שואל כענין - קושיות ותמיהות בענינים שונים

החוקר

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
נאוו. 1, 2024
מעסעדזשעס
463
רעאקציע ראטע
2,236
פונקטן
413
מאכט זיך אמאל אז מען האט א קורצע שאלה און מען האט נישט אויף די מינוט צו וועם זיך צו ווענדן. אין דעם שנירל איז יעדער וועלקאם.

קומט אריין מיט אייערע טיפזיניגע שאלות, לייכטזיניגע קוועטשענישן און אלעס אינדערמיט. דא איז א דזשאדזש-פרי זאנע. גארנישט איז צו נאריש אדער צו הויכגעשפיצט צו פרעגן.
 
לענינינו, די פאלגענדע פראגע אויף רעדדיט האט מיר ערוועקט צו עפענען דעם שנירל.

איבערגעזעצט אויף אידיש
קען איך פראקטיצירן התבודדות שפאצירנדיג מיט מיין הונטל?

איך פראביר נענטער צו ווערן צו גאט. איך טוה ווידער אנטדעקן מיין באציונג [מיט גאט], אבער צווישן די ארבייט פארפליכטונגן און איבונגען, דארף איך טרעפן די צייט. איז עס בסדר צו מישן די ספעציעלע שטילע צייט בשעת'ן שפאצירן מיין הונט?

איך ווייס אז דאס הערט זיך נאריש, אבער איך בין זייער ערענסט. יישר כח. זייטס שיין (נייס).
 
אין חב"ד וואלט מען געזאגט - אויב דו ביסט אלקות, דיין הונטל איז אלקות, און התבודדות איז אלקות - דאן וואס איז בכלל די שאלה?!
 
לענינינו, די פאלגענדע פראגע אויף רעדדיט האט מיר ערוועקט צו עפענען דעם שנירל.

איבערגעזעצט אויף אידיש
קען איך פראקטיצירן התבודדות שפאצירנדיג מיט מיין הונטל?

איך פראביר נענטער צו ווערן צו גאט. איך טוה ווידער אנטדעקן מיין באציונג [מיט גאט], אבער צווישן די ארבייט פארפליכטונגן און איבונגען, דארף איך טרעפן די צייט. איז עס בסדר צו מישן די ספעציעלע שטילע צייט בשעת'ן שפאצירן מיין הונט?

איך ווייס אז דאס הערט זיך נאריש, אבער איך בין זייער ערענסט. יישר כח. זייטס שיין (נייס).
פארוואס נישט?
ווי דען אנדעקט מטן "באציונג" מיט גאט?
אין די everyday.

התבודדות וואלט טאקע געדארפט גענוג גוט ארבעטן צו זיך קענען מתבודד זיין אפילו צווישן גרודעריגע מענטשן, ס'איז נאר א שווערע לעוועל.

אבער, אדרבה. שפאצירן מיט די הינטל איז אן אינטימעט פארברענג, עס קען גאר זיין די פערפעקט בעלענסד לעוועל פון לעבעדיגקייט/שטילקייט צו עקספעריענסן געטליכקייט. נח האט געדארפט אלע חיות מיט זיך צו עקספעריענסן סאלוועישאן פון די רוישיגע וואסערן.

אז די מ'וויל טאטאלע רואיגקייט דארף מען ווארטן אויף נאך די טויט. און דעמאָלט ביסטו שוין נישט די אנדעקער, נאר דער אנדעקטער...
 
לעצט רעדאגירט:
לענינינו, די פאלגענדע פראגע אויף רעדדיט האט מיר ערוועקט צו עפענען דעם שנירל.

איבערגעזעצט אויף אידיש
קען איך פראקטיצירן התבודדות שפאצירנדיג מיט מיין הונטל?

איך פראביר נענטער צו ווערן צו גאט. איך טוה ווידער אנטדעקן מיין באציונג [מיט גאט], אבער צווישן די ארבייט פארפליכטונגן און איבונגען, דארף איך טרעפן די צייט. איז עס בסדר צו מישן די ספעציעלע שטילע צייט בשעת'ן שפאצירן מיין הונט?

