שיעורים אויף חסידישע סכסוכים בעפאר די מלחמה

פוטיק

אלטגעזעסענער קרעמלער
זיך איינגעשריבן
יולי 15, 2025
מעסעדזשעס
110
רעאקציע ראטע
217
פונקטן
38
לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו הערן עטליכע דרשות פונעם פה מפיק ר' אהרן יודל גארגאן מחסידי באבוב 45 איבער עטליכע פרשיות במשך הדורות פארן קריג ווי די התייסדות האגודה , הרב קוק , התייסדות יח"ל ודף יומי ע"י ר' מאיר שפירא , די מחלוקות צאנז - סא"ג און די מחלוקות פון קארלין מיט חב"ד.

איך האב געוואלט וויסן צו איינער האט שיעורים פון נאך בעלי דרשנים וואס טוען דורך די דערמאנטע נושאים ועוד פון אלע צדדים , א דאנק
 
לעצט רעדאגירט:
ווי קען מען באקומען זיינע שיעורים?
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו הערן עטליכע דרשות פונעם פה מפיק ר' אהרן יודל גארגאן מחסידי באבוב 45 איבער עטליכע פרשיות במשך הדורות פארן קריג ווי די התייסדות האגודה , הרב קוק , התייסדות יח"ל ודף יומי ע"י ר' מאיר שפירא , די מחלוקות צאנז - סא"ג און די מחלוקות פון קארלין מיט חב"ד.

איך האב געוואלט וויסן צו איינער האט שיעורים פון נאך בעלי דרשנים וואס טוען דורך די דערמאנטע נושאים ועוד פון אלע צדדים , א דאנק
ער זאגט לויט ווי עס שטימט, מיט זיין סביבה
דאס איז נישט היסטוריה , עס איז מער היסטוגרפיה
ער דרש׳נת פון א אויסקוק ווינקל , ווי נישט דער אמת , איז דער מורה דרך , נאר די פרעדזשודיס
פון די חסידות , וועם ער פארטרעיט
 
אזויווי יעדעם ווי די מאמר גייט ״היסטאריע ווערט געשריבן דורך די געווינער״
 
אויף איהם איז געזאגט געווארען History = His Story
ער איז פאל אוו שיט ענד בעלאני א עקל איהם אויס צו הערן אויב קען מען אפילו נאר אביסעל היסטארי
פארדרייט אפענע פאקטען, בויעט השערות וכו'
 
ער איז אפי', נישט אין היסטאריע זאכן, אויך נישט די באגלייבסטע
 
ער איז אפי', נישט אין היסטאריע זאכן, אויך נישט די באגלייבסטע
למשל? פאקטען איז ער גראדע יא אקוראט אבער ודאי גייט ער עס לייגען לויט זיין bias דאס איז אלעמאהל אזוי
 
למשל? פאקטען איז ער גראדע יא אקוראט אבער ודאי גייט ער עס לייגען לויט זיין bias דאס איז אלעמאהל אזוי
איך האב שוין געהערט א שיינע פאר פאקטען וואס ער האט באשאפען און נאך וואס ער האט פארדרייט צו אינגאנצען אן אנדערע משמעות פון די אמת
 
שיעורים? זייער וויכטיג איבער צו קייען פאר דעם יוגענט אלע חזעריי פון אמאל?
עס איז מיר א חידוש פלא וויאזוי א ניק מיט אזא נאמען שרייבט אזאנס. ווייסט ער בכלל נישט ווער עס איז געווען דער גרויסער היסטאריקער און משכיל ד"ר צונץ, דאן וויאזוי האט ער געקליבן פונקט דעם נאמען? אדער אפשר הייסט ער טאקע פונקט אזוי?
עס דערמאנט פון פראפעסאר שפירא פון קאווע שטיבל פאר ווער עס געדענקט...
 
אפילו אויב ער איז נישט קראנט פאדערט קוראזש צו רעדן פון אסאך פון די נושאים וואס ער רעדט
פארוואס? ער רעדט צו זיין קרייז דאס וואס זיי ווילען הערן
רוזין איז...
הרב קוק...
משכילים....
חב"ד...

פי"ל אין די בלענקס

בעסיקלי קומט ער צו די מסקנה ביי אלעמען אז צאנז-באבוב איז די מובחר הבריאה & רצון השם
פארגעס נישט אז ער אליין [זיינע עלטערען] איז א ריכטיגע יענק"י וואס אמאל מיט צאנז קיין שייכות נישט געהאט
 
קלאר אז גארדאן זאגט בייעסט לויט זיין שיטה אבער מיך נישט האבנדיג קיין אנדערע פלאץ צו נערן איבער די אלע סכסוכים איז ער דער וואס איך הער אויס צו האבן כאטש א נגיעה במקצת , איז אדרבה אויב איינער האט אנדערע דרשנים איבער די אלע פרשיות ברענג שוין אהער כדאי די ציבור האלפים זאלן קענען הנאה האבן
 
Back
Top