כוואליעס ארטיקל שטריימל, שפיצל, און שווערע שטותים

דער ארטיקל איז ערשינען אין דער "כוואליעס" אויסגאבע
דער ארטיקל איז ערשינען אין די אכטע ״כוואליעס״
איך שטעל עס דא ארויף צו פאראייביגן און צו קריגן אויפמערקזאמקייט.
א דאנק פאר די מערכת, פאַרן פובליצירן און רעדאגירן.




"וואס איז דיין סטאָרי?" שרייט שמילי איבער דאס געפילדער פונעם פארנומענעם רעסטוראנט אין ברעקענרידזש, קאלאראדא, אריינבייסנדיג אין דעם דיקן אמעריקאנער בורגער, אויף וועלכן אוואנטוריסטן קומען זיך ערנערן נאכ'ן סקיען אויף די ברעק בערג.



שמילי גלייכט נישט איבריג דעם ספארט, און איז א שטיקל פחדן אפילו פון סיי וועלכע אקטיוויטעטן וואס זענען אומשטאנד צו צעברעכן זיינע גלידער. אבער ער גלייכט דעם אויספלוג מיט זיין גרופע פריינט, וואס קומען זיך צוזאם יאר נאך יאר אין האלצערנע פעלד-שטיבער, פארוויילן די קורצע טעג אין נאטור און פארברענגען די לאנגע נעכט מיט סובסטאנצן, מוזיק און גרילן מארשמאלאו'ס אויף א קעמפ פייער טיף אינמיטן ווינטער.



די גרופע איז א פליסיגע געמיינדע וואס טוישט אירע קאלירן שטענדיג. מענטשן קומען צו, און מענטשן פארלאזן. צומאל מאכט זיך א קריגעריי אפילו וואס קען צעטיילן די פארצווייגטע געמיינדע אין פארשידענע מחנות. טראץ דעם אלעם איז שוין דאס זעקסטע יאר וואס מען זיצט דא ווידעראמאל אינאיינעם, אינמיטן דעצעמבער, איבער הויכע גלעזלעך, מיט א העכערער גייסט, אין אן אטמאספער וואס גליסט.



פראדל איז א ניי צוגעקומענע. זי איז לעצטנס פארגעשטעלט געווארן דורך מעני, וואס קען איר דורך זיין אינגערער פרומער שוועסטער וואס פלעגט גוט זיין מיט איר אין שולע. פראדל איז די אינגסטע פון אלע ביים טיש, אבער איז קאנפידענט און ליסטיג, און טראגט זיך גוט. דער עולם גלייכט איר דערפאר, און זי איז שוין אפילו מער אנערקענט פון אַבי — א לאנגיעריגער וועטעראן פון דעם סקיאינג קלען. אבי האט אָפטע אנשטויסונגען מיט אנדערע, וועלכע גלייכן נישט זיין אומבא'טעמ'טע באנעמונג, א שטייגער ווי דאס אינטואיטיוולאזע אראפקייען דאס אויער פון די ארומיגע שטענדיג וכדומה.



"ווי אזוי ביסטו ארויסגעפאלן פון די מעטריקס ביי די דריי-און-צוואנציג?" קלארט שמילי הומאריסטיש אויס זיין פראגע צו פראדל, וועלכע זיצט קעגנאיבער אים אויפ'ן באקוועמען באנקוועט באנק, מיט אן איבערגעמאסטענעם בורגאַנדי הוּדי, הויכע לעדערנע שטיוול אויף די טונקל בלויע דזשינס, און א שווארצע בּיני מיט א גרויסן האריגן שפיץ, פון וואנעט עס רינט ארויס איר געקרייזעלטע, לייכט-רויטע, לאנגע האר.



פראדל: אוווּ, דאס איז א לאנגע געשיכטע. איך גלייב נישט אז דו ביסט אינטערעסירט צו הערן יעצט האלב-געשריגענע זאצן פון דער אנדערער זייט טיש.



שמילי: כ'מוז זאגן, איך בין אייגנטליך זייער אינטערעסירט יעצט אין דיין לאנגער געשיכטע. און גראדע שמועסט מען אויס די וויכטיגסטע זאכן אזוי איבערגעשריגענערהייט. ווען נישט וואלט מען זיך נישט אזוי אנגעשטרענגט, נישט אזוי?



