שובבי"ם טראומא

יעצט כאפ איך פארוואס די רבי זכרונו לברכה האט אזוי פארפירט מיט דעם חטא הידוע,

נעקסטיים זאל ער נישט הייסן אויסלעשן די לייטס איז נישטא קיין פראבלעם.
איך האב נאר א צווייטע שאלה, קען זיין מ'וועט דארפן פרעגן ר' הלל וויינבערגער,

וואס איז די דין אויב איינער האט געזינדיגט ביים רבינס של"ס אין די פלעשלייט האט עס נישט אויפגעכאפט?

הייסט עס נאך אלס א חטא הידוע?
 
לויט נחום ראוזעבערג איז געווארן דארט א געי קלאב ווען מ'האט צוגעמאכט די לייטס, ס'אמת?
די לעקטער אידאך געווען פארלאשן.
אבער אז חזקאל שמש האט געברויכט ארום גיין מיט א גרויסן פלעשלייט, מן הסתם האט ער עס נישט געניצט צו בודק חמץ זיין
 
יעצט כאפ איך פארוואס די רבי זכרונו לברכה האט אזוי פארפירט מיט דעם חטא הידוע,

נעקסטיים זאל ער נישט הייסן אויסלעשן די לייטס איז נישטא קיין פראבלעם.
אדער וואלט ער נישט געברויכט בכלל רעדן דערפון, סייווי איז עולם כמנהגו נוהג און זיין רעדן האט ממילא נישט געהאט אן אפעקט
 
איינער האט מיר אריינגעשיקט אין אישי דאס פאלגענדע:

ליגט מיר אין קאפ אז דו ביסט לעצטענס דער טרעגער פון אנאנימעס הודעות. ביטע לייג דאס ארויף אינעם שנירל "שובבים טראומא":
מיר האט מען גאר שטארק דערשראקן פונעם עבירה פון אלץ קליין קינד. כ'בין געווען אן אפגעהיטענער בחור מיט א שמוץ אריבער, ווען כ'וואלט נכשל געווארן איז עס געווען מיט אזא בדיעבד גילט און תשובה בשעת'ן זיך אויסרייבן זייער שנעל, כדי נישט צו שפירן די צער אז כ'טוה אזא הארבע עבירה.
הנאה האבן פון סעקס מיט מיין אייגענע ווייב איז מיר געווען אזא בושה אז זי האט אויך נישט הנאה געהאט, כ'בין אסאך אריבער נאר צו קענען צוריקקומען צום וועג ווי אזוי גאט האט דעזיינט מיין גוף פון אנפאנג אהן. כ'לייד נאך היינט פון premature ejaculation וואס האט שייכות מיט דעם, און כ'לייד פון אומזיסטע נערווען יעדעס מאל ביים רעדן צו א פרוי.
כ'בין נישט בייז אויף גאט וואס האט קיינמאל דעם זאך נישט פארבאטן. כ'בין בייז אויפן מצב אין וואס כ'האב אויפגעוואקסן וואס האט זיך געפירט מיט אזא אכזריות צו זיך אליין און דאס אריינגעפרעדיגט אין מיר. ס'טוט מיר וויי אז כ'האב נישט געהאט דעם עקספיריענס אלס אינג בחורל זיך צו דעוועלאפן און זיך באקענען מיט מיין גוף און פרעפערענצן ווי א געהעריגער ילוד אשה.
 
יעדע בחור האט געשפירט די זעלבע !

מיין טאטע זאל זין געזונט האט דאך נישט געקענט רעדן צי מיר וועגן די חטא הידוע, האט ער מיר געפארסט צי זיצן אין הערן דעם רבי'ן ז"ל שרייען אויפן טעיפ.
דערמאנט עס מיר אז אמאל האט טאטע אפירגעהאלטען זיין בחור׳ל, נא, האסטו זיך גוט צוגעהערט צום שובבי"ם טעים פון רבינו הק׳???
ענטפערט דער בחור וואס האב איך געקענט טוהן אז ס׳האט געקראצט!
דער טאטע הייבט אן צו פארפירן "ס׳איז א שרעקליכע נעוויירע און אפילו ס׳קראצט טאר מען נישט דארט לייגען די הענט, מוטב וכו׳...
זאגט דער בחור׳ל ניין נישט דארט האט געקראצט דער טעיפ האט געקראצט...
 
ממאכט משוגע בחורים איז איין זאך
אבער וואס וויל מען פון קליינע קינדער וואס אפילו זיי ווילן קענען זיין נישט פוגם זיין.....
מדרייט זיי א קאפ מיט שובבים it's crazy 😧
 
ווער ווייסט וויפיל פאטענשעל גדולי ישראל זענען אפגעהאלטען געווארן פון אויסשטייגן צוליב די טראמא און גילט!
איך ווייס פון עטליכע בחורים וואס זענען געווארן געדמעדזשד פון די טראמא, און עד היום הזה ליידען זיי דערפון, און ווער ווייסט וויפיל נאך?
ווער ווייסט וויפיל בחורים זענען נכשל געווארן בלויז פון דעם אז זיי זענען געוואויר געווארן פון א נייע מציאות, ס׳וואלט זיי נישט איינגעפאלן אז מען קען עס טוהן?
 
הנאה האבן פון סעקס מיט מיין אייגענע ווייב איז מיר געווען אזא בושה אז זי האט אויך נישט הנאה געהאט, כ'בין אסאך אריבער נאר צו קענען צוריקקומען צום וועג ווי אזוי גאט האט דעזיינט מיין גוף פון אנפאנג אהן. כ'לייד נאך היינט פון premature ejaculation וואס האט שייכות מיט דעם, און כ'לייד פון אומזיסטע נערווען יעדעס מאל ביים רעדן צו א פרוי.
פרי-מעטשור עדזשעקיולעשן איז א קאמאן זאך ביי פיל יונגע מענטשן, עס איז נישט דוקא וועגן א חוסר אין סעקס עדיוקעישען.
עס איז כדאי אנצומערקן די עצה פון די גמ' עירובין, דורך דעם אמורא רבא, הרוצה לעשות כל בניו זכרים יבעול וישנה! עס קען זיין אז לגבי האבען זכרים ארבעט עס נישט היינט, אבער לגבי דער פראבלעם פון פרי מעטשור רעליעס איז עס בדוק ומנוסה. עס איז מובן עס דארף זיין לדעת האשה.
 
מ'טוט עס נאך היינט ביי אדמורי סאטמאר
לפי ידיעתי נאר ביי מהר"א

-----

ס'איז משמע אז געוויסע האבן פארשטאנען אז דער סטייפלער אין קריינא דאיגרתא איז מקיל אין ז"ל, וויל איך אויפמערקן אז ער שרייבט נאר וועגן וואס ווערט געברענגט אז הרואה קרי ביוה"כ ידאג כל השנה, אז דאס איז נאר ביי מענטשן וואס האבן נישט מער קיין קרי לפי הטבע, דאן איז דאס א נישט גוטע סימן, אבער ביי אינגע מענטשן (דאכט זיך ער שרייבט ביז די פערציג), אדער איינער וואס ס'געשען פון צופיל עסן וכדומה, פון דעם רעדט נישט די גמ'.
 
פרי-מעטשור עדזשעקיולעשן איז א קאמאן זאך ביי פיל יונגע מענטשן, עס איז נישט דוקא וועגן א חוסר אין סעקס עדיוקעישען.
עס איז כדאי אנצומערקן די עצה פון די גמ' עירובין, דורך דעם אמורא רבא, הרוצה לעשות כל בניו זכרים יבעול וישנה! עס קען זיין אז לגבי האבען זכרים ארבעט עס נישט היינט, אבער לגבי דער פראבלעם פון פרי מעטשור רעליעס איז עס בדוק ומנוסה. עס איז מובן עס דארף זיין לדעת האשה.
דו האלסט באמת אז די עולם דא האט נישט געוואוסט?
 
ברם זכור אותו האיש לטוב ר מרדכי דוד קאהן ז"ל (א ברודער פונעם מנהל הישיבה ר יוסף לייב קאהן באותם השנים) וואס האט אונז געזאגט נישט צו גיין צו קברים "צו אָפט" ווייל ס'קען זיין א קפידא וכו. פון דענסטמאל האב איך אויפגעהערט גיין צום ציון.
 
