וואס איז די האפענונג פאר אונזערע קינדער?

אנטוישטער יונגערמאן

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 31, 2024
מעסעדזשעס
1,210
רעאקציע ראטע
5,862
פונקטן
943
ס׳איז איין זאך צו האבן א חלום אז איין טאג וועט מען קענען האבן פאר אונזערע קינדער חדרים און סקולס וואס זאלן דינען די צוועק פון געבן פאר זיי די נויטיגע ״nutrients׳׳ זיי זאלן וואקסן און בליען צו גאט און צו לייט

איך האב ליידער נישט דורכגעליינט קטלא קניא׳ס פארשלאג אבער אזעלכע שמועסן זענען נויטיג: וואס וואונטשן מיר זיך צו געבן פאר אונזערע קינדער וואס מיר האבן נישט געקענט האבן? אויב מ׳האט נישט א ציל וועט מען אוודאי קיינמאל נישט אנקומען אהין.

דאס איז אריינגעקומען אין מיין אינסטעגראם פיד און מיר בארירט דאס הארץ: imagine ווען אונזערע קינדער האבן מחנכים וואס געבן זיך אָפ אזוי מיט הארץ און נשמה (איך קען אזעלכע זעלטענע מלמדים וואס געבן זיך אוועק בלב ונפש, נאר אפילו זיי זענען באגרעניצט מיט די מאטריאל וואס זיי קענען לערנען די קינדער)

View: https://www.instagram.com/reel/DL2NJ9bsqaC/?utm_source=ig_web_copy_link&igsh=MzRlODBiNWFlZA==


מודעה: ס׳איז נישט קיין פרייליכע ניגון, אבער אויב דו ווילסט, קענסטו אוודאי קליקן אויף די מייק סימבאל אונטן רעכטס פון דעם קליפּ אז דו זאלסט נישט הערן די מוזיק
 
איי לאוו קטלא כאוות נפשי, אבער זיינע זאכן זענען ווי ווייט ראצינאל, א געוויין פאר הילף, ער איז ביטער און דאס איז קיין וועג צו לעבן, מ'דארף אנטלויפן פון דעם קולט באצייטנס ווייל ס'גייט זיך נישט פארעכטן, אויב עפעס גייט די rift ווערן בייסיגער און אגרעסיווער. סמארטפאון ווס. פליפ.

און אויב גייט עס האבן א שינוי זענען אירע מענטשן נישט גענוג געזונט אליין, דא רעדט מען פון ערנסטע שעירד גרופ טראמא וואס מ'קען נישט מסביר זיין און איך האלט די המון עם איז אזוי צוריקגעבליבן אז זיי זענען ניטאמאל אויסגעשטאט דערפאר. יעצט זיין בוך איז דוקא א הערליכע ארבעט וואס איך האב געליינט מער ווי איין מאל, אבער ווער ליינט דאס? ווער איז זיין קלייענטעל? די מענטשן אין די סיסטעם? האלטן דאך מער ווייניגער ס'איז די גאלדענסטע שטיק צירונג וואס אפילו דער גוי זאל זיך ביי זיי לערנען, אוודאי וועלן זיין איינצעלנע וואס וועלן דרייען די צונג און די האלז אז יתכן מ'קען יא הערן אז עס האט בובו'ס אבער פאפ א צווייטן, זיי האלטן נישט אז מ'דארף uproot'ן די גאנצע היקום. אזא איינער ווי מיר? איך לעב מיר מיין לעבן און קום דא ווייל איך האב ליב מיין מאמע שפראך און צו רעדן פון טיווי שאו'ס און דאקומענטריס, און מענטל העלט. דער קרעמל ליינער אויפן פרינדש וואס האט ליב צו טראכטן און שטודירן? גייט זיכער נישט טוישן גארנישט.

קומט מען צוריק צו שלב א'. נישט דא קיין טויש און נישט דא קיין אקטיוויזם פאר טויש. ממש נישט. מ'לאזט זיך באגראבן און שוין.

האפענונג איז ווישפול טינקינג ווילסט טשעינדש? הייב דיר אויף און רוף א מנהל, מאך אן אסיפה מיט צען עלטערן און געב דיין דיינינג רום. וויאזוי מיינסטו טוט מען דאס אין די גרויסע וועלט? נאר מיט א כח הרבים, נישט שרייב אויף קרעמל פליז העלפ, און וואונדער דיר, ס'איז דיינע קינדער עפטער אל, אונזער קאמיונטי האט ממש נישט קיין שום קאנצעפט פון גרעסרוטס אקטיוויזם, מ'ביטשט און מ'רעגט זיך, וואוטן דארף מען נאר ווען די קאמיוניטי צענטער גיט פוד סטעמפס אז נישט האט מען זיי אויך אין בוידעם, און שוין.

אז דו האלסט נישט ביים טשעינדשן דעמאלטס איז א שאד דיין צייט פון שפעקולירן, פון קרעמל שרייבעריי גייט גארנישט סיריעס געשעהן, אז דו ווילסט קענסטו ווערן פארבינדן מיט יאפעד, איך קען דיר העלפן מיט דעם און זיי קענען דיר געבן א האנט וויאזוי צו מאכן אן אויפוואכונג צווישן עלטערן אין דיינע צירקלען. די פראבלעם איז אז עלטערן קעירן נישט, אדרבה זאג מיר צו איינער איז גרייט צו מאכן א וועד נגד הסטעטוס קווא וואס קומט פון עלטערן, נישט פון קיין מוסד וואס איז א מאני ביזנעס וואס "זאגט" אז זיי מיינען עלטערן.

איך האב דיר ליב.
 
איך גיי אביסל אף טאפיק אבער ס'איז אויך אין די עדזשוקעישן ארינע. ס'דערמאנט מיך אפאר חדשים צוריק האב איך זיך געטענה'ט מיט גאר אן איטעלעקטועל מידל עידזש פרוי איבער בודזשעטינג אין ארטאדאקסישע סקולס, זי האט א דעגרי אין עדזשוקעישן און טראכט אנדערש ווי די טיפיקל חסידישע פרוי וויבאלד נאטירליך דרייט זי זיך אביסל אין די גאס און דארט טראכט מען אויך אנדערש. אלנפאלס מ'האט געהאט געשמועסט איבער איינער וואס האט אנגעקאקט א באנטש מענטשן, און אזוי איז די שמועס געפארן צו מוסדות אז כמעט יעדער האט ביעף מיט זייערע אדמיניסטראטורס און זיי האלטן דאס נאך פאר רענסאם אויב יענער גייט ארויס קען ער פארגעסן פון פעימענט...

מעשה צופראסקעטקייט פון די אונטערגעצאלטע מוסדות התורה מלמדים און טואישן דעלי... זי האט מיר מודה געווען אז זי האט אסאך געווייטאגט ווען זי האט אליין געפירט א זומער פראגראם פאר עטליכע יאר, און עווענטועל האבן זיי (ווי אסאך אנדערע) עס געמוזט דראפן, מ'האט געדארפט אויפגעבן די בילדונג דאונסייזן סטעף וכו'... די בעסיקס, זאג איך איר, יא יא ווייל ס'מאכט נישט קיין סענס, די נומערן פון טואישן איז לצנותא דעוה"ז

ענטפערט זי מיר - יא אבער ווען דו וועסט חתונה האבן וועסטו נישט אזוי רעדן... בלא בלא

ענטפער איך - איר איך ווייס נישט וואו דאס קומט אריין מישט געפילן מיט לאגיק, די קאמיוניטי האט נישט קיין געלט, איז נישט דיין פראבלעם דו האסט א לאך וואס ווערט גרעסער יעדע יאר, זיי מיר מסביר פארוואס דו דארפסט ליידן פאר יענעם? ס'איז דיין ביזנעס! וואו קומט דא אריין געפיל? מ'קען נישט רעכענען מער? זיכער אז יא, זעהסט דאך מ'שנארט א גאנצן טאג, פארוואס קען מען נישט?

זי האט נישט עכט געהאט וואס צו ענטפערן און צוגעשטימט אז פאר דעם ארבעט זי היינט אין א פובליק סקול ווי זי פארדינט מסתם דאפלט מיט אסאך ווייניגער דאגות אויפן קאפ.