פראדל: כ'בין נישט זיכער אויב איך בין מסכים מיט דער באהויפטונג, כ'מיין אז צומאל וויל מען פלעין זייער שטארק רעדן און מ'איז וויליג זיך איבערצושרייען… אבער אז דו בעטסט אזוי שיין…



פראדל רוקט זיך נענטער, נעמט א שלונג פונעם קאקטעיל, און פארציילט:



מיין געשיכטע איז גאנץ קאמיש, אייגנטליך.



אויב איז דא איין דירעקטע אורזאך וואס האט געפירט צו מיינע דראסטישע לעבנס-באשלוסן, איז עס גראדע א נארישקייט, אדער א קלייניגקייט ליבערשט, וואס האט אראפגערוקט די באן פון די שינעס.



צו ענטפערן דיין פראגע אין קורצן, איז עס דעם "מאראטאן" צום פארדאנקען פארוואס איך בין דא היינט, און נישט פילייכט אויף א סאפע ערגעצוואו אין ניי-וויליאמסבורג, זיך אפרעדנדיג מידערהייט איבער שוועריגקייטן פון מיין ניי-געבאָרן דריט קינד, אויף א פליפ פאון,



שמילי'ס אויגן-ברעמען הייבן זיך מיט וואונדער, צוזאמען מיט זיין הארץ, מיט שטארקער אינטערעסע צו הערן מער.



ווען ער האט איר דאס ערשטע מאל באגעגנט, האט ער באלד געשפירט אן אינטערעסע זיך אנטוויקלען אין זיינע געדערים. זי איז נישט דווקא שיין אדער וואס ער האט געקלערט ער זוכט. זי איז זייער הויך און שטראם עטוואס, לייכט-הויטיג, מיט פרעקלס אויף די באקן וואס שטימען מיט דעם קאליר פון איר האָר. אבער איר אייגנארטיגער אויסזע ציט אים מיטאמאל. ווי אויך איר אינערליכע לעבעדיגקייט וואס מאכט איר שיינען.



שמילי זוכט זיך נישט קיין געשלעכטליכע באציאונגען מיט אנדערע פון דער גרופע, אויס מורא פאר דראמא, אזוי ווי עס האט פאסירט ווען מאַלי האט זיך צעטיילט פון הערשי פאראיאר און פאראורזאכט א שטורעם.



ער קען אבער נישט לייקענען דעם נייגער וואס ער שפירט איר צו באטראכטן רעדנדיג מיט פלייס, קייענדיג פרייס, און ווישנדיג קעטשאפּ פון איר ציכטיגן טשין אין דעם מילד-באלויכטענעם פלאץ.



"איך האב אייביג געהאט א זאך פאר דער מאראטאן," זעצט פראדל פאָר. "פון קליינווייז אן פלעג איך מיך שטעלן ביים פענסטער אין מיין מאמע'ס צימער, אויפ'ן פינפטן שטאק, און באטראכטן די לויפערס אראפ בעדפארד עוועניו."



אין סקול האט מען אויסגערופן און אהיימגעשיקט צעטלעך זיך חלילה נישט צו דרייען אין דעם אומגעגנט פון די אויסגעלאסענע פארבייגייער, אויף דער גאס האבן געהאנגען פלאקאטן מיט גרויסע רויטע אותיות אפצוהאלטן די מאסן פון דעם מכשול, אבער צו מיר האט דאס אינגאנצן נישט גערעדט. נישט נאר האב איך מיך נישט געקימערט מיט דער פרומער פראבלעם, נאר איך האב געשטרעבט גאר מיטצולויפן.



פארשטייט זיך אז נישט נאר די איין זאך האב איך אנדערש אנגעקוקט ווי אנדערע, נאר אויף נאך אסאך אזוינע סארט אנגעלעגנהייטן, וועלכע זענען פסול געווען ביי אנדערע, האב איך "קרום" געקוקט. אזוי ווי דרייוון אדער רייכערן, צום ביישפיל. איך האב נישט געזוכט צו רייכערן, אבער איך נישט געזען פארוואס דאס איז ענדערש אקצעפטירבאר ביי מענער ווי ביי פרויען. אפגעזען די לערערינ'ס שטרענגסטן מוסר אויף דעם "כל כבודה" און זייער אומגעהויערן אפשיי צו א ברעקעלע פריצות, האב איך נישט פארשטאנען פארוואס א ציגארעטל פאר א פרוי איז "אומאיידל". און אזוי אויך נאך פילצאליגע סטאנדארטן וואס האבן מיך נערוועז געמאכט.