איך ווייס אז דאס הערט זיך נאריש, אבער איך בין זייער ערענסט. יישר כח. זייטס שיין (נייס).
ערשט מיטן הינט איז צייט פאר ריכטיגע התבודדות.

ווי דעיל קארנעגי איז מסביר אינעם באקאנטן בוך זיינעם. די סיבה פארוואס יעדער האט אזוי ליב דאס הינטל איז ווייל ער געט דיר אהבה שאינו תלוי' בדבר.

א קוה דארף געבן מילך, א פערד דארף שלעפן, צו באקומען עסן. א הונט דארף גארנישט טאן. פשוט געבן אהבה. קענסט זיין א מאסן מערדער, קומסטו אהיים און דאס הינטל ווייסט נישט פון גארנישט. ער וועט דיר לעקן פונקט ווי פארדעם.

ווען א מאן און פרוי האבן שוועריגקייטן זאגט מען זיי, דערמאנט אייך אינעם ערשטן פינק. וואס האט אייך געמאכט זיך וועלן איינער דעם צווייטן. אפשר וועט איר פארגעסן אביסל פון די נישטיגע רייבערייען און אויסוועלן ליבע פון פריש.

גאט האט אונז געוועלט ביי נח, ונח מצא חן.
גאט האט אונז געוועלט ביי אברהם, והאמין בשם ויחשבה לו לצדקה.

ס'איז אהבה שאינו תלוי' בדבר.

(דברים ז' ז') לא מרובכם מכל העמים חשק ה' בכם וגו...

(שיר השירים ד' ז') כלך יפה רעיתי ומום אין בך

זיי רוהג און צופרידן.
You are beautiful, just the way you are
 
אין זיין וועלט בארימטע אינטערוויו אויף קאווע שטיבל האט שוין רביה״ק רעקאמענדירט דאס ביכל The Power of Now: A Guide to Spiritual Enlightenment וואס רעדט אסאך ארום איבער די נושא פון ״לעבן״ מיט התבודדות אנשטאט מייחד זיין א צייט אין טאג פאר התבודדות, דאס הייסט אז די ציל פון די עטליכע מינוט א טאג, פון די שוהים שעה אחת, איז ציצוקומען צו לעבן א גאנצע טאג מיט א רואיגע מח, הלוואי מיר זאלן אלע זוכה זיין דערצו.

איך גלייך טאקע בעסער די טערמין ״השקטה״ וואס באדייט; שטיל מאכן דאס גערויש אין מח אפילו ווען מען איז מיטן הינטל ארומגענומען מיט א רוישיגע וועלט, אנשטאט די טערמין התבודדות; וואס באדייט אז מען דארף זיך אפזונדערן פון אלעס ארום.

פארשטייט זיך אז א מתחיל דארף התבודדות כדי אנצוקומען צו השקטה, און רוב פון אונז - ואני בתוכם - זענען מתחילים, אדער ניטאמאל דאס, אבער די ציל איז אנצוקומען צו השקטה אפילו אן התבודדות, ווי איינער פון די צדיקים האבן געזאגט אז מען דארף קענען פראווענען התבודדות צווישען טויזענט מענטשען אויכעט.
 
הקדמה: איך בין אן עם הארץ אין סייענס.
מיין שאלה איז, צי מיר קענען אננעמען אז מקום און זמן קענען נישט צוטיילט ווערן אינפיניטלי, נאר זיי פארמאגן א געוויסער גרעניץ וואס איינמאל זיי ווערן קלענער דערפון פארלירן זיי זייער מהות. (@אלפא האט דאס שוין דערמאנט ביים ערווענען זענא'ס פאראדאקס.) און ווי אויך וויל איך וויסן צי א פאטאן איז דער גרעניץ פון א שטראל, וואס ווען מען צוטיילט דאס, ווערט ער אויס.
אויב יא, דאן אפשר קען שטימען די קוואנטום טעאריע וואו קליינע פארטיקלס שפילן נישט לויט די כללים פון רעלאטיוויטעט, פשוט וויבאלד זיי זענען קלענער ווי דעם גרעניץ פון מקום און זמן...
 
נאך אן ערענסטע און וויכטיגע פראגע האב איך באגעגנט אויף רעדדיט.

איבערגעזעצט אויף אידיש
בדס"מ אום שבת?

