שואל כענין - קושיות ותמיהות בענינים שונים

החוקר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
נאוו. 1, 2024
מעסעדזשעס
147
רעאקציע ראטע
400
מאכט זיך אמאל אז מען האט א קורצע שאלה און מען האט נישט אויף די מינוט צו וועם זיך צו ווענדן. אין דעם שנירל איז יעדער וועלקאם.

קומט אריין מיט אייערע טיפזיניגע שאלות, לייכטזיניגע קוועטשענישן און אלעס אינדערמיט. דא איז א דזשאדזש-פרי זאנע. גארנישט איז צו נאריש אדער צו הויכגעשפיצט צו פרעגן.
 
לענינינו, די פאלגענדע פראגע אויף רעדדיט האט מיר ערוועקט צו עפענען דעם שנירל.

איבערגעזעצט אויף אידיש
קען איך פראקטיצירן התבודדות שפאצירנדיג מיט מיין הונטל?

איך פראביר נענטער צו ווערן צו גאט. איך טוה ווידער אנטדעקן מיין באציונג [מיט גאט], אבער צווישן די ארבייט פארפליכטונגן און איבונגען, דארף איך טרעפן די צייט. איז עס בסדר צו מישן די ספעציעלע שטילע צייט בשעת'ן שפאצירן מיין הונט?

איך ווייס אז דאס הערט זיך נאריש, אבער איך בין זייער ערענסט. יישר כח. זייטס שיין (נייס).
 
לענינינו, די פאלגענדע פראגע אויף רעדדיט האט מיר ערוועקט צו עפענען דעם שנירל.

איבערגעזעצט אויף אידיש
קען איך פראקטיצירן התבודדות שפאצירנדיג מיט מיין הונטל?

איך פראביר נענטער צו ווערן צו גאט. איך טוה ווידער אנטדעקן מיין באציונג [מיט גאט], אבער צווישן די ארבייט פארפליכטונגן און איבונגען, דארף איך טרעפן די צייט. איז עס בסדר צו מישן די ספעציעלע שטילע צייט בשעת'ן שפאצירן מיין הונט?

איך ווייס אז דאס הערט זיך נאריש, אבער איך בין זייער ערענסט. יישר כח. זייטס שיין (נייס).
פארוואס נישט?
ווי דען אנדעקט מטן "באציונג" מיט גאט?
אין די everyday.

התבודדות וואלט טאקע געדארפט גענוג גוט ארבעטן צו זיך קענען מתבודד זיין אפילו צווישן גרודעריגע מענטשן, ס'איז נאר א שווערע לעוועל.

אבער, אדרבה. שפאצירן מיט די הינטל איז אן אינטימעט פארברענג, עס קען גאר זיין די פערפעקט בעלענסד לעוועל פון לעבעדיגקייט/שטילקייט צו עקספעריענסן געטליכקייט. נח האט געדארפט אלע חיות מיט זיך צו עקספעריענסן סאלוועישאן פון די רוישיגע וואסערן.

אז די מ'וויל טאטאלע רואיגקייט דארף מען ווארטן אויף נאך די טויט. און דעמאָלט ביסטו שוין נישט די אנדעקער, נאר דער אנדעקטער...
 
לעצט רעדאגירט:
לענינינו, די פאלגענדע פראגע אויף רעדדיט האט מיר ערוועקט צו עפענען דעם שנירל.

איבערגעזעצט אויף אידיש
קען איך פראקטיצירן התבודדות שפאצירנדיג מיט מיין הונטל?

איך פראביר נענטער צו ווערן צו גאט. איך טוה ווידער אנטדעקן מיין באציונג [מיט גאט], אבער צווישן די ארבייט פארפליכטונגן און איבונגען, דארף איך טרעפן די צייט. איז עס בסדר צו מישן די ספעציעלע שטילע צייט בשעת'ן שפאצירן מיין הונט?

איך ווייס אז דאס הערט זיך נאריש, אבער איך בין זייער ערענסט. יישר כח. זייטס שיין (נייס).
ערשט מיטן הינט איז צייט פאר ריכטיגע התבודדות.

ווי דעיל קארנעגי איז מסביר אינעם באקאנטן בוך זיינעם. די סיבה פארוואס יעדער האט אזוי ליב דאס הינטל איז ווייל ער געט דיר אהבה שאינו תלוי' בדבר.

א קוה דארף געבן מילך, א פערד דארף שלעפן, צו באקומען עסן. א הונט דארף גארנישט טאן. פשוט געבן אהבה. קענסט זיין א מאסן מערדער, קומסטו אהיים און דאס הינטל ווייסט נישט פון גארנישט. ער וועט דיר לעקן פונקט ווי פארדעם.

ווען א מאן און פרוי האבן שוועריגקייטן זאגט מען זיי, דערמאנט אייך אינעם ערשטן פינק. וואס האט אייך געמאכט זיך וועלן איינער דעם צווייטן. אפשר וועט איר פארגעסן אביסל פון די נישטיגע רייבערייען און אויסוועלן ליבע פון פריש.

גאט האט אונז געוועלט ביי נח, ונח מצא חן.
גאט האט אונז געוועלט ביי אברהם, והאמין בשם ויחשבה לו לצדקה.

ס'איז אהבה שאינו תלוי' בדבר.

(דברים ז' ז') לא מרובכם מכל העמים חשק ה' בכם וגו...

