
א לעבן
פון שקר

אסאך מאל
האב איך זיך פארלוירן
אין מחשבות
אין דאגות
און אין פחדים
אבער איך ווייס
אז אויב איך וועל זיך
האלטן שטארק
און נישט אויפגעבן
וועט דער אייבערשטער
מיך פירן
אויף דעם
ריכטיגן וועג
דער עיקר איז
נישט צו ווערן
מיואש
אפילו
ווען עס איז שווער
אפילו
ווען עס זעט אויס
אז עס איז
קיין האפענונג
נישטא

איך בעט
דעם אייבערשטן
אז ער זאל
מיר העלפן
צו האבן
אמונה
און בטחון
אין אים
און אז איך זאל
קענען דינען אים
מיט שמחה
און מיט
א ריינעם הארץ
דאס איז
מיין תפילה
און מיין האפענונג
אז איך זאל
זוכה זיין
צו א בעסערן לעבן

@סטראגלער
 
היינט בין איך געזיצן ביים טיש אינדערהיים, איך האב נישט וואו צו גיין, מיין דאס האט מיך אפגעזאגט פון די ארבעט נעכטן. איך זיץ און טראכט און שפיל מיך מיט א פען אין פאפיר, און דאס איז ארויסגעקומען, נישט גע'עדיט:

איך זיץ און שרייב
אביסל מיינע מחשבות
וואס ליגן מיר אויפן הארץ
שוין א לאנגע צייט
און איך שפיר
אז איך מוז עס ארויסשרייבן
כדי מיין נשמה
זאל אביסל רואיג ווערן

איך ווייס נישט
צי איינער וועט דאס אמאל לייענען
אבער דער אייבערשטער ווייסט אלעס
און פאר אים איז גלייך
צי עס איז געזאגט
מיטן מויל
צי געשריבן
מיט א פעדער

איך האב אסאך דורכגעלעבט
אין מיין לעבן
אסאך נסיונות
און אסאך שוועריקייטן
און אסאך מאל
בין איך געפאלן
און נאכאמאל
אויפגעשטאנען

ער אליין
האט מיך אסאך מאל געפירט
אויף וועגן
וואס איך האב נישט געוואלט גיין
און איך האב געטון זאכן
וואס היינט
טוט מיר וויי
צו געדענקען
אבער איך גלייב
נאך אלץ
אז קיין שום זאך
גייט נישט פארלוירן
און יעדע תפילה
און יעדע טרער
ווערט אוועקגעלייגט
אויבן
דער רבונו של עולם
קוקט נישט נאר
אויף די חיצוניות
נאר אויף דעם אינעווייניג
און אויף די כוונה
פון מענטש

איך וויל זיין בעסער
איך וויל זיין נענטער
צום אייבערשטן
איך וויל לעבן
אן אמת'דיג לעבן
און נישט
א לעבן
פון שקר

אסאך מאל
האב איך זיך פארלוירן
אין מחשבות
אין דאגות
און אין פחדים
אבער איך ווייס
אז אויב איך וועל זיך
האלטן שטארק
און נישט אויפגעבן
וועט דער אייבערשטער
מיך פירן
אויף דעם
ריכטיגן וועג
דער עיקר איז
נישט צו ווערן
מיואש
אפילו
ווען עס איז שווער
אפילו
ווען עס זעט אויס
אז עס איז
קיין האפענונג
נישטא

איך בעט
דעם אייבערשטן
אז ער זאל
מיר העלפן
צו האבן
אמונה
און בטחון
אין אים
און אז איך זאל
קענען דינען אים
מיט שמחה
און מיט
א ריינעם הארץ
דאס איז
מיין תפילה
און מיין האפענונג
אז איך זאל
זוכה זיין
צו א בעסערן לעבן

@סטראגלער
wow!!!
רויע געפילן....
כ'טרעף מיך אין יעדע ווארט
'חזק ואמץ'
😘😘😘😘😘
 
איך האב נישט קיין כח כ'בין דיפרעסט עני הילף ?
סטראָגלען "אליין" איז ערגער פון די עצם סטראָגלען. איך רעד פון עקספיריענס. טרעף איינער וואס וועט דיר פארשטיין און בעט פאר הילף.
טרעפן איינער וואס פארשטייט דיר און פרובירט דיר העלפן איז שוין א האלבע ישועה.

I love you and feel you
 
איך האב נישט קיין כח כ'בין דיפרעסט עני הילף ?
מען קען טרעפן אין דיין פיוט איך זיץ און שרייב אסאך חיזוק ווי דו ברענגסט ארויס די מאטערנישען און וואקעלדיקייט וואס יעדער פון אונז גייט דארך ,אבער
שבע יפול צדיק וקם, אזוי איז ביי יעדען איז ,צרת רבים חצי נחמה, לייף איז פלאוסעס און מיינוסעס
נפלה לא תוסיף
קום בתולת ישראל
 
@סטראגלער ביזט נישט אליין... ס'איז א שווער וועלטעל דא... איך זאג דיר ס'גייט דורך..

נישט אז איך ווייס, נאר איך האב פשוט אויך אסאך באמפס, ס' דא צייטן וואס איז ממש מאסתי בחיי, ווען די מחשבות רידערען, טריי איך מיר צו דיסטרעקטן מיט מילתא דשטיתא, ביז ס'גייט דורך.

א גוטע איד האט מיר אמאל געזאגט ווען איך בין געווען אין א שווערע מינוט, אז ס'גייט אן די כלל דא פון "חלל עליו שבת אחת כדי שישמור שבתות הרבה"

די באשעפער פארלאנגט נישט פון א מענטש גארנישט ווען מ'איז אין אזא מצב, ער וועט ווילן דיין עבודה ווען דו ביסט אויסגעהיילט אינגאנצן.

יעצט וויל ער איין זאך, זאלסט קעיר נעמען פון דיר, ווי אזוי דו פארשטייסט, אבער טראכט נאר פון דיר, נישט פון גאט נישט פון אים און נישט פון יענעם, נאר פון דיר!

איך ווייס אז ס'איז מיר נישט מעגליך צו פארשטיין וואס דו גייסט יעצט דורך, אבער געדענק איין זאך, איך מיט אלע חברי הקרעמל פילן מיט מיט דיר און אונז קוק מיר ארויס אז זאכן זאלן גיין צום בעסערן.

פיל מיט ליבשאפט!
איש מבקש
 
@סטראגלער איך בין אפט אין אן ענליכע מצב (="איך גיי אראפ פון זינען") איך האף די בעסטע פאר דיר, די קאפיטל אין וואס מיר לעבן איז שווארצער ווי דער שווארצע מגיפה

(פליז רעד דורך דעם ענין מיט דיין פאמיליע דאקטאר אויב דו האסט נאכנישט, אויך גיי יעצט נעם א בוילינג שויער)
 
Back
Top