דו האלסט באמת אז די עולם דא האט נישט געוואוסט?
דער מסילת ישרים פון רבי משה חיים לוצאטו זאגט אז ער שרייבט דברים פשוטים וואס מרוב פשיטותם איז מען עלול צו פארגעסן, מען דארף נישט שרייבען נאר חידושים -
דאס איז אויך נישט קיין חידוש , אבער יו וויל בי סורפרייסט אז אפילו עס איז דברים ידועים פאר דיר, קען זיין ביי אן אנדערן א חסרון ידיעה .
 
ברם זכור אותו האיש לטוב ר מרדכי דוד קאהן ז"ל (א ברודער פונעם מנהל הישיבה ר יוסף לייב קאהן באותם השנים) וואס האט אונז געזאגט נישט צו גיין צו קברים "צו אָפט" ווייל ס'קען זיין א קפידא וכו. פון דענסטמאל האב איך אויפגעהערט גיין צום ציון.
גם אני מסכים, עס איז בכלל דא א דינע ליניע צווישן הליכה לקברים און דורש אל המתים,
מען דארף האלטן כוונה אז מען זאל נישט בעטן פון דעם וואס ליגט דארט, נאר בזכותו.
 
אין וויליאמסבורג איז דא א עלטערע פרוי אין בעדפארד גארדנס בילדינג וואס הערט אויס די סאטמארע רבי שובבים טעיפס, און מ'הערט איר מיטוויינען ווען דער רבי רעדט פון די חטא הידוע
 
אין וויליאמסבורג איז דא א עלטערע פרוי אין בעדפערד גארדנס בילדיג וואס הערט אויס די סאטמארע רבי שובבים טעיפס און מהערט איר מיט וויינען ווען די רבי רעדט פון די חטא הידוע
ס'דא פוסקים וואס האלטן אז א פרוי האט א איסור הוצאת זרע לבטלה...
 
ס'דא פוסקים וואס האלטן אז א פרוי האט א איסור הוצאת זרע לבטלה...
רייט, אבער קיינער נעמט נישט אן אזוי,
זי מיינט מן הסתם אז הרב קוק האט געהייסן אויף די ערשטע נאמען חטא הידוע.
 
ס'דא פוסקים וואס האלטן אז א פרוי האט א איסור הוצאת זרע לבטלה...
זעהט אויס די פוסקים האבן געהאט א ווייטן בליק. וועלכע נקבה האט זיך אמאל אידענטיפיצירט אלץ א מאן? אדער מאן אלץ א פרוי. וויאזוי זאגט דארט די גמ' אם לא נביאים בני נביאים אנחנו"
 
ס'דא פוסקים וואס האלטן אז א פרוי האט א איסור הוצאת זרע לבטלה...
עס דארף א ביאור, צי עס קומט פון א חסרון ידיעה אין דער אנטאמיע פון די איברי הלידה.

עכ"פ, ביי א חלק פון די מחמירים אז "השחתת זרע" איז אן איסור ביי נשים, די וואס באציען זיך אז זי זאל נישט משחית זיין דעם זרע פונעם מאן, ווי עס ווערט געברענגט זיך נישט צו באדן נאך תשמיש פאר א צייט, כדי מונע צו זיין השחתה פון זרע הבעל, דאס קען מען פארשטיין. עס זענען אבער דא וואס באציען זיך אויף מעסטורבעישאן, און זיי ברענגען א ראיה פון "נשים המסוללות" (לעסביעניזם), וואס איז אסור אין תלמוד.

דאס איז אבער נישט קיין דמיון, ווייל דארט קען עס נכלל ווערן אין "מעשה ארץ מצרים" ווען עס איז מיט א פארטנער, אבער ביי "סעלף אינדאלדזשענס", וואס איז די פראבלעם? עס איז קלאר אז עס האט גארנישט מיט פריה ורביה, אנדערש ווי ביי א מאן וואו די זרע (סימען) איז מוליד.
וצריך עיון.
 
Back
Top