(שיר השירים ד' ז') כלך יפה רעיתי ומום אין בך

זיי רוהג און צופרידן.
You are beautiful, just the way you are
 
אין זיין וועלט בארימטע אינטערוויו אויף קאווע שטיבל האט שוין רביה״ק רעקאמענדירט דאס ביכל The Power of Now: A Guide to Spiritual Enlightenment וואס רעדט אסאך ארום איבער די נושא פון ״לעבן״ מיט התבודדות אנשטאט מייחד זיין א צייט אין טאג פאר התבודדות, דאס הייסט אז די ציל פון די עטליכע מינוט א טאג, פון די שוהים שעה אחת, איז ציצוקומען צו לעבן א גאנצע טאג מיט א רואיגע מח, הלוואי מיר זאלן אלע זוכה זיין דערצו.

איך גלייך טאקע בעסער די טערמין ״השקטה״ וואס באדייט; שטיל מאכן דאס גערויש אין מח אפילו ווען מען איז מיטן הינטל ארומגענומען מיט א רוישיגע וועלט, אנשטאט די טערמין התבודדות; וואס באדייט אז מען דארף זיך אפזונדערן פון אלעס ארום.

פארשטייט זיך אז א מתחיל דארף התבודדות כדי אנצוקומען צו השקטה, און רוב פון אונז - ואני בתוכם - זענען מתחילים, אדער ניטאמאל דאס, אבער די ציל איז אנצוקומען צו השקטה אפילו אן התבודדות, ווי איינער פון די צדיקים האבן געזאגט אז מען דארף קענען פראווענען התבודדות צווישען טויזענט מענטשען אויכעט.
 
הקדמה: איך בין אן עם הארץ אין סייענס.
מיין שאלה איז, צי מיר קענען אננעמען אז מקום און זמן קענען נישט צוטיילט ווערן אינפיניטלי, נאר זיי פארמאגן א געוויסער גרעניץ וואס איינמאל זיי ווערן קלענער דערפון פארלירן זיי זייער מהות. (@אלפא האט דאס שוין דערמאנט ביים ערווענען זענא'ס פאראדאקס.) און ווי אויך וויל איך וויסן צי א פאטאן איז דער גרעניץ פון א שטראל, וואס ווען מען צוטיילט דאס, ווערט ער אויס.
אויב יא, דאן אפשר קען שטימען די קוואנטום טעאריע וואו קליינע פארטיקלס שפילן נישט לויט די כללים פון רעלאטיוויטעט, פשוט וויבאלד זיי זענען קלענער ווי דעם גרעניץ פון מקום און זמן...
 
נאך אן ערענסטע און וויכטיגע פראגע האב איך באגעגנט אויף רעדדיט.

איבערגעזעצט אויף אידיש
בדס"מ אום שבת?

א לעצטיגער קאמענטאר פון איינעם (וואס איז נישט איך) האט מיר געמאכט טראכטן, איז BDSM ערלויבט אום שבת?

אום שבת טארן מיר נישט בינדן קניפן (מיט פארשידענע חומרות אין פארשידענע קהילות).

שנאפן, שלעסלעך, קנעפלעך און אנדערע פאסיקעס זענען ערלויבט (מיר טוען זיך אן אום שבת). אבער קען מען נוצן די זאכן צו פארבינדן עמיצן (מיט הסכמה)?

צי זענען בייטשן ערלויבט? וואס איז מיט א רודער?

איז עס ערלויבט צו מאַכן איינשטומיגע ווייטאג אום שבת?

מיר מעגן האבן ליכט אויף שבת, איז וואקס שפיל ערלויבט? און צי דארף עס זיין אנדערע ליכט ווי די וואס ווערן גענוצט פאר די ברכה [שבת לעכט]?

וואס איז וועגן ארויסנעמען די D/S שייכות פונעם שלאפצימער, ווי למשל מאכן דעם סאב טראגן א קלוגן באטט [אחור] שטאפער א גאנצן טאג, אריינגערעכנט צום שול? אויב די באטט שטאפער'ס אקטיוויטעטן ווערן באשטימט איידער שבת, וואלט עס געווען ערלויבט? עס איז ווי א אויפציען זייגער וואס ווערט אנגעדרייט איידער שבת הייבט זיך אן.

אשר על כן, איז בדס"מ ערלויבט אום שבת? וואס איז מיט יום־טוב? זענען בלויז געוויסע אקטיוויטעטן ערלויבט? און זענען די אקטיוויטעטן אַנדערש אויף שבת און יום־טוב?

אלעס דא נעמט אן א הלכת'דיגע ערלויבטע געשליכטליכע שייכות וואו אלע איינשטומיגע געשליכטליכע אקטיוויטעטן זענען ערלויבט.

מאדעראטארן: איך קלער נישט אז הלכה איז NSFW, אבער אויב איר זענט מחולק, לייגט צו דעם נאטיץ [טעג].

*אלעס אין [קלאמערן] זענען מיינע הערות.

אפשר באלאנגט די פראגע אין תתיר צרורה?
 
הלכה מפורשת בשו"ע (או"ח שא-יט) "מי שהוא אסור וכבלים (פירוש כעין טבעות גדולים שסוגרים בהם הרגלים) ברגליו מותר לצאת בהם"
1731700108294.png
 
@אפטימיסטיש דאס רעדט זיך לגבי איסור הוצאה.

לויט ווי איך האב פארשטאנען פרעגט דער שואל בנוגע קשירה, נוצן וואקס, החובל אפשר?, עלעקטריק ועוד.
 
Back
Top