א לעצטיגער קאמענטאר פון איינעם (וואס איז נישט איך) האט מיר געמאכט טראכטן, איז BDSM ערלויבט אום שבת?

אום שבת טארן מיר נישט בינדן קניפן (מיט פארשידענע חומרות אין פארשידענע קהילות).

שנאפן, שלעסלעך, קנעפלעך און אנדערע פאסיקעס זענען ערלויבט (מיר טוען זיך אן אום שבת). אבער קען מען נוצן די זאכן צו פארבינדן עמיצן (מיט הסכמה)?

צי זענען בייטשן ערלויבט? וואס איז מיט א רודער?

איז עס ערלויבט צו מאַכן איינשטומיגע ווייטאג אום שבת?

מיר מעגן האבן ליכט אויף שבת, איז וואקס שפיל ערלויבט? און צי דארף עס זיין אנדערע ליכט ווי די וואס ווערן גענוצט פאר די ברכה [שבת לעכט]?

וואס איז וועגן ארויסנעמען די D/S שייכות פונעם שלאפצימער, ווי למשל מאכן דעם סאב טראגן א קלוגן באטט [אחור] שטאפער א גאנצן טאג, אריינגערעכנט צום שול? אויב די באטט שטאפער'ס אקטיוויטעטן ווערן באשטימט איידער שבת, וואלט עס געווען ערלויבט? עס איז ווי א אויפציען זייגער וואס ווערט אנגעדרייט איידער שבת הייבט זיך אן.

אשר על כן, איז בדס"מ ערלויבט אום שבת? וואס איז מיט יום־טוב? זענען בלויז געוויסע אקטיוויטעטן ערלויבט? און זענען די אקטיוויטעטן אַנדערש אויף שבת און יום־טוב?

אלעס דא נעמט אן א הלכת'דיגע ערלויבטע געשליכטליכע שייכות וואו אלע איינשטומיגע געשליכטליכע אקטיוויטעטן זענען ערלויבט.

מאדעראטארן: איך קלער נישט אז הלכה איז NSFW, אבער אויב איר זענט מחולק, לייגט צו דעם נאטיץ [טעג].

*אלעס אין [קלאמערן] זענען מיינע הערות.

אפשר באלאנגט די פראגע אין תתיר צרורה?
 
הלכה מפורשת בשו"ע (או"ח שא-יט) "מי שהוא אסור וכבלים (פירוש כעין טבעות גדולים שסוגרים בהם הרגלים) ברגליו מותר לצאת בהם"
1731700108294.png
 
@אפטימיסטיש דאס רעדט זיך לגבי איסור הוצאה.

לויט ווי איך האב פארשטאנען פרעגט דער שואל בנוגע קשירה, נוצן וואקס, החובל אפשר?, עלעקטריק ועוד.
 
נאך א וויכטיגע פראגע האב איך באגעגנט אויף רעדדיט.

איבערגעזעצט אויף אידיש:
קען איך — אלס נישט־איד — עסן חנוכה געלט?

איך האב לעצטנס געזען א ווידעא פון Illymation מיטן נאמען "The Problem with me being Jewish", און זי רעדט דארט וועגן איר אידישע העריטעדזש. בערך 11 מינוט אריין, דערמאנט זי חנוכה געלט. איך האב עס אויפגעקוקט און געזען אז עס איז פשוט טשאקאלאד געלט, איינגעוויקלט אין גאלדענע פאפיר, מיט אידישע סימבאלן אריינגעדרוקט.

מיין שאלה איז: אלס א גוי, בין איך ערלויבט דאס צו עסן?
איך פרעג נאר ווייל איך וויל עס אמאל פרובירן — איך האב נאך קיינמאל נישט געהאט חנוכה געלט, און איך בין פשוט נייגעריג צו זען אויב די טשאקאלאד איז געשמאק, אבער איך וויל זיכער מאכן אז איך בין ערלויבט צו האבן, אלס רעספעקט פאר אידן און זייער קולטור.
 
פארוואס קלערסטו אז דער פרעגער איז א פרוי?
 
איך זע יעצט איך האב מיר טאקע צומישט, די ערשטע פאראגראף רעדט זיך פון א פרוי, ס'מוז טאקע נישט זיין אז דער שואל איז א פרוי..
 