אבער עס האט נישט צופיל געשטערט מיין לעבן אויף למעשה.



אין קלאס בין איך געווען פאפולער, אינדערהיים האב איך געהאט א ווארט — זייענדיג די בת יחידה, אין א שטוב פיל מיט אינגלעך, און א שפעט-געבוירענע אויף דער עלטער.



שטילערהייט האב איך אייביג געטון וואס איך האב געוואלט, אן זיך פארהאנקענען מיט אויטאריטעט.



ביי די אכצן האב איך דערקלערט פאר מיינע עלטערן אז איך זוך נישט צו חתונה האבן מיט קיין שוואנץ. "וואס מיינט א שוואנץ?" האט מיך מיין טאטע געפרעגט, אויף וואס איך האב געענטפערט, "איינער וואס האט ליב רעבעס."



א לאנגע טענה'ריי האט זיך דערויף אנטוויקלט. ס'איז געגאנגען קולות און קללות. מיין טאטע האט געשריגן אז איך בין א קליינקעפיגע בהמה, און מיין מאמע האט פרובירט צו זיין דער פארמיטלער. "זי מיינט צו זאגן איינער וואס וועט גיין ארבעטן און זיין א נארמאלער מענטש," האט זי פרובירט פארצושלאגן עפעס וואס מיר קענען זיך פארשטענדיגן אויף. אבער איך בין געווען יונג, הארטנעקיג און אנטשלאסן.



איך האב נישט געוואלט קיין איבערשפיל פון מיין טאטנ'ס אידישקייט. איך גלייך נישט זיינע פרומקייטן. אנגעהויבן פון זיינע ווייסע שבת שטרימפ, און געענדיגט ביי זיין טעמ'לאזן סדר נאכט. און ניטאמאל זיין חנוכה-ליכט צינדן — מיט'ן שטאָפענעם קאפעליטש און פרומער בעקיטשע, וואס נעמט א לאנגווייליגע שעה, און דרייט זיך מיינסטנס ארום זיינע אומגעלונגענע קנויטן, קלאגעדיגע זמירות, און שוואכע מאַרשן פון דעם סאטמארער קינדער כאר אין די כ' יארן.



שמילי: בקיצור, די גלייכסט נישט דיין טאטע…



פראדל: ניין, גראדע יא. אלס א מענטש האלט איך פון אים. ער איז זייער געריבן און פארשטענדליך, און איך זעלבסט האב זייער אסאך פון זיינע נאטורן. זיין אידישקייט האב איך נאר נישט ליב.



שמילי: אדער אידישקייט בכלל…



פראדל: הממ… אונז העמיר אנקומען דארט. געב מיך א מינוט. אנטשולדיגט, אייגנטליך, איך קיי דיר אראפ דיין אויער דא… איך האב דיך געווארנט בעפאר!



שמילי: כ'גיי דיך אפילו נישט ערמוטיגן צו רעדן ווייטער, דו ווייסט איך שלינג מיט דארשט.



פראדל: טענקס. דו מאכסט מיך רעדן באקוועם פון אומבאקוועמע זאכן, וועלכע איך באזוך נישט צו אפט.



אלנפאלס, מיינע עלטערן האבן שנעל איינגעזען אז זיי דארפן דא טרעפן עפעס וואס וועט ארבעטן. און איך געב זיי קרעדיט דערפאר.



זיי האבן אויסגעהערט שידוכים וואס האט זיי נישט געשמעקט, און אפילו געשטונקען, אבער א שידוך האט זיך נאכאלץ נישט געמאכט, און איך ווער שוין צוואנציג.



איך געדענק נאך דעם גורל'דיגן טאג ווען ס'איז מיר בייגעפאלן דעם געדאנק זיך אנצושליסן אינעם מאראטאן. איך בין געזעסן ביי מיין קאמפיוטער, אין ארבעט, און ס'איז ארויפגעקומען אן עד פאר עפעס א פארברייטונג פראגראם צום קומענדיג-יאריגן מאראטאן, און דער בליץ איז מיר אריין אין קאפ, נעמליך, אפשר איז עס פאר מיר אויך.



איך האב פונלאנג שוין סתם אזוי געוואלט אנהייבן לויפן, סיי צו זיך האלטן פיט און סיי פאר מיין מענטעל סטאביליטעט, אבער פאקטיש האב איך מיך נישט געקענט אראפבינדן דערצו.



