הוי דן את כל אדם לכף זכות
די מעשה האט פאסירט ביים טריסקער מגיד. צוויי סוחרים פון זיינע חסידים זענען אריינגעקומען צום רבי'ן מיט א צובראכן הארץ און האבן אנגעהויבן ביטערליך צו וויינען. זיי האבן דערציילט דעם רבי'ן אין וואספארא גרויסע עבירה זיי זענען דורכגעפאלן, און אז זיי ווילן א תשובה וואס דער רבי וועט זיי געבן; זיי זענען גרייט אלעס מקבל צו זיין.
דער רבי האט זיי אויסגעהערט די גאנצע מעשה. זיי האבן נישט פרובירט צו פארדעקן קיין שום פרט פון דעם וואס איז מיט זיי פארלאפן. ווען זיי האבן געענדיגט די מעשה, האט זיך דער רבי אנגערופן צום גבאי: "גיי שנעל און רוף צוזאם דעם גאנצן קהל דא אין שוהל, און לאז די צוויי חסידים דערציילן וואס מיט זיי איז געשען און וועגן זייער עבירה."
דער גבאי האט געמאלדן פאר די חסידים אז דער רבי רופט יעדן אריין אין שטיבל. עס איז נישט אריבער קיין פערטל שעה און די שוהל איז געווארן געפאקט מיט הונדערטער חסידים וואס זענען געווען נייגעריג צו וויסן וואס דא גייט פאר. דער רבי האט געגעבן א וואונק, און דער עלטערער פון די צוויי סוחרים האט אנגעהויבן דערציילן מיט א נידריגע שטימע:
"מיר זענען צוויי סוחרים, שותפים, וואס מיר פירן גרויסע געשעפטן וואס זענען פארצווייגט אין פארשידענע מקומות אין רוסלאנד. עס האט פאסירט איין מאל ווען מיר זענען געפארן צוזאמען צו א געוויסן יריד וואס האט געזאלט פארקומען אין א ווייטן ארט. מיר האבן געדינגען א פוהר און מיטגענומען גוטע עסנווארג און משקאות, און פארשטייט זיך א פעטן בייטל געלט, מיט דער האפענונג אז דער געשעפט וועט אונז מצליח זיין.
פארנדיג אזוי עטליכע טעג אין א קאלטן און רעגנדיגן וועטער – דאס איז געווען אין די לעצטע טעג פון חודש אלול – האבן מיר באמערקט פון דערווייטנס א אידל שלעפט זיך אין די בלאטעס מיט א פעקל אויפן פלייצע און הייבט קוים די פיס לאנגזאם. דאס איז א געווענליך בילד וואס מיר פלעגן אפט באגעגענען אונטערוועגנס, אבער דאס מאל האבן מיר דערקענט אן אויסגעגאסענע איידלקייט אויף יענעמס געזיכט.
מיר האבן געהייסן דעם בעל עגלה זיך אפשטעלן נעבן דעם ארימאן. ווען מיר זענען אנגעקומען נאנט, האבן מיר אים צוגערופן און געפרעגט וואו ער גייט. דער איד האט אונז געענטפערט אז ער איז א מלמד וואס וואנדערט ארום פון איין דארף צום צווייטן א גאנצן זמן, סיי זומער און סיי ווינטער, און ווען עס רוקט זיך אונטער דער יום טוב פארט ער אהיים אין זיין שטעטל וואו עס וואוינען זיין ווייב און קינדער, וואס קוקן שוין ארויס אויף זיין קומען און אויף דאס ביסל געלט וואס ער ברענגט אהיים. און אזוי ווי עס איז אים א שאד די פאר רובל, גייט ער צופוס.