היינט האב איך געזען גאר אן ערענסטע און וויכטיגע פראגע.

וכאן האבן שואל: (פארשטייט זיך איבערגעזעצט אויף א היימישן אידיש)

איך זוך אן עצה אין א פארפלאנטערטער מצב (ווארענונג: א נישט-איידעלער נושא)
א גוטע וואך, און איך האף אז יעדער האט געהאט א גרינגן און לייכטן תענית. איך נוץ א צייטווייליגע נאמען, פארשטייט זיך אליינס פארוואס. מאכט אייך גרייט פאר א לאנגע מגילה.

איך בין א פרישער ארטיסט, א דיזיינער און א מאלער פון כאראקטערן. איך ארבעט נישט אויף קינדערישע זאכן – טראכט ענדערש קאנצעפט-ארט פאר ווידעא-שפילן, און פריוואטע דזשאבס. איך האב נישט קיין שייכות מיט קיין גרויסע פירמעס אדער פראדוקטן, נאר א פאר קליינע, אומאפהענגיגע פראיעקטן.

איך בין אויך א איד (רעקאנסטראקשאניסט). אלס בחור'ל האב איך געהאט א תקופה פון אטעאיסטישע אנשויאיגען, אבער יעצט' אלס ערוואקסענער האב איך אנגעהויבן זיך צוריקקערן צו אידישקייט. למעשה געהער איך נישט יעצט צו קיין שול/קהילה, ממילא האב איך נישט קיין רב וועמען איך קען פרעגן די שאלה.

די פארגאנגענע יאר איז געווען א שרעקליכער דורכגאנג פאר מיר. צו טרעפן סטאבילע ארבעט איז געווען כמעט אוממעגליך. איך בין גאר שטארק באגרעניצט פיזיש, און טוישן מיין פאך איז ממש נישט קיין אפציע פאר מיר. מיט מיינע פראבלעמען און א מאנגל אין ארבעט, האט מיין לעבן גענומען א שארפן דריי אראפ, און איך בין געווען היימלאז פאר עטליכע חדשים אנהויב יאר. יעצט וואוין איך צייטווייליג ביי א קרוב, אבער איך קען דא נישט בלייבן צו לאנג און איך מוז טרעפן עפעס סטאביל זייער שנעל.

איך בין באפריינדעט מיט עטליכע גאר... אינטערעסאנטליכע מענטשן. איינער פון מיינע בעסטע חברים ארבעט פאר אן אומאפהענגיגע אנימאציע-סטודיא, און ער האט מיר לעצטנס געזאגט אז ער קען מיר מסדר זיין א פול-טיים דזשאב דארט פאר א מינימום פון א יאר אדער צוויי. לענגער אויב זיי וועלן ליב האבן מיין ארבעט, און ער וועט מיר געבן גוטע רעקאמענדאציעס. עס רעדט זיך פון קאנטראקטירטע, גאראנטירטע ארבעט, עס צאלט גאר גוט, די שעות זענען פלעקסיבל און איך וועל נישט דארפן ארבעטן שבת – די שטעלע איז כמעט אינגאנצן פערפעקט. ס'שפירט זיך מן השמים, ממש ווי אן אמת'ער נס אז די געלעגנהייט איז מיר אונטערגעקומען. דאס געלט קען ממש איבערדרייען מיין לעבן, און נאך אזא יאר וואס איך האב געהאט, בין איך דעספערעט צו טון סיי וואס איך קען נאר, צו טרעפן סטאביליטעט.

מיין איינציגסטער קווענקל, ווי דער קעפל זאגט שוין... איז, אז ס'איז פּאׇרן. ס'איז אנימאציע פון פּאׇרן, נישט קיין עכטע מענטשן, און גארנישט אומלעגאל אדער פארדעכטיגט. ווי ווייט איך ווייס, איז עס גאנץ פשוט און איידל אין יענעם ראם. אבער עס איז... אומפארשעמטע פראסטע פּאׇרן. מיין חבר האט מיר געזאגט אז מיין נאמען וועט נישט ווערן פובליצירט אויף קיין שום אופן אן מיין שריפטליכע הסכמה, אדער אז איך קען אויסוועלן א פאלשע נאמען. מיין קול, מיין געשטאלט, א.א.וו. וועט נישט ווערן גענוצט – למעשה בין איך אומזעבאר, איך גיי נאר אריין טון א דזשאב.

