- זיך איינגעשריבן
- אוג. 19, 2024
- מעסעדזשעס
- 126
- רעאקציע ראטע
- 270
כ'האב געטראפען א שיינע ארטיקיל איבער די עלעקשינס.
כ'האב עס נישט געשריבען אבער עס זענען פארהאן אפאהר גוטע נקודות;
לענדסלייד טונעל וויזיע
עס איז מארגן אין אמעריקע, דאנאלד טראמפ דער ערשטער און דער צווייטער איז צוריק אין פלוין מיט א פרישקייט, ער האט געוואונען די פרעזידענטליכע וואלן מיט א לענדסלייד זיג, ער האט קאלירט די מאפע רויט און אויפגעפיקט אויפן טראמפ וואגן וויילער און דעמאגראפיקס וואס קיינער האט נישט געגלייבט אדער געחלומ'ט.
צו די זעלבע צייט, האט די דעמאקראטישע פארטיי געליטן א קאלאסאלע דורכפאל אין יעדע הינזיכט וואו מען קוקט נאר. זיי האבן געכאפט א נידערלאגע וואס ווייניג האבן פארגעזאגט אז עס וועט קומען אויף אזא מאסיווע פארנעם, זיי זענען געפאלן פלאך אויף די נאז און וועלן נאך לעקן די וואונדן פאר א לאנגע צייט.
אסאך וועט נאך געשריבן און געזאגט ווערן, פינגער וועלן געטייטלט ווערן און מען וועט נאך ווארשיינליך אסאך הערן פון אינערהאלב די העריס קאמפיין איבער ווער עס איז שולדיג. עטליכע זאכן זענען אבער זייער קלאר, און קענען היבש אנאליזירט ווערן, יעצט אז מען שטייט ממחרת כל אלה.
די מאכטפולע פראפעגאנדע ארעם:
די דעמאקראטישע פארטיי איז אין פאקט גאר מאכטפול. זיי האבן די גאנצע מעינסטריעם מידיע מאשין אין זייער קעשענע, מיטן אויסנאם פון פאקס. אזוי אויך דאמינירן זיי פולקאם די אמעריקאנער קאלטור, וואס דאס נעמט אריין טעלעוויזיע שאוס ווי די 'שפעט ביינאכט' שאוס, די מאווי אינדוסטריע, האליוואד, און בכלליות די אמעריקאנער אינטערטעינמענט אינדוסטריע.
אויסער די מאכטפולע סקרינס וואס זיי פארמאגן, האבן זיי אין קעשענע א מערהייט פון די גרעסערע צייטונגען א שטייגער ווי די טיימס, די וואשינגטאן פאוסט, די טיים מאגאזין און הונדערטער קלענערע און גרעסערע פאפירענע און אנליין פובליקאציעס. זיי פארמאגן ווארטזאגער און פאנדיטס, אנאליזירער און עקספערטן און וואס נישט. אין קורצן, זיי פארמאגן א פראפעגאנדע מאשין וואס יעדער אין היסטאריע האט געטרוימט צו האבן.
אלזא, פרעגט זיך די פראגע, וואו זענען זיי געפארן שלעכט? וויאזוי קען זיין אז מיט דעם אלעם, מיט די גאנצע מאכטפולע אפאראט וועלכע האט אראפגעמאלן טראמפ און זיינע שטיצער ווי נאציס און פאשיסטן, עקסטרעמיסטן, און די סאמע סכנה צו דעמאקראטיע, צוגעגליכן טראמפ טאג איין און טאג אויס צו היטלער און סטאלין, וויאזוי קען זיין אז די אמעריקאנער פאלק האט דאס אלעס נישט אפגעקויפט, און טאקע ערוועלט דעם מאסן פאשיסט און היטלער טראמפ הגדול ירום קרנו והדרו?
אטע דאס איז טאקע די ענטפער. דא ליגט די דעמאקראטישע אייזל באגראבן, דאס האבן זיי פארזעהן.
איך און דו גלייכן עס נישט:
זינט די אבאמא עפאכע, האט די דעמאקראטישע פארטיי אנגעהויבן מיט אידענטיטעט פאליטיק אויף א געפערליכע פארנעם. עס איז נישט דא מער קיין צוויי פארטייען, עס איז דא שלעכטס קעגן גוטס. עס איז נישט דא מער קיין דעמאקראטן קעגן רעפובליקאנער, עס איז דעמאקראטיע קעגן נאציזים.
די דעמאקראטישע מאשין האט אראפגעמאלן יעדער וואס איז נישט געגאנגען מיט זיי אין שפאן ווי דער גרעסטער ראסיסט און סכנה פארן לאנד. געשוואוירענע פריינד זענען מיטאמאל געווארן בלוט שונאים, און געוועזענע שכנים זענען געווארן אויסן זיך צו אויפעסן איינער דער צווייטער.