היות אונזער וועג איז דורכגעגאנגען דעם מלמד'ס שטעטל, האבן מיר אים איינגעלאדן צו פארן מיט אונז אויף אונזערע הוצאות. דער מלמד איז צופרידנערהייט ארויף און זיך אויסגערוהט פונעם וועג און אזוי געכאפט א דרימל. ווען ער איז אויפגעשטאנען, האט ער ארויסגענומען א פעקל מיט הארטע ברויט און קעז און זיך געוואלט זעצן עסן. דא האבן מיר זיך אנגערופן צו דעם איד: 'ניין, דאס קומט נישט אין באטראכט! מיר וועלן אייך געבן פון אונזערע גוטע מאכלים.'
ממילא האט זיך דער ארימער מלמד נישט געלאזט לאנג בעטן צו דעם פיינעם מאלצייט וואס מיר האבן אים צוגעשטעלט; ער האט שוין לאנג פארגעסן ווי עס קוקט אויס אזא עסן.
אזוי ווי דער טאג איז געווען פרייטאג, האבן מיר זיך אפגעשטעלט נאכמיטאג אין א נאנטע קרעטשמע, וואו מיר האבן באצאלט פאר דריי מאן. דער מלמד האט זיך געעפנט זיינע פעקלאך, ארויסגענומען זיינע וועש און איז געגאנגען צום טייך זיך טובל'ן לכבוד שבת.
איידער ער איז געגאנגען, האט ער געבעטן ביי דעם דינסט-מיידל א נאדל מיט פאדעם זיך צו פארנייען זיין העמד. זי האט אים דעלאנגט א נאדל מיט א רויטן פאדעם. ער איז אוועק צום טייך, זיך געטובל'ט און גלייך צוריקגעקומען אין קרעטשמע. דעם גאנצן שבת האבן מיר געדאוונט, געגעסן און פארברענגט צוזאמען. דער מלמד האט געוויזן וואס ער קען; ער האט זיך ארויסגעשטעלט אלס א שיינער תלמיד חכם, און מיר זענען געווען צופרידן אז מיר האבן געהאט אזא געלעגנהייט צו מהנה זיין א תלמיד חכם.
זונטאג גאנץ פרי האבן מיר זיך גענומען פאקן און אפרייזן ווייטער צו אונזער ציל. דא רופט זיך אן מיין שותף: 'קודם לאמיר איבערקוקן אונזער בייטל און פעקל אויב עס פעלט עפעס נישט.' צו אונזער גרויס וואונדער האבן מיר דערזען אז עס פעלט נישט ווייניגער ווי 200 גאלדענע רובל.
מיר האבן גלייך דערציילט פארן בעל הבית, און ער האט אונז געזאגט אז ער ווייסט פון גארנישט צו זאגן, און דעם שבת איז דוקא קיינער נישט געווען אין קרעטשמע אויסער די דריי אידן. דא רופט זיך אן דאס דינסט-מיידל אז זי האט א חשד אויף דעם מלמד, ווייל ער האט געבעטן לייהען ערב שבת א נאדל מיט פאדעם און איז גלייך אוועק צום טייך, און דאס קוקט איר אויס פארדעכטיג.
מיר האבן נישט געווארט מער און מיר האבן געפרעגט דעם מלמד צי ער ווייסט אפשר פון די 200 רובל. מיר האבן גערעדט צו אים זייער האסטיג, און ער איז געווארן ווי פארלארן און האט געענטפערט דערשראקענערהייט: 'איך האב ביי מיר קיין געלט, איך ווייס פון גארנישט.'
דער סארט ענטפער האט ביי אונז כמעט באשטעטיגט דעם חשד פון דער דינסט אז דאס געלט מוז ליגן ביי דעם פארשטעלטן מלמד.
מיר האבן גלייך געמאכט אן אונטערזוכונג אין זיין פעקל און אין זיינע קעשענעס, און פלוצלינג האט זיך אנטפלעקט פאר אונז א קליין פעקעלע געלט איינגענייט אין זיין העמד מיט א רויטן פאדעם. מיר האבן גלייך איבערגעציילט דאס געלט – פונקט 200 רובל.