אבער פון א טיפערן פלאץ האב איך געגליכן דעם געדאנק וויבאלד איך האב ביז דאן קיינמאל נאכנישט געטראפן א גענויע אונטערנעמונג אדער ציל וואס זאל מיך פערזענליכן פאראינטערעסירן. ס'זענען דא מענטשן וואס זענען אינוועסטירט אין ספארטס, האַבּיס, פאליטיק וכדומה; איך שפיר מיך אסאך מאל צוריקגעבליבן מיט דעם וואס מיך אינטערעסירט גארנישט און בין נישט גוט אין גארנישט ספעציעל.



דער מאראטאן איז פלוצים געווען דער ענטפער צו אלעם: נעמען א ציל, מיך צווינגען צו טון עפעס שווער אבער מיט אינטערעסע, און אויפהערן קלאגן אויף די אכט פונט וואס איך וויל פארלירן.



ווי נאר דער געדאנק איז מיר אריין אין קאפ, האב איך נישט געקענט לויז ווערן דערפון, טראץ די קלארע און שווערע שטרויכלונגען וואס איך האב געדארפט בייקומען דאס אויסצופירן.



מיין ערשטע דאגה איז געוו—



שמילי: איך קען דיר אליין זאגן דיין ערשטע דאגה — לויפן אויף בעדפארד עוועניו…



פראדל: ממש אזוי. ס'איז נישט דאס לויפן אין דעם מאראטאן צווישן אויסגעלאסענע גויטעס וואס איז ביהרג ואל יעבור, אזוי ווייט ווי דאס אז ס'לויפט אדורך בעדפארד. און דאס האט זיך טאקע אויסגעשטעלט צו זיין דער עיקר אפהאלט.



צוערשט האב איך נאר פאר א ברודער העכער מיר מיינע פלענער אנטפלעקט, צו זען ווי אזוי ער רעאגירט צו דעם געדאנק.



ער האט עס מיט א מכלומר'שטער גלייכגילטיגקייט אוועקגעמאכט אלס א נארישקייט.



"קענסט דאך לויפן אליין וויפיל דו באגערסט," האט ער מיך פרובירט איידעלערהייט אפרעדן.



איך האב אים פרובירט צו ערקלערן דעם געדאנק פון טון עפעס באדייטנד, צוזאמען מיט אנדערע. אבער ער האט עס נישט פארשטאנען, אדער נישט געוואלט פארשטיין, צוליב די קאנסעקווענצן דערפון.



עס האט געווירקט אויף אזויפיל, אז ער איז שטילערהייט געלאפן פארציילן מיין מאמע וועגן מיינע ווילדע פלענער.



"אוי, ווי אזוי האט יענע סצענע זיך אויסגעשפילט?" פרעגט שמילי — לייגנדיג איין האנט איבער'ן שטערן, צודעקנדיג אן אויג דערביי, ווי איינער וואס הערט שווערע נייעס.



"עקשולי, נישט אזוי שלעכט ווי דו טראכסט."



די באלדיגע רעאקציע איז געווען איינגעהאלטן. די מוטער האט — קענענדיג איר אנטשלאסענע טאכטער — הייקעלערהייט אויפגעברענגט די טעמע און געזוכט צו רעדן דערוועגן, האפנדיג אז מיט די ריכטיגע רייד קען מען איר גרינג אפרעדן.



אינצווישן איז דער פאטער אנגעקומען א גע'מעריב'טער און א הונגעריגער, און אריין אין א שרעקליכן כעס הערנדיג דעם געדאנק.



צוערשט האט ער פרובירט דעם זלזול צוגאנג. "זי קומט אויף מיט דעי משוגענע געדאנקען איין טאג מער ווי דער צווייטער," האט ער גערעדט צו דער מוטער איבער איר ווי א דריטער פערזאן שלא בפניו.



"זי פארשטייט נישט וואס דאס לעבן איז. זי האלט זי איז די קליגסטע, פארשטייט די בעסטע, איך האב שוין געזען גרעסערע אויבער חכמים פון איר וואס האבן פרובירט צו טון וואס מ'וויל — קוק וואו ס'האט זיי געטראגן…"



דערנאך האט ער פארשארפט דעם טאן און מיט קולות געשריגן: "דו ווילסט בלייבן אן אלטע מויד?! ווילסט גיין מיט גרויע האָר אין קבר חלילה?! זאל זיין! ס'איז נישט מיין פראבלעם. מאך דיר אליין חרוב דאס לעבן — דו ביסט דער וואס וועט ליידן."