אבער זי איז אלס צוריגעגאנגען צו די געפיל כאילו איך בין די פראבלעם ווייל איך פארשטיי נישט וואס מיינט זיין א פערענט... איך האב איר געזאגט סארי, דו זעהסט דאך אז דו האסט עס אויפגעהערט טוהן. ס'איז פאקד.

און וואס פונקטליך גייען עלטערן טוהן? שיקן אין פובליק סקול ווייל די מוסדות גייען ארויף? אלעס איז ארויף! און פארוואס דארף א מוסד זיין א סערוויס, אפשר איז עס א פריוולידזש? און דער וואס קען נישט זאל דינגען א מלמד? וועלכע מלמד אין א חדר קען היינט לעבן? און די פובליק סקול טיטשערס שרייען זיי קענען נישט לעבן, ווייז זיי וואס א חסידישע מלמד מאכט, וואו קומט דא אריין געפיל? עפעס מאכט דא נישט קיין סענס. און עולם גולם לאזט זיך ווייטער.

מארל אף די סטארי, מענטשן לעבן אפ א לעבן דא אין א סאסייעטי ווי אפילו די ערשולטע עדזשוקעיטער וואס האט א פיעס אף הער מיינד צו געבן פאר די נישט ערשולטע, מאכט זיך אויך צו די אויגן, מאכט עס איין טראפל לאגישע סענס? נאופ. סא? טוט מען עפעס? נאופ.

אבער מ'האפט צום אייבערשטן. איך זאג דאס איז א טיימבאם, דאס איז א גוטע טורנסטייל פאר מלמדים צו ווערן באס דרייווערס, ווייל קיין נארמאלע שכל'דיגע סיסטעם איז דאס נישט, און גייט נאר ארויפגיין. אבער איך פארשטיי נישט ווייל איך האב נישט 9 קינדער, טו פאקין בעד, קענסט נישט מאכן קיין רעליגיעזע סקול סיסטעם און עס געבן פאר בחינם, חוץ אויב דו טעקסט די ריטש וואס דאס טוען די גרויסע אינסטיטוציעס און די קליינע טעקסן דיר, 2 מאל אנו מטבילין, איינמאל כרפס אין טואישן און די צווייטע מאל מרור אין טשעריטי קאמפיין צום ניינצטן מאל... די חודש...
 
@אינטעליגענט סאיז דא א חילוק צווישן שרייבן און א וואויסנאוט רעֶהנט... איך מיין נישט גארנישט נאר צו ארויסברענגען די חילוק.
 
נישט אייביג איז נישט געבן א שיט א גוטע זאך, ווען אפאר מענטשן זאגן דיך די זעלבע זאך איז צייט צו טראכטן אז אפשר זענען זיי יא גערעכט און יא אנהייבן געבן א שיט, אסאך מאל קענסטו שרייבן לאנגע מגילות און די קומסט אייביג צוריק צו טראמפ אדער סיסטעם אפילו סשטימט נישט קיין איין ווארט… ווען די וואלסט געשריבן די מגילת אסתר וואלט נאך יעדער איינער געדארפט זיצן אין שוהל אינמיטן טבת אויסהערן די מגילה…
(סארי נעם עס נישט פערסענאל, ס׳קען נאר אביסל נערוועז מאכן אריינצוקומען אין א אשכול מיט פופצען נייע מעסעדזשס פון דיך און אלעס קריכט אוועק צו די זעלבע נושא)
איך נעם עס בכלל נישט פערסאנל, פונקט ווי איך האב דיר נישט געבעטן פאר אדווייס וואס דו געבסט unsolicitedly האסט דיך ארויסגעלאזט א לופטל סטעימענט אן עס פעסטשטעלן. פערסאנל? אפשר ביזטו די פראבלעם ווייל דיין קאפ פראסעסט נישט גוט אינפארמאציע, און ביזט נישט זוכה צו פארשטיין?

