שיר השירים אין אידיש

שטעלט אייך פאר איינער פין די היינטיגע פייטנים וואלטן פארפאסט אזא פויט וואלט מען אים מחרים געווען

אפגעשוירן בארד אין פיאות
אין אים פארברענט יעדע פורים ביי לי אין ראדני
 
אמאל געקומען א איד צום רבין

יעדעס מאל ער זינגט אשת חיל צינד עם עס אן די געהירן
ער זיכט א היתר א חיזוק א הנהגה

זאגט אים די רב
טאקע כהאב קיינמאל געטראכט פין דעם
אשת חיל האט גארנישט צו טון דערמיט

עס איז בלויז א זמר אויף כביוכל
ווי שטראק אינז האבן אים ליב אין ער אינז
 
שטעלט אייך פאר איינער פין די היינטיגע פייטנים וואלטן פארפאסט אזא פויט וואלט מען אים מחרים געווען

אפגעשוירן בארד אין פיאות
אין אים פארברענט יעדע פורים ביי לי אין ראדני
אז איינער זאל שרייבן פאועטרי איבער סיי וואס נאטרוליך וועט ער ווערן פארשטיינערט (אויסער, פארשטייט זיך, אויב ער פארוואלנדט עס צו א טעאלאגישע קרייעניש באופן כזה או אחר)
 
אז איינער זאל שרייבן פאועטרי איבער סיי וואס נאטרוליך וועט ער ווערן פארשטיינערט (אויסער, פארשטייט זיך, אויב ער פארוואלנדט עס צו א טעאלאגישע קרייעניש באופן כזה או אחר)
עס איז דא מחברות עמנואל פון איטליה שירי אהבה
באגלייט מיט ראמאנטישע דערציילונגען ,ווי עס זעהט אויס איז דער זאשאנאר געוועהן פאפולער, און דער עמנואל האט דאס מלקט געוועהן און מוסיף געוועהן פון אייגענס און האט עס געדרוקט אין א ספר און מפיץ געוועהן , איז טאקע יצא חרון פונדעם בית יוסף און ער דערמאנט איהם
אין שלחן ערוך הלכות שבת אז מען טאהר נישט ליינען זיינע מחברות אום שבת,און ער זאגט נאך צו אף בחול אסור, אין יענע צייטען איז דאס געוועהן די אינטערנעט
דור דור ודורשיו .
 
רבינו יהודה הלוי
רבי יהודה הלוי ווערט פארעכענט פאר אחד מגדולי המשוררים- ער איז געבוירען אין טודילה תתלה וואס האט שוין דאן געהאט אן אינפלוענס פון די קריסטען און
די האבען נישט געטון אין שירה האט ער געמופט צו די
אנדלוסיה געגענו ווי איסלאם האט געוועלטיגט אוו שירה
איז געוועהן גאנגבאר, דארט איז ער געווארען פראמאוטעט און מפורסם דורך רבי משה אבן עזרא און ער איז אויס געשטיגען אז דער גרויסער פייטן - עס איז דא א סיפור אז אמאהל האט ער עוסק אין א פיוט -און ער איז סטאק געווארען עס איז איהם גארנישט אויפגעקומען אין מח ווי אזוי עס משלים זיין,- האט זיך פונקט געמאכט אז רבי אברהם אבן עזרא וואס ער איז אין יענער זמן געוועהן א מחזיר על הפתחים האט געטראפען דעם פיוט אומגענדיגט, האט ער גענומען דעם פעדער אין זיין האנט און עס געפערטיגט כלאחר יד כמשחל ביניתא מחלבא, רבי יהודה הלוי איז אזוי נתפעל געווארען אז ער האט איהם געגעבען זיין טאכטער פאר א פרוי -
און פון דענסטמאהל איז דער אבן עזרא געוועהן מער מסודר , די שירים וואס זענען דא פון רבי יהודה איז אהבה פאר ארץ ישראל, געגועים פאר גאולה, אדער קינות אויף גלות ,נישט שירי חול,און אויך נישט שירי אהבת נשים -דער בעל הכוזרי איז כולו קודש .
 
אפשר איז שיר השירים אויך חטאת נעורים
אין דעהם איז דא דעות חלוקות אין מדרש
יש אומרים אז שיר השירים האט שלמה מחבר געוועהן
בנעוריו,און דערנאך משלי,און צום סוף האט ער געזאגט הבל הבלים הכל הבל אין קוהלת
ויש אומרים אז שיר השירים איז געוועהן די לעצטע חיבור
ווי ער קומט אהן צום סוף צודעם כי עזה כמות אהבה .
-שבעים פנים לתורה .
 
אפשר איז שיר השירים אויך חטאת נעורים
עס איז מעקרווירדיג די ביטויים וואס ווערן גענוצט אין שיר השירים ארויס צוברענגען די יופי ביי נשים,- נאוו לחייך בתורים צווארך בחרוזים -הנך יפה עיניך יונים -
שערך כעדר העזים שגלשו מהר גלעד און נאך
יעדע דור האט זיינע פיטשורס וואס זענען מעורר אהבה .
 
1) סיי דער דוד און סיי די רעיה לויבן אויס איינער דעם צווייטן
2) עס זעהט נישט אויס ווי מ'מאכט אן ענין פון א ספעציפישע קערפער-טייל, למשל דיין ליסטע לאזט אויס חמוקי ירכים, זיי בעיסיקלי לויבן פון קאפ ביז פיס
 
אטו כי רוכלא ליזל וליחשב, ביסט גערעכט , ער זינגט אויס פארשידענע חלקים פון די קערפער וואס זענען קווייט עראטיש -פארדעם אין די בעלזא חסידות פארמיידט מען
בחורים פון לערנען שיר השירים.
 
פארדעם אין די בעלזא חסידות פארמיידט מען
בחורים פון לערנען שיר השירים.
ביי אונז האט מען פארמיטן נישט נאר בחורים נאר אויך יונגעלייט, און נישט נאר שיר השירים נאר גאנץ נ"ך.

נהרא נהרא ופשטיה
 
אטו כי רוכלא ליזל וליחשב, ביסט גערעכט , ער זינגט אויס פארשידענע חלקים פון די קערפער וואס זענען קווייט עראטיש -פארדעם אין די בעלזא חסידות פארמיידט מען
בחורים פון לערנען שיר השירים.
מיר דוכט זיך פארקערט, שיר השירים לייגט נישט קיין שום דגש אויף וואס מיר רופן עראטישע ערטער איבער אנדערע חלקים פון די גוף. מ'לייגט פשוט אראפ די הופעה פון די בן/בת זוג פון קאפ ביז פיס.
 
Back
Top