איך וועל שפעטער טראכטן וואספארא קאנסעקווענצן דאס קען האבן אויף מיין קאריערע – מיין קאנצענטראציע יעצט איז אויף די מעגליכע קאנסעקווענצן אויף מיין רוחניות'דיגן לעבן. איינע פון די איינציגסטע זאכן וואס די תורה בעט פון אונז כסדר איז צניעות, און איך בין באוואוסטזיניג אז די תורה זאגט קלאר "לא תהיה קדשה מבנות ישראל" – ס'זאל נישט זיין קיין פראסטיטוציע צווישן די אידישע טעכטער. איך האב חלילה קיין טענות אויף די וואס טוען אין דעם פאך, פארן רעקארד – איך האב פשוט מורא אז דאס קען האבן ערנסטע נאכפאלגן אויף מיין לעבן אלס איד.

צי ווערט דאס פאררעכנט ווי א סארט פראסטיטוציע? אדער, פאלט עס אונטער אן אנדערע קאטעגאריע פון אסור'דיגע ארבעט? אויב וואלט מען אמאל אויסגעפינען, קען מען מיר דערפאר ארויסווארפן פון שולן אדער אנדערע קהילות אין דער צוקונפט? אויב איז עס קעגן די תורה, איז עס עפעס וואס איך קען תשובה טון דערויף אין דער צוקונפט? איז פאראן נאך עפעס וואס איך דארף וויסן איידער איך באטראכט בכלל צו גיין ווייטער דערמיט?

איך ווייס אז דער עתיד איז נישט גאראנטירט און אז איך דארף לעבן יעדן טאג כאילו עס איז מיין לעצטער, אבער רעאליסטיש גערעדט, מוז איך באזארגן מיין צוקונפט. איך האב פארברענגט די לעצטע יאר קעמפנדיג פאר מיין לעבן און איך דארף סטאביליטעט.

איך בין אזוי צוריסן. איך קען נישט וויסן צי דער אויבערשטער האט מיר דאס געשיקט אלס א נסיון, און איך פאל דורך מיטן עס באטראכטן, אדער צי ער האט מיר געשיקט א רעטונגס-שטריק מיר צו ראטעווען, און איך פאל דורך מיטן עס נישט אננעמען.

איך וועל אפשאצן יעדע עצה. איך וועל אפשר נישט ענטפערן פאר יעדן, אבער איך בין דאנקבאר פאר אלע איינזיכטן. א דאנק.

// צוגעלייגט: וואו... איך האב דאס ארויפגעלייגט קורץ פארן גיין שלאפן, איך האב מיך בכלל נישט גערישט אויף אזויפיל תגובות. א ריזיגן יישר כח פאר יעדן איינעם וואס האט צוגעטיילט אן עצה, מקורות און זייער בליק. עס מיינט זייער אסאך. איך קען לכאורה נישט ענטפערן אויף אלע קאמענטארן, אבער איך לייען און שעץ יעדן איינעם. איך האב נאכנישט געמאכט קיין החלטה, אבער איך שפיר אז איך פארשטיי בעסער דעם מצב און איך בין שוין נישט אזוי דערשראקן. א גרויסן יישר כח אייך אלעמען.
 
ער דארף אריינטראכטן טיף, אריינגיין אין זיינע פילינגס, נישט intellectualising נאר וואס זאגט עם זיין גאַט פילינג, איז דאס א זאך וואס שטייט מיט זיין מאראל קאמפוס אדער אנטקעגן?
איז עס א זאך וואס מאכט עם שפירן אז ס'איז א הייליגע ארבעט, אדער אום הייליג?
מאכט עם עס שפירן פול, אדער ליידיג?

אבער ער איז א שווערע אומשטאנד, און זיינע פילינגס קען זיין אנעוועילעבל צוליב די שווערע דילעמע פון זיין היימלאז (survival mode), און זיין אינעווייניגסטע וויסנשאפט.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top