די "טאלעראנטע לינק" איז געווען טאלעראנט ווען עס איז געקומען צו יעדעם אויסער דעם עמך אמעריקאנער בירגער, דער דזשאו פון קענטאקי וואס מעלקט זיינע קיען יעדן פרימארגן. זיי האבן טאלערירט אלדאס בייזן, אבער נישט מיך און דיך, אויב האסטו נישט געהאלטן גענוי ווי זיי.
דאס האט געארבעט. אוי ווי עס האט געארבעט. 'קענסל קולטור' האט איבערגענומען די ארענע און אונטערגעברענגט יעדער וואס האט אויסגעדריקט מיינונגען נאנט צו די אפאזיציע. די מאכטפולע סאציאלע מידיע פירמעס זענען געווען ביי זיי אין קעשענע, און יעדער וואס האט געזאגט אנדערש ווי די שפאן איז באטיטלט געווארן אלס א 'מיסאינפארמאציע פארשפרייטער' און נישט ווערד קיין צוויי צענט אדער א פרנסה.
איך און דו זענען געווארן נאציס, און איך און דו האבן עס זייער נישט געגליכן. האסט אבער געקענט רעדן צום דופן עקומה. עס איז נישט געווען ווער עס זאל דיך העלפן.
עס טוט זייער וויי:
עס זענען געקומען שווערע צייטן אויף אמעריקע און די וועלט, קאוויד האט געשלאגן רעכטס און לינקס, און די עקאנאמיע האט געכאפט א ריק.
די לעצטע פיר יאר זענען געווען שווער פאר אמעריקאנער בירגער אין טאש. די מאסן אימיגראציע אריין קיין אמעריקע האט געטשעפעט יעדן טאג בירגער, וועלכע זענען קיינמאל געווען אינטערסירט אין פאליטיק, דורך אנפילן זייערע קליינע געגנט שולעס מיט מאסן אימיגראנטן, נוצן זייערע טעקס דאלארן צו צושטעלן האוזינג און וואס נישט פאר אומלעגאלע אימיגראנטן, אנגעפילט זייערע גענטער מיט קרימינאלע אקטיוויטן. עס האט אוודאי נישט געהאלפן ווען זיי האבן געזעהן אויף טעלעוויזע אז אן אומלעגאלער אימיגראנט האט ערמארדעט איינס, צוויי און דריי אמעריקאנער בירגער.
די לינקע לינק זענען געגאנגען נאך לינקער, און האבן פרובירט מיך און דיך צו צווינגען צו גיין מיט זיי לינקס, און די מאכטפולע פראפעגאנדע מאשין האט געבלאזן טאג און נאכט און מיך פרובירט צו איבערצייגן אז אויב בין איך נישט דארט בין איך א נאצי און א פאשיסט.
עס האט גארנישט בעסער געמאכט ווען איך און דו האבן געזעהן וויאזוי די דעמאקראטישע מאשין נעמט די אפאזיציע פירער און צעמאלן אים אונטער די גרויזאמע לאפעס פון די יוסטיץ דעפארטמענט. האסט מיך טאקע פרובירט צו ערקלערן אז עס קומט זיך אים, אבער ווען איך האב געליינט די קלאגעס האב איך נישט געקענט פארשטיין וואס דא טוט זיך.
עד שבא בעראן דער הויכער:
בעראן טראמפ, בנו הקטן פון דאנעלד, אבער דער סאמער העכסטער אין געוואוקס צווישן זיי אלע, האט פארשטאנען אז די אינטערנעט פאדקעסטער זענען אסאך מער מאכטפול ווי די טראדיציאנאלע מידיע און קאמפיין אדווייזערס פארשטייען. ער האט געוויסט אז זיי האבן אן אוידענץ פון שווערע צענדליגער מיליאנען צוהערער, און עס איז אן ארגאניק ארט וואו פאליטיקאנטן, אין אונזער פאל אויך זיין פאטער טראמפ, קענען צוקומען צום עמך וויילער, ערקלערן זיין פאזיציע און זיך אהערשטעלן אלס א מענטש.
ווען די דעמאקראטישע דעמאגאגן זענען געגאנגען אויף MSNBC רעדן צו די זעלבע וואס הערן זיי אויס און שאקלען מיטן קאפ צו וואס אימער זיי וועלן זאגן, האט דער אמעריקאנער זכר אריינגעטונט צו זיין באליבטע פאדקעסט וואס ציילט דאפלטע נומערן אין טעגליכע צוקוקער פון די רעספעקטירטע געביגלטע שניפסלן אויפן סקרין, און ער האט דארט געזעהן טראמפ רעדן איבער זאכן וואס רעדן צו זיין טאש און הויז, אויף א געשמאקע, נאטורליכע, נישט-פראקטיצירטע פארנעם.