"די פראבלעם," בה"א הידיעה, איז געווען א שידוך.



אז זי לויפט אינעם מאראטאן, וועט זי דאך געוויס באמערקט ווערן אדער אפגעכאפט ווערן אפילו. און דאס מיינט אז יעדער וועט וויסן אז פראדל איז געלאפן אינעם מאראטאן. די עוולה איז אומבאשרייבליך און אומאקצעפטירבאר, און זי וועט דערנאך געוויס קיין נארמאלן שידוך נישט טרעפן.



"וועלכער נארמאלער מענטש וועט נעמען א מיידל וואס איז געלאפן אין דעם מאראטאן?" — דאס איז געווען דער סך הכל אויף וואס יעדער איז געווען איינשטימיג. סיי איר עלטערן און סיי די חתונה-געהאטע געשוויסטער, וואס נעמט אויך אריין איר ברודער מרדכי.



מרדכי איז שוין יא אן אויפגעקלערטער, א ברייטער מענטש, אבער דא האט ער געהאלטן ווי זיי. "געוויסע זאכן לוינט זיך פשוט נישט," האט איר מרדכי ערקלערט. ס'האט גארנישט מיט דעם צי ס'איז ריכטיג אדער נישט. דאהי וואו דו וואוינסט, דיין היים ארט, אין דער קולטור, איז דאס אפגעפרעגט. אין אנדערע פלעצער איז אנדערע זאכן אפגעפרעגט. אויב טוט מען זאכן וואס זענען אפגעפרעגט, ליידט מען דערפון.



שמילי: כ'דינג מיך גראדע נישט מיט דיין מרדכי אויף דעם פונקט. ס'איז ריכטיג אז איבעראל דארף מען זיך צושטעלן. די פראגע איז אבער פארוואס ער איז איבערצייגט אז מען מוז אויסקלייבן פונקט דעם איינעם שמאָלן וועג אויף וואס מען איז ערצויגן געווארן, ווען עס איז פארהאן אזא ברייטע וועלט פון אפציעס. און איך רעד פון אידישע אפציעס דירעקט, וואס קענען ווירקליך זיין בעסער צוגעפאסט.



נאכדערצו ווען א ספעציפישע סובּ-קולטור ארבעט נישט פאר איינעם. כ'בין זיכער אז דיין אויפגעקלערטער מרדכי וואלט געהאט א פראבלעם צו וואוינען אין סקווירא שטעטל, נאכדערצו אויב מען דארף ווען גיין יעדע וואך צום טיש למשל.



אלע דורות, און אלע זיידעס אונזערע, האבן זיך געטראפן נייע וועגן און פלעצער וואס האט געמאכט דאס לעבן און רעליגיע ארבעטן פאר זיי.



פראדל: עקזעטלי. דאס איז געווען די דילעמע אין וואס איך האב מיך געטראפן. פון איין זייט האב איך זייער גוט פארשטאנען אז לויפן דעם מאראטאן איז די רויטע ליניע און אז מיט דעם דערקלער איך מיך אפיציעל אן אויסוואָרף, און איך קען פארגעסן פון מצליח זיין דא. סיי מיט א שידוך פאר מיר, און סיי מיט א שידוך פאר מיינע קינדער, און דאס ווערן אנגענומען און אקצעפטירט אין די מוסדות בכלל.



אבער פון דער אנדערער זייט האב איך מיך געפרעגט: וויל איך טאקע בלייבן אין א פלאץ ווי מיין אידישקייט ווענדט זיך אין א מאראטאן?



שמילי: און? וואס האט פאסירט?





"וואס קוקט אויס האט פאסירט?" ענטפערט פראדל מיט א גינסטיגן לייכטן קרעכץ מיט פלאמיגע באקן, רויט פונעם אנגעשטערנגטן שמועס און אלקאהאל ביינעזאם.



איך בין למעשה געלאפן, באקומען א נאמען אין שטאט אלס "נישט נארמאל", און דערנאך שווער געארבעט צו טרעפן נייע מענטשן ארום מיר וואס זאלן מיך אנקוקן נארמאל.



שמילי: וואס איז מיט רעליגיע? דו גלייבסט אין גאט?



