וואס איז די האפענונג פאר אונזערע קינדער?

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
1,124
רעאקציע ראטע
5,283
פונקטן
943
ס׳איז איין זאך צו האבן א חלום אז איין טאג וועט מען קענען האבן פאר אונזערע קינדער חדרים און סקולס וואס זאלן דינען די צוועק פון געבן פאר זיי די נויטיגע ״nutrients׳׳ זיי זאלן וואקסן און בליען צו גאט און צו לייט

איך האב ליידער נישט דורכגעליינט קטלא קניא׳ס פארשלאג אבער אזעלכע שמועסן זענען נויטיג: וואס וואונטשן מיר זיך צו געבן פאר אונזערע קינדער וואס מיר האבן נישט געקענט האבן? אויב מ׳האט נישט א ציל וועט מען אוודאי קיינמאל נישט אנקומען אהין.

דאס איז אריינגעקומען אין מיין אינסטעגראם פיד און מיר בארירט דאס הארץ: imagine ווען אונזערע קינדער האבן מחנכים וואס געבן זיך אָפ אזוי מיט הארץ און נשמה (איך קען אזעלכע זעלטענע מלמדים וואס געבן זיך אוועק בלב ונפש, נאר אפילו זיי זענען באגרעניצט מיט די מאטריאל וואס זיי קענען לערנען די קינדער)

View: https://www.instagram.com/reel/DL2NJ9bsqaC/?utm_source=ig_web_copy_link&igsh=MzRlODBiNWFlZA==


מודעה: ס׳איז נישט קיין פרייליכע ניגון, אבער אויב דו ווילסט, קענסטו אוודאי קליקן אויף די מייק סימבאל אונטן רעכטס פון דעם קליפּ אז דו זאלסט נישט הערן די מוזיק
 
Back
Top