אז איינער וויל סיילענסן, איך רעד. האסט א פראבלעם גיי קאק דיר אין א צווייטע שנירל, מוזט נישט דא קאקן
 
אפשר ביזטו די פראבלעם ווייל דיין קאפ פראסעסט נישט גוט אינפארמאציע, און ביזט נישט זוכה צו פארשטיין?

אז איינער וויל סיילענסן, איך רעד. האסט א פראבלעם גיי קאק דיר אין א צווייטע שנירל, מוזט נישט דא קאקן
אקעי, סארי, איך גיי גיין קאקן, איך צו צוריק מיינע ווערטער, ס׳קען זיין מיין קאפּ פראסעסט נישט גוט דיינע אינפארמאציע, סליחה.
 
@אינטעליגענט סאיז דא א חילוק צווישן שרייבן און א וואויסנאוט רעֶהנט... איך מיין נישט גארנישט נאר צו ארויסברענגען די חילוק.
טערעסאנט... איך דיסעגרי אסאך מיט @אינטעליגענט ווען ס'קומט צי פאליטיקס.

אבער איך האב אייביג געגליכן זיין וועג פון שרייבן, ס'איז זאפטיג, אן קיין פילטער, ממש ווי א וואוסנאוט.

על טעם וריח...
 
ס׳איז איין זאך צו האבן א חלום אז איין טאג וועט מען קענען האבן פאר אונזערע קינדער חדרים און סקולס וואס זאלן דינען די צוועק פון געבן פאר זיי די נויטיגע ״nutrients׳׳ זיי זאלן וואקסן און בליען צו גאט און צו לייט

איך האב ליידער נישט דורכגעליינט קטלא קניא׳ס פארשלאג אבער אזעלכע שמועסן זענען נויטיג: וואס וואונטשן מיר זיך צו געבן פאר אונזערע קינדער וואס מיר האבן נישט געקענט האבן? אויב מ׳האט נישט א ציל וועט מען אוודאי קיינמאל נישט אנקומען אהין.

דאס איז אריינגעקומען אין מיין אינסטעגראם פיד און מיר בארירט דאס הארץ: imagine ווען אונזערע קינדער האבן מחנכים וואס געבן זיך אָפ אזוי מיט הארץ און נשמה (איך קען אזעלכע זעלטענע מלמדים וואס געבן זיך אוועק בלב ונפש, נאר אפילו זיי זענען באגרעניצט מיט די מאטריאל וואס זיי קענען לערנען די קינדער)

View: https://www.instagram.com/reel/DL2NJ9bsqaC/?utm_source=ig_web_copy_link&igsh=MzRlODBiNWFlZA==


מודעה: ס׳איז נישט קיין פרייליכע ניגון, אבער אויב דו ווילסט, קענסטו אוודאי קליקן אויף די מייק סימבאל אונטן רעכטס פון דעם קליפּ אז דו זאלסט נישט הערן די מוזיק
די לינק ארבעט נישט

1767584940625.webp
 
טערעסאנט... איך דיסעגרי אסאך מיט @אינטעליגענט ווען ס'קומט צי פאליטיקס.

אבער איך האב אייביג געגליכן זיין וועג פון שרייבן, ס'איז זאפטיג, אן קיין פילטער, ממש ווי א וואוסנאוט.

על טעם וריח...
עקזעקלי און שכח! מ'קען נישט נעמען א מענטש שאט אפ, רעד לאנג רעד קורץ. דאס איז סדום


אז מ'פארשטייט זיך נישט אמאל איז א צווייטע מעשה.
 
אקעי, סארי, איך גיי גיין קאקן, איך צו צוריק מיינע ווערטער, ס׳קען זיין מיין קאפּ פראסעסט נישט גוט דיינע אינפארמאציע, סליחה.
איך וויל דיר סתם אויפמערקזאם מאכן אז די גאנצע שנירל איז וועגן א פונדעמענטאלע פראבלעם מיט די סיסטעם, קטלא קניא די גרעסטע קריטיק "העיטער" וואס עקזיסטירט נאר אויפן געוועב.

האסט געליינט זיין בוך? איך מיין איך בין אפילו אריין אין אזא זאון פון שרייבן ווי אים אביסל סובקאשענסלי אין מיין ערשטע מעסעדזש
 
Back
Top