ווען די דעמאקראטן האבן פארזעהן אז די יוגנט איז אנגעווייטאגט, ווען דער עוורידזש 18 יעריגער מייק זעהט נישט פאר זיך קיין שום צוקנופט, איז טשארלי קירק געזיצן ביי א טישל אויף זיין קליינער קאלעדזש קאמפוס, און איהם פארשפראכן א בעסערע צוקונפט. מייק האט נישט געוואלט זיין א נאצי, אבער די ווערטער פון קירק האבן געמאכט סענס. נאך הונדערטער מייקס האבן געזעהן דעם אויסטויש אויף ווידעא און געשפירט די זעלבע.
ווען עמילי פון א קליין דערפל אין נארט קאראליינע מיט א קנאפע 63 הייזער איז שוין געווען זאט פון ווערן גערופן א נאצי, האט זי געהערט אויפן טעלעוויזיע "קאמאלע איז פאר דעי/דעם, טראמפ איז פאר דיך", און עס האט געריסן ביזן זיבטן ריפ. זי האט נישט ליב צו זיין א פאשיסט, אבער זי האט נישט ליב צו דארפן ארבעטן צוויי דזשאבס.
דער וויילער וואס האט זיך געוואקלט פאר וועם צו שטימען, האט געהערט אז קאמאלע וועט טריאומפירן די שבעת המינים צו זייער אייביגע זיג און דו ביסט א נאצי אויב דו האלטסט אנדערש, און פון טראמפ האט מען געהערט אז דיין געגנט וועט ווערן מער פארזיכערט, דיין טאש וועט ווערן לייכטער. די אויסוואל געווען קלאר.
זיין נאמען איז מיך:
אין איינע פון די גרויסע צייטונגען איז געווען אן ארטיקל יעצט נאך די וואלן אז די דעמאקראטן דארפן ווען האבן זייערע אייגענע קאנאנען, אזוי ווי די קאנסערוואטיוון, און אויסגערעכנט א רייע נעמען, צווישן זיי טים פול. טים פול האט רעאגירט אויף טוויטער אז "די דעמאקראטן האבן געהאט זייער אייגענע טים פול, זיין נאמען איז געווען טים פול".
ער איז געווען א דעמאקראט, זיי האבן אים פארטריבן. דזשאו ראוגען איז געווען א בערני חסיד, זיי האבן אים פארטריבן. העק, אילאן מאסק איז געווען זייערס, זיי האבן אים פארטריבן. יא, מאסק האט אפגעקויפט א פינגער פון די דעמאקראטישע פראפעגאנדע ארעם, און מיט דעם געגעבן פאר צענדליגער מיליאנען אמעריקאנער ערגעץ פון וואו צו נעמען אינפארמאציע וואס איז נישט מאניפולירט ביי די דעמאקראטישע בייעס און שפאן, און געגעבן פאר טראמפ דעם זיג.
ביז ווילאנג זיי וועלן נישט איינזעהן אז רופן אמעריקאנער נאציס ווייל זיי האלטן אנדערש ווי דיר, וועט זיך גארנישט טוישן. אנשטאט צו לויפן ממחרת פון די וואלן אויף 'די וויו', און שרייען אז די שווארצע און היספאנישע זעלבסט זענען געווארן ווייסע סופרעמעסיסטן און ראסיסטן, טראכט וואס האט זיי אוועק געטריבן פון דיר.
די גאנצע ארגומענט איז צעפאלן און זיך צעברעקלט ווען טראמפ האט אויסער די עלעקטארל 312 שטימען אויכעט באקומען די פאופלער וואוט, צום ערשטן מאל וואס א רעפובליקאנער האט דאס ערהאלטן זינט 2004. דאס צייגט קליפ און קלאר אז ער האט די מאיאריטעט פון פאלק, די אמעריקאנער עולם איז זאט און האט אים געגעבן א מאנדאט. א מערהייט אמעריקאנער האלטן נישט אז ער איז איינס מיט פאשיזם.
אנשטאט ווייטער צו זעהן דעם אמעריקאנער פאלק מיט בלויז טונעל וויזיע, טראכט וויאזוי די אמעריקאנער פאלק זעהט זיך און דיך.
פארשטייט זיך אז אסאך אנדערע פאקטארן האבן צוגעגעבן צום געווינס און גלייכצייטיג צום מאסן פארלוסט, טראמפ איז דאך א באשעפעניש וואס מען האט שוין לאנגע יארן נישט געזעהן. אבער ווען די טונעל וויזיע איז אזוי שמאל, די דעמאגאגיע באלון אזוי גרויס, קראכט עס בגדול.
קרעדיט אידישליך