לויט מאדערנע פיזיקס, זענען מאטעריע און אנטי מאטעריע אייניג צוטיילט געווארן אין די ערשטע מיליאנסטל סעקונדע נאכ'ן ביג בענג. אזא צוטיילונג וואלט נאטורליך געפירט צו א יוניווערס וועלכע באשטייט פון בלויז פאטאנס, וויבאלד ווען מאטריע און אנטי מאטריע באגעגענען זיך, שטעלן זיי זיך צאם צו פארמירן ריינע ענערגיע אין פארעם פון פאטאנס.
דער פאקט אז מיר געפינען זיך דא היינט צוטאגס באדייט אז עפעס אין די ערשטע מאמענטן פונעם באשאף האט געבראכן דעם סימעטריע פונעם צוטיילונג און מאטעריע האט גובר געווען. אויב די פונקטליכע צוטיילונג צווישן מאטעריע און אנטי מאטעריע וואלט ווייטער אנגעהאלטