א טובה קומט צוריק
אמאל איז געווען א איד אן ארענדאר, ר' משה האט ער געהייסן, וואס האט געוואוינט אין א דארף אינאיינעם מיט זיין משפחה. ר' משה איז געווען אן ערליכער פשוט'ער איד וואס האט זיך געפירט מיט א ישרות. ער האט געהאט א קרעטשמע אין זיין ארענדע, און גלייך אינדערזייט פונעם קרעטשמע איז געשטאנען די ברענעריי, וואו ר' משה פלעגט אליין פראדוצירן און קאכן דעם בראנפן פאר די גוים פון די געגנט און פאר די סוחרים וואס פלעגן דורכרייזן דעם וועג.
איין מאל, אין א קאלטן און פארוואלקענטן טאג אין חודש חשון, איז ר' משה געשטאנען פאר א פראבלעם: זיין גאנצע זאפאס פון קארן און הייוון האבן זיך אויסגענוצט. אן קארן קען מען דאך נישט "שטעלן" קיין פרישע בראנפן, און א קרעטשמע אן קיין משקה איז דאך קיין קרעטשמע נישט. ער האט געמוזט דרינגענד פארן צום מארק אין שטאט איינצוקויפן פרישע זעק מיט תבואה, כדי די ברענעריי זאל נישט שטיין ליידיג.
די שטאט איז געווען א גוטע צען קילאמעטער פונעם דארף. כאטש אינדרויסן האט געבלאזן א שרעקליכע קעלט און עס האט געגאסן א פעסטע רעגן, האט ר' משה נישט געהאט קיין ברירה. ער האט איינגעשפאנט די פערד און זיין וואגן און זיך ארויסגעלאזט אין וועג אריין.
אויפן וועג צוריק, פלוצלינג הערט ר' משה הילכיגע קולות: "העלפט! ראטעוועט! ווער עס הערט זאל העלפן!". א ציטער האט אים דורכגענומען, ארום און ארום איז געווען חושך-אפילה און מען האט גארנישט געזען. אבער ר' משה האט זיך געשטארקט און ביי זיך געטראכט: "אויב מענטשן זענען אין א סכנה, מוז מען גיין העלפן."
ער האט גענומען זיין לאמטערנע, אראפגעטאנצן פונעם וואגן און אנגעהויבן גיין צו די ריכטונג פון וואו די קולות זענען געקומען. ער איז געקראכן ביז די קני אין די בלאטע און וואסער, ביז ער האט באמערקט א הערליכע קארעטע וואס איז האלב איינגעזונקען אין א טיפן גרוב ביים זייט פון וועג. אינעווייניג אין די קארעטע זענען געזעסן א פריץ מיט זיין פריצטע און זייערע קליינע קינדער, און זיי האבן געציטערט פאר קעלט.
דער פריץ האט זיך ממש מחיה געווען ווען ער האט דערזען דעם איד מיט די לאמטערנע. ר' משה האט נישט פארלוירן קיין צייט, ער איז געלאפן צוריק צו זיין וואגן, אויסגעשפאנט זיינע פערד און זיי צוגעפירט צום קארעטע. ער האט אונטערגעשטעלט זיין אייגענע פלייצע, און מיט א הויכע "וויא!" געגעבן א טרייב די פערד און די קארעטע איז ארויסגעפארן פונעם גרוב צוריק אויפן וועג.
די געראַטעוועטע האָבן נישט געוואוסט ווי אָפּצודאַנקען דעם אידן. "פיר אונז צו די נענטסטע קרעטשמע, וואו מיר זאָלן זיך קענען איבערטאָן און אויסטריקענען און איבערשלאָפן..." האָט דער פריץ שוין מיט אַ פריצישע שטימע געזאָגט צו ר' משה'ן.
ר' משה וואָלט דאָס אַליין געטאָן, נישט געבעטענערהייט. ער האָט צוריק איינגעשפּאַנט זיינע פערד און זיך געלאָזט פאָרן צוריק. די פריצישע קאַרעטע האָט אים נאָכגעפאָלגט.
ר' משה האט זיי אהיים גענומען צו זיך אין קרעטשמע, ער האט זיי אנגעווארימט הייסע וואסער, דערלאנגט טיי און צובייסן מיט אביסל משקה, ביז די גאנצע פריצישע משפחה איז צוריק צו זיך געקומען.
צומארגנס, נאכן עסן פרישטאג, האט דער פריץ געוואלט באצאלן און געבעטן דעם חשבון. ר' משה האט אויסגערעכנט: "פארן עסן אזוי פיל, פארן טרינקען אזוי פיל, סך הכל אזויפיל און אזויפיל."
דער פריץ האט אים אנגעקוקט מיט וואונדער: "דו האסט אונזער לעבן געראטעוועט, און דו בעטסט געלט נאר פארן פרישטאג? ביסטו ביים זינען? זאג מיר וויפיל געלט דו ווילסט פארן ראטעווען מיין לעבן!"
אבער ר' משה האט זיך געהאלטן ביי זיין ווארט: "פאר דעם קומט מיר גארנישט"
"דו שפאסט פון מיר? אדער איז אונזער לעבן ביי דיר גארנישט ווערד? איך וועל דיר געבן טויזענט גאלדענע רענדלאך — איז דאס גענוג?״
ביי ר׳ משה׳ן האט זיר אזש די קני אונטער געוואקלט. אזא אוצר מיט געלט!
"ניין. איך האב געטון מיין פליכט אלס מענטש, דערפאר קומט מיר נישט קיין געלט!" האט ר' משה גאנץ פעסט גענטפערט.
דער פריץ האָט באַטראַכט דעם מערקווירדיגן אידן פּונקט ווי ער וואָלט אויף זיין לעבן אַזאַ ערליכע באַשעפעניש נישט געזען. ער האָט זיך איבערצייגט אַז דער איד מיינט מיט אמת'ן ערנסט זיינע ווערטער. דער פריץ האָט אַרויסגענומען אַ קליין ביכעלע און פאַרשריבן ביי זיך ר' משה'ס נאָמען און די גאַנצע פּאַסירונג, און זיך געלאָזט אין וועג אַריין.
צען יאר זענען אריבער. ביי ר' משה'ן האט זיך דאס רעדל איבערגעדרייט און ער איז נעבעך דורכגעפאלן מיט די פרנסה. די מצב איז געווען אזוי שלעכט, אז ער האט שוין עטליכע מאל נישט געהאט צו באצאלן די רענט פארן פריץ.
דער פריץ פון דארף איז געווען א רשע און א שונא ישראל. ער האט נאר געווארט אויף א געלעגנהייט אונטערצודריקן ר' משה'ן. ער האט באפוילן אריינצווארפן ר' משה מיט זיין גאנצע משפחה אין א פינסטערע תפיסה, און געמאלדן: "אויב ביז צוויי וואכן ווערט דער חוב נישט באצאלט ביזן לעצטן צענט, וועט מען דעם ארענדאר אויפהענגען און די קינדער וועלן אויפגצויגן ווערן ביי נישט אידן!"
ס'איז שוין געווען די לעצטע נאַכט פאַר דעם שרעקליכן טאָג. זיצט ר' משה און ווייב און קינדער אין געהאַקטע צרות אין פינסטערן קעלער און קלאָגט און וויינט אויף זיין ביטער מזל.
פלוצלינג הערט ער א שטימע פון אינדרויסן דורך די גראטעס: "איד! ווי אזוי הייסטו? זאג שנעל דיין נאמען!". ר' משה האט געזאגט זיין נאמען, און די שטימע האט געענטפערט: "ווארט נאר צו."
אינמיטן דער נאכט האט מען געהערט א גערודער, און א הויכער באאמטער איז אנגעקומען מיט באוואפנטע זעלנער. אין א פאר מינוט זענען ר' משה און זיין משפחה שוין געזעסן אין א קארעטע און געפארן ווייט אוועק פונעם סכנה.
ווער איז געווען דער הויכער באאמטער? איר האט שוין זיכער געכאפט... דאס איז געווען יענער פריץ וואס ר' משה האט אמאל געראטעוועט פונעם זומפ.
דער באאמטער האט אים דערציילט: "איך בין גאָר געפאָרן קיין קיעוו. האָבן די פערד ווייזט אויס פאַרבלאָנדזשעט און איך האָב זיך גענומען נאָכפרעגן אויפן נאָמען פון דאָרף. האָב איך זיך דערמאָנט, אַז ס'איז מיר דאָ געשען אַמאָל אַ נס. האָב איך באַשלאָסן אָפּצושטעלן זיך אין די קרעטשמע פון דעם אידן וואָס האָט מיר אַמאָל געראַטעוועט פון טויט. ווען איך בין פאַרפאָרן אין קרעטשמע, האָב איך באַלד געזען, אַז דער אַרענדאַר איז גאָר אַ גוי, אַ שיכור. איך האָב זיך נאָכגעפרעגט אויף דעם פריערדיגן אַרענדאַר. האָט מיר דער גוי דערציילט אַז יענער וועט מאָרגן אויפגעהאָנגען ווערן פאַר נישט באַצאָלן פאַר די אַרענדע צום פריץ.
איך בין דאַן אַוועק צום פריץ, וועלכער איז מיינער אַ באַקאַנטער, צו דערגיין אויב די געשיכטע איז ריכטיג. איך האָב אים נאַטירליך נישט דערציילט דעם אמת'ע כוונה פון מיין באַזוך ביי אים, נאָר געגעבן דעם אויסרייד, אַז איך דאַרף ביי אים אויסבייטן געלט אויף מיין נסיעה. דער פריץ האָט זיך מיט מיר דערפרייט און האָט מיר געבעטן בלייבן אויף אַ טאָג צו זען ווי מען [וועט] מיט גרויס פּאַראַד הענגען אַ אידן ס'איז שוין ביי מיר קיין ספק געווען אין וואָס פאַר אַ געפאַר מיין אַמאָליגער רעטער געפינט זיך. איך האָב זיך אומגעקערט אין קרעטשמע, מיטגענומען מיינע זעלנער אין פאַל, אויב עס וועט קומען צו אַ שלאַכט, און דאָס איבעריגע ווייסטו שוין..."
ר' משה האָט אים געוואָלט אָפּדאַנקען, אָבער דער באַאַמטער האָט אים נישט געלאָזט רעדן. ער האָט פאָרגעזעצט: "וועגן פרנסה דאַרפסטו שוין נישט זאָרגן. איך וועל דיר מאַכן פאַרן אויפזעער איבער מיינע גיטער. אַזאַ ערליכן מענטשן דאַרף איך טאַקע האָבן".
ר' משה האט געוויינט פאר פרייד און דאנקבארקייט צום רבונו של עולם. ער האט פערזענליך געזען די כח פון א טובה. דאס וואס ער האט אמאל געטאן "שלא על מנת לקבל פרס", דאס איז אים בייגעשטאנען אין זיין שווערסטע מינוט.
שלח לחמך על פני המים כי ברוב הימים תמצאנו.