פראדל: אוווּ, דאס איז זייער אן אָנגעלאָדנטע פראגע. ערשט דארף איך הערן דיין געשיכטע, דערנאך קען מען ווייטער רעדן וועגן מיינע גלויבונגען.



שמילי: גערעכט, ס'איז דאך נאר פאסיג אזוי. לאמיר זיך ערשט ארויסרוקן פון דא, און איך נעם איבער דעם מייק נאכדעם.



פראדל: אבער צו ענטפערן דיין פראגע אין קורצן: איך האב קיינמאל קיין פראבלעם מיט גאט נישט געהאט, נאר מיט דעם מאראטאן און דאס גלייכן. אבער איינמאל מ'פאלט ארויס איז שווער צו פירן אן אייגענע רעליגיע…



"איך פארשטיי, ווייל איך זיץ אין דעם זעלבן בענקל ווי דיר," שמייכלט שמילי צו איר מיט דער פארשטענדליכקייט און עקסטאז פון א ניי-אנטדעקטער פריינטשאפט, וואו עס דארשטן ביידע מיטצוטיילן די ערפארונגען פאר פאראינטערעסירטע אויערן.



פראדל און שמילי וואקן ביידע ארויס צום קאלטן שטילן געסל פונעם בא'חנ'טן ווינטער שטעטל וואס לעבט נאך עטוואס מיט א קאלירפולן לעקטער און ווירבלעריי פון סעזאנישע טוריסטן נאך משקה.



פראדל לאכט צו שמילי מיט פארגעניגן. די ווארעמע רויך וואס בלאזט ארויס פון אירע רויטע ליפן און קאלט-פּינקע נאזלעכער, זענען זעבאר אין דער ראמאנטישער געלער שיין פונעם הויכן שווארצן נאכטלאמפ וואס באלייכט דירעקט דאס ארט ארום זיי און די פארשנייטע גאס וואס מאכט צייטנווייז א שטיל נאס גערודער פון פארבייפארנדיגע אויטאמאבילן.



שמילי וויל זיך צובייגן נענטער צו איר און טון וואס זיין הארץ באגערט. אבער ער טראכט פון מרדכי'ס ווערטער און קלערט צו זיך: אין אונזער וועלט דארף מען זיך אויך צושטעלן. ער איז א מאן, אים איז גרינגער צו ווילן זיך פאראייניגן נאך איין גוטן שמועס, אדער אפילו בעפאר. זי איז ווארשיינליך נאכנישט גענוג באקוועם. עס וואלט געווען בעסער ווען ער לייגט איר נישט אין דער פאזיציע.



"איז אזוי… מיין געשיכטע…" שפאצירט שמילי מיט איר אראפ די גאס.



"יאוֹ, גייז! אונז נעם מיר אן אובּער, עטס ווילטס קומען?" האקט מען זיי מיטאמאל איבער מיט א געשריי פון דעם אנדערן עק גאס.



שמילי: יוּ נאוֹ וואַט, מיין געשיכטע איז אקוראט די זעלבע ווי דיינס בעצם… נאר אנשטאט מאראטאן, לייג אריין שטריימל. ביי מיר איז עס געווען א שטריימל. איך האב מיך געשטעלט אויף דעם גראבן הויכן נוצלאזן לבוש, און נישט געוואלט הערן דערפון. פאר מיר איז דאס געווען דער סימבאל פון אונטערטעניגונג צו אבערגלויבנס און פאנאטישקייט, און דער צייכן פון קולטורעלער דיקטאטור איבער די ריכטיגע רעליגיעזע ווירדן.



מ'האט מיך אראפגעריסן, צונאר געלייגט, גערופן רבנים, טעראפיסטן, עסקנים. יעדער האט געשריגן: "ס'איז נאר א קאפ צודעק, גיי דערמיט צו דער חופה, טראג עס צום שבת דאווענען, און דערנאך טו וואס דו ווילסט." אבער וואס מער מ'האט זיך דערויף געשטעלט און וואס מער מ'האט איר וויכטיגקייט אונטערגעשטרייכט, אלס מער האב איך איינגעזעהן דעם "אם כן, למה זה אנכי?"



"האהאהא, פאר סאָם ריזען קוק איך עס אן קאמיש עז פ** אז דער שטריימל האט דיך אראפגעפירט פון וועג." פראדל'ען כאפט א געלעכטער זיך אריינזעצנדיג אינעם אובער, וואו ס'קומט פאר א העפטיגע דעבאטע איבער מאמדאני, צי ער איז יא אן אנטיסעמיט אדער נישט.