מ'קען זיך פארשטעלן די קלעפ וואס דער איד האט געכאפט פון אונז ביידן. ער האט געשריגן אז ער איז געווארן צומישט, דעריבער האט ער פריער געזאגט אז ער האט נישט קיין געלט ביי זיך, אבער אין אמת'ן האט ער זיך אפגעשפארט די 200 רובל מיט ביטערן שווייס דעם גאנצן זומער. אבער זיינע רייד זענען געפאלן אויף טויבע אויערן. מיר האבן אים גוט אנגעבראכן די ביינער און מיר זענען אוועקגעפארן צו אונזערע געשעפטן צופרידן אז ס'איז נישט געווען באשערט מיר זאלן ליידן א היזק.
מיר האבן איבערגעלאזט דעם ארימען מלמד אן רחמנות און נישט איבערגעקלערט אז אפשר איז יא אמת זיינע ווערטער, ער האט דאך פארט אויסגעקוקט ווי אן איידעלער איד. פון פאָרן ווייטער מיט אונז איז שוין קיין רייד נישט געווען.
אין דריי טעג ארום באקום איך א טעלעגראמע פון מיין בני בית ווי פאלגנד: 'איך בעט דיר אנטשולדיגונג װאָס איך האב דיר ביז יעצט נישט געמאלדן, אז ווען דו ביסט געווען אינדערהיים און איך האב זיך זייער גענויטיגט אין 200 רובל, האב איך דאס גענומען פונעם בייטל. איך האב אין גאנצן פארגעסן דיר דאס צו מעלדן ביז יעצט.'
ווי א דונער האט אונז די טעלעגראמע באטראפן. מיר זענען געווען דערציטערט. אזוי צושלאגן אן רחמנות א צווייטן איד פאר 200 רובל? און בפרט ווען מיר האבן שוין געהאט די 200 רובל אין האנט (ד.ה. דעם מלמד'ס געלט)? צובראכן און מוטלאז האבן מיר זיך גלייך אומגעקערט צו יענע קרעטשמע און געפרעגט דעם בעל הבית וואו דער מלמד איז.
דער בעל הבית האט אונז געענטפערט: 'דער "גנב" האט שוין געכאפט זיין פסק. פון די גרויסע עגמת נפש און קלעפ וואס ער האט געליטן פון ענק איז ער קראנק געווארן, און אויף מארגן איז ער ל"ע נפטר געווארן.' "
דער סוחר וואס האט דערציילט די מעשה האט שוין נישט געקענט פארזעצן ווייטער און האט אויסגעבראכן אין א יאמערליכן געוויין. די פארזאמלטע חסידים האבן געוואנדן זייערע אויגן צום רבי'ן, וואס האט זיך אויפגעשטעלט און געזאגט:
"זאלט איר וויסן אידן, אז דן זיין לכף זכות דארף מען אפילו ווען עס איז 99 פראצענט זיכער לכף חוב. דאס איז געווען מיין כוונה איר זאלט אויסהערן די מעשה פון די סוחרים, צו זען ווי ווייט מען מוז זיין פארזיכטיג אין דעם ענין."
דערנאך האט ער זיך געוואנדן צו די צוויי סוחרים און זיי געזאגט:
"ריכטיג, עס איז ביי ענק געווען קלאר אז דער מלמד איז דער גנב, לויט די מעשה מיט דער נאדל און רויטן פאדעם, און אז די סומע וואס איר האט ביי אים געפונען האָט געשטימט מיט די פארלארענע סומע – אבער וויאזוי נעמט זיך א איד מיט א אידיש הארץ אזוי צו שלאגן אן רחמנות א צווייטן איד?..."
די ענדע איז געווען, אז דער רבי האט זיי געהייסן אפזוכן די אלמנה מיט די יתומים און זיי שטיצן ווי אייגענע קינדער, און אויסער דעם האבן זיי געדארפט ארומוואנדערן א גאנץ יאר און אפריכטן גלות, כדי מכפר צו זיין אויף זייער עבירה.