שאוער מחשבות - אינטערוועגנס

צוזאמגעדרייט

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 14, 2024
מעסעדזשעס
452
רעאקציע ראטע
1,998
פונקטן
223
מאדנע: אלע "פובליק טוילעטס" ווי מען דארף צאלן געלט צו נוצן, איז אין דאס ערגסטע מצב שייך, ערגער ווי א שטאל פון קיען! די שכל זאגט פארקערט, אז עס קאסט געלט, שטעל צו א זויבערע פונעף שטערן עקספיריענס.

פארוואס דארף מען מאכן check-in בעפארן פליען, וואס געשעהט דאן, פארוואס נישט אזויווי א באס טיקעט? (בילעט אין אידיש). מען סקענט דאס "באר קאוד" און מען שפרייזט ארויף. פארוואס באקום איך נישט מיין "באָרדינג פעס" גלייך ביים קויפן דעם טיקעט?

אין א געוויסע שטאָט ווי מיר האבן באזוכט, האט מען געקענט באצאלן אויפן פובליק טראנספארטאציע, מיטן בלויז טאפן דאס קרעדיט קארטל, א מחי'! די שאלה איז נישט ווער עס איז אויפגעקומען מיט דעם גרינגע וועג פון צאלן פארן באָס. פארקערט, איך וואונדער זיך ווער ס'איז אויפגעקומען מיטן קאמפלאצירטע טיקעט סיסטעם (אדער "רב קו" אין ישראל. מעטרא קארטל אין נו יארק). פארוואס קראצן די רעכטע אויער מיט די לינקע האנט? (דו האסט עס יעצט אויספרובירט?)
(א שנעלע גוגל סורטש זאגט מיר אז מען קען שוין היינט יא צאלן אויף די סובוועי מיטן קרעדיט קארד וכדומה. איי געס זאכן אנטוויקלען זיך)

איך ווארט עס זאל קומען א רעוועלוציע אין האטעלן, טעסלא סטייל האטעלן. דו קומסט אריין, דיין פאון איז די עלעקטראנישע שליסל, דו גייסט צו צו דיין צימער און דא ענדיגט זיך די מעשה! די ברויכסט נישט קיין front desk, און צען מינוט ווארטן בשעת דו ביסט מיד ווי א בער. עס מאכט עס ביליגער און שנעלער.
איבער אלעם זאלסטו באקומען דיין צימער פאר 24 שעה פון ווען די עפענסט דעם טיר. וואס איז פשט א מענטשן קומט אן אכטע אינדערפרי און ער דארף צאלן פאר צוויי נעכט? איינער מיט אילאן מאסק'ס נאמבער, אין אישי פליז.


באמבע קאשיא: פארוואס איז העלט אינשורענס אזוי טייער, איך צאל פאר טרעוועל אינשורענס בערך $100 א חודש, עס קומט נאך מיט די ריסק אז טרעוולערס ווערן מער אפט געשעדיגט ווי סתם איינעם?


פארוואס ליגט נישט אויף יעדע זיץ אינעם עראפלאן א באטל וואסער, עס וועט איינשפארן צייט פאר די פלייט אטענדענטס און געשמאקער פאר די רייזענדע.

פארוואס קען איך נישט קאנעקטן מיין עירפּאַדס צום סקרין אויפן עראפלאן.

צו אלע לופטליניעס וואס האבן נאכנישט קיין סטאַרלינק אינטערנעט, זאלן ענק גיין באנקראט אמשנעלסטן.

צו די כינעיזע טוריסטן, וואס טוען ענק מיט אזויפיל שעה פון ווידעא רעקארדירונגען? טשיל אביסל, שמעוס אביסל, וואס איז פשט פון די ערענסטע גרימאסן, זענט עטס געווען שקלאף ארבייטער אין די כינעזע פאבריקן, אדער זענט עטס גאר דו אייגענטומער פון די פאבריקן?

רעדנדיג פון שאוער מחשבות: דער וואס איז אויפגעקומען מיטן Handheld shower head. (דעם שאוער וואס מען קען אראפנעמען פונעם האלטער און האלטן אין האנט) מען זעהט עס אסאך אין ישראל און אין נאך לענדער. גאנץ א פיינעם געדאַנק, דו וואלסט אויך געמעגט אויפקומען מיט א מהלך אז עס זאל זיך נישט כסדר אראפ גליטשן נידריגער און נידריגער. "בעיסיקס בעיבי!"
א פריוואטע שטודיע וואס איך האב געלאזט אין גאנג דורכאויס לענגערע נסיעות, טוט צייגן האר אויפשטעלנדע רעזולטאַטן. נעמליך, זעכציג פראצענט פון די סארט שאוערס טוען זיך אראפ גליטשן. די איבריגע 40 פראצענט בלייבט טאקע אויבן, אבער עס דרייט זיך כסדר אראפ, שפריצענדיג בלויז פארקערטערהייט אויף די וואנט פון אינטער זיך...

געוויסע שאוערס איז כמעט אומעגליך אויסצוגעפונען וויאזוי פונקטליך צו אנשטעלן דעם שאוער עס זאל זיין הייס אבער נישט צי הייס. אז די רוקסט דעם דרייער א טראפ צו רעכטס באקומסטו א פראסק פון קאלטע וואסער, אזש דו קענסט ספאנטאן ווערן א "יו-טובער" וואס מאכט קאלטע פלאַטשקעס. א פיצי דריי צו לינקס און די באקומסט צווייטע דעגראד בראנד וואנדן. צו מיינע ליבע האטעל אייגענטומער, פליז מאך א סימן, לייג א סטיקער, ווי פונקטליך איך זאל אנשטעלן דעם שאוער! אדאנק פאר אייער אויפמערקזאמקייט צו דעם ענין!
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top