"נאך איינער דא האט עפעס איין קלייניגקייט וואס האט אים געמאכט אפפארן פון גלייכן וועג?" שרייט זי אריין אינעם שמועס א לאכעדיגע און צעווילדעוועטע, "שטעלט זיך אויס אז איך מיט שמילי וואלטן נאך געווען פולי חסיד'יש ווען מען מעג ווען לויפן דעם מאראטאן און גיין אין שול אן א שטריימל."



"וועל, סארי, איך קום נישט פון וויליאמסבורג. ביי אונז — און איך מיין אז ביי 99% אנדערע געמיינדעס — לאזט מען עקשולי האבן א יוגנט, על-או-על, סאו ניין, איך בין א לעגיטימער חוזר בשאלה," ענטפערט בּען א צינישער.



פראדל: אקעי. יעדער זאל קלאַטשן פאר אונזער פרייען טראכטער דא, בּען. וואס טוט זיך מיט דיר, אסתר? דו האסט אויך עפעס א נארישקייט, דיין פרייהייט צו פארדאנקען, אדער איז עס א ריין טעאלאגישע איבערצייגונג?



"יוּ בּעט איך האב איין זאך. איין מינדערוויכטיגע, אפגעהיטענע, נישטיגקייט פון א זאך, וואס איז דער שטעמפל פון די פרומע מאסן און די אידענטיטעט פאר דער אידישער פרוי. איך הייס טייטלבוים און איך האב נישט געקענט אויסטון מיין פ***** שפיצל."



האהאהא, האבן זיך די פרייע צעלאכט.
 
מורא׳דיג! עז אָלוועיס!

ס׳איז מיר בייגעפאלן ווי הבל וריק טוהט דזשאָקסטעפּוֺיזן פראדל׳ס דיסקאנעקט מיט אידישקייט אלס רעליגיע וואס דארף צו געבן מיענינג, מיט׳ן זוכן א סעקולארע ערזאץ דערצו אין פארעם פון א קאלעקטיוו עפערוועסענס פאר עפעס א ריטואלע סארט זאך וואס מ׳טוהט צוזאמען און דאדורך ״העכערט״ מען עס. מיינענדיג, ווען זי וויל לויפן אינעם מאראטאן זאגט איר איר ברודער, ״קענסט דאך לויפן אליין וויפיל דו באגערסט,״ צו וועלכעס זי דערציילט, ״איך האב אים פרובירט צו ערקלערן דעם געדאנק פון טון עפעס באדייטנד, צוזאמען מיט אנדערע.״ אין אנדערע ווערטער, דאס וואס געבט דאס לויפן א באדייט איז דאך אט דאס אז מ׳טוהט דאס צוזאמען לשם די ציהל דערפון; אנדערש איז דאס טאקע נישט מער ווי א געים. (ואולי איז דאס די רמז אין וואס שמילי באנוצט זיך מיט די מעטאפאר פון ״די מעיטריקס״ צו טערמינען די חרדי׳שע געזעלשאפט, זייענדיג אז אין ״געים״ טעאריע, טוהט מען אויסרעכענען די יוּטיליטיס לפי א דעסיזשאן ״מעיטריקס״…) און אט דאס איז דאך א פאָנקשען פון רעליגיע וועלכע די כאראקטערן אין די סיפור האבן (ווי נישט) פארלאזט: מ׳טוהט קולטוראלע ריטואלן צוזאמען מיט אנדערע, וואס אט דאס איז וואס איז מעניק דערצו זייער מיענינג.

דאס ווערט אויך אפגעשפיגעלט אין די סעטינג פונעם מעשה, ביי א סקיאינג פארברענג צוזאמען פון מענטשן וועלכע זענען שוין נישט קיין חרדים, און די פּערספּעקטיוו פון שמילי ארום וועלכעס עס דרייט זיך די סיפור. דאס איז אז אין אָנהויב זאגט אונז דער נערעיטאר אז שמילי גלייכט נישט סקיאינג בעצם, אבער דאך קומט ער מיט צו פארברענגן מיט חברים ביי דעם צוזאמען. ווייל אפגעזעהן פון וואס פונקטליך די ריטואל איז, איז דאס׳ן דאס טוהן צוזאמען אט די פונקציע וואס רעליגיע אין א קאַמיונעל אופן קומט צו ערפילן.
 
Back
Top