כוואליעס ארטיקל שירה אין אידישער ליטעראטור

דער ארטיקל איז ערשינען אין דער "כוואליעס" אויסגאבע

פעדער

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 20, 2024
מעסעדזשעס
115
רעאקציע ראטע
1,270
פונקטן
223
די באשרייבונג איז א השלמה צו דעם ארטיקל וועלכע איז ערשינען אין דער לעצטיגע כוואליעס אויסגאבע אונטער דער זעלבע קעפל.

צוליב א מאנגל אין פלאץ, איז א טייל פון דעם ארטיקל נישט אריינגעלייגט געווארן אין דער לעצטע אויסגאבע. אויף צו ערגענצן דעם ארטיקל, ווערט פארגעלייגט דער שטיקל וועלכע איז נישט אריין.

צוויי פעלער אין שירה

דער הויפט אייגענשאפט אין א ליד איז אז עס ווערט געשריבן אין פָּארן. דאס הייסט, אז זיי ווערן געשריבן אין עטליכע קליינע רייען וועלכע זענען געמאכט פון צוויי פעלער, ווען דער צווייטער פאל באציט זיך אויף א געוויסע וועג צו דער ערשטער פאל אין דער רייע. שירה קען צומאל ווערן געשריבן אין מער ווי צוויי פעלער פער רייע, אבער דער טיפישע שירה ווערט געשריבן אין פָּארן ווי יעדער רייע פארמאגט צוויי פעלער.

שירה ווערט אין אלגעמיין געשריבן אויף א געוויסע ריטעם. דאס הייסט רייען וועלכע לויפן אויף א געוויסע שניט איין רייע נאכן צווייטן, ווי יעדער רייע פארמאגט בערך די זעלבע פיל קלאנגען און איז צעטיילט אויף א געוויסע צאל פעלער:

וּבְרֹב גְּאוֹנְךָ | תַּהֲרֹס קָמֶיךָ, תְּשַׁלַּח חֲרֹנְךָ | יֹאכְלֵמוֹ כַּקַּשׁ. (שירת הים)

פאראלעליזם

דער צווייטער כאראקטאר אין שירה וועלכע כמעט אלע האלטן זיך צו דערצו, איז פאראלעליזם. דאס הייסט אז דער רייע ווערט געשריבן אין צוויי פעלער ווי דער צווייטער פאל קומט צו ערגענצן דעם ערשטן פאל. אין פאראלעליזם זענען פארהאן עטליכע סארטן מעטאדן:

סינאנים פאראלעליזם: איינס איז חזרה דער צווייטער פאל זאגט איבער וואס דער ערשטער פאל זאגט נאר אין אנדערע ווערטער ווי למשל:

יַעֲרֹף כַּמָּטָר לִקְחִי, תִּזַּל כַּטַּל אִמְרָתִי

כִּשְׂעִירִם עֲלֵי דֶשֶׁא, וְכִרְבִיבִים עֲלֵי עֵשֶׂב: (שירת האזינו)

ביי מיר האסטו חן, ביי מיר איז דיין געזוכט איז שיין.

קעגנזייטיגע פאראלעליזם: איז ווען דער צווייטער פאל זאגט דאס פארקערטער. א ביישפיל דערצו איז:

הֶחָכָם עֵינָיו בְּרֹאשׁוֹ, וְהַכְּסִיל בַּחֹשֶׁךְ הוֹלֵך (קוהלת ב. י"ד)

אהין גייט א פערד, און צוריק גייט א קאזע.

ערגענצליכע פאראלעליזם: דאס איז ווען דער צווייטער פאל ערגנצט דער ערשטער פאל און לייגט צו נאך אינפארמאציע. ווי למשל:

וּרְחֹבוֹת הָעִיר יִמָּלְאוּ, יְלָדִים וִילָדוֹת מְשַׂחֲקִים בִּרְחֹבֹתֶיהָ: (זכריה ח. ה)

דאס קינד וויינט, ער זוכט זיין טאטע

קרייץ פאראלעליזם: דאס איז ווען דער משורר לייגט זיינער ווערטער ווי אן עיקס. דער פאראלעל ווארט צו דער אנפאנג פון דער רייע, איז צום סוף און דער פאראלעל פון דער צווייטער טייל, איז צום ערשט:

הַשָּׁמַיִם מְסַפְּרִים כְּבוֹד אֵל, וּמַעֲשֵׂה יָדָיו מַגִּיד הָרָקִיעַ: (תהילים י"ט ב)

הוֹי חֲכָמִים בְּעֵינֵיהֶם, וְנֶגֶד פְּנֵיהֶם נְבֹנִים: (ישעיה ה. כ"א)

דער דריטער כאראקטאר אין שירה איז וואקאבולאר. אנדערש ווי אין געווענליכע שילדערונג פארמאגט שירה א הויכע ארכאאישע וואקאבולאר און ווערטער וועלכע ווערן נישט געווענליך גענוצט ווי למשל

אֹסְרִי לַגֶּפֶן עירה, וְלַשֹּׂרֵקָה בְּנִי אֲתֹנוֹ. (שירת יעקב בראשית מ"ט י"א)

נאך א כאראקטאר וועלכע ווערט אנגעמערקט אין געוויסע ספרים, איז ווערטער-שפיל. דאס איז א שטארקע קונסט וועלכע ווערט אריינגעוועבט אין דער שירה און ווערט צומאל קאמופלאשירט צווישן די טעקסט.

וַיְקַ֤ו לְמִשְׁפָּט֙ וְהִנֵּ֣ה מִשְׂפָּ֔ח, לִצְדָקָ֖ה וְהִנֵּ֥ה צְעָקָֽה׃ (ישעיהו ה. ז)

אין דעם פסוק באנוצט זיך ישעיה מיט די ווערטער 'משפט' (גערעכטיגקייט) און 'משפח' (ווארשיינליך מלשון ספחת: א שעדליכע געוואוקס) צוזאמען מיט די ווערטער 'צדקה' און 'צעקה'. 'משפט' איז דער פאראלעל פון 'צדקה' און 'משפח' איז דער פאראלעל פון 'צעקה'. דאס טאהט-ווארט 'ויקו' דינט פאר ביידער פעלער.

זייער אסאך מאל באנוצט זיך דער משורר מיט א טאהט-ווארט וועלכע ווערט געברענגט אין דער ערשטער פאל, אויך פאר דער צווייטע פאל, אזוי ווי דער פסוק פריער און אזוי אויך דא:

אָמַרְתִּי לַהוֹלְלִים אַל תָּהֹלּוּ, וְלָרְשָׁעִים אַל תָּרִימוּ קָרֶן. (תהילים ע"ה ה)

דאס טאהט-ווארט 'אמרתי' גייט ארויף אויף ביידע פעלער, כאילו עס וואלט געשטאנען: אמרתי למהוללים אל תהולו ואמרתי לרשעים אל תרימו קרן.

ער האט געגעבן פאר זיין פריינט א געשאנק, און פאר זיין פיינט - א שטויס

די ווערטער 'ער האט געגעבן' גייט ארויף אויף ביידע פעלער.

דער פערטער, איז דער אייגענטליכע אינהאלט פון דער שירה. וואס די שירה וויל ארויסברענגן און אויסדרוקן. שירה שרייבט נישט קלאר וואס זי וויל זאגן אדער איבער וועמען זי רעדט, זי לאזט איבער א גרויסע טייל פון די באדייט פאר דעם דמיון פון די ליינער, וואס דאס וועקט אייגענטליך אויף די געפילן אין דעם מענטש און געבן איהם דער געשמאק ווען ער כאפט זיך וואס די ווערטער פראבירן צו טראגן. ענליך צו א פאנטש-ליין אין א גלייך-ווארט וועלכע איבעראשט דעם צוהערער ארויפצווינגענדיג א שמייכל אויף זיין פנים.
 
מערערע פסוקים וואס מען זאגט אזוי אדורך זענען צוזאם גישטעלט אויף א משקל פון א זאץ קעגן א זאץ מיט א היפוך פון אוסשטעל עס צומאכען אינטערעסאנט ,למשל די וואך
לגור בארץ באנו
כי אין מרעה לצאן אשר לעבדיך
כי כבד הרעב בארץ כנען
ועתה ישבו נא עבדיך בארץ גשן

ארץ מצרים לפניך הוא
במיטב הארץ הושב את אביך
ואת אחיך ישבו בארץ גשן
ואם ידעת ויש בם אנשי חיל
ושמתם שרי מקנה על אשר לי

ימי שני מגורי שלשים ומאת שנה
מעט ורעים היו ימי שני חיי
ולא השיגו את ימי שני חיי
אבותי בימי מגוריהם

תן לחכם ויחכם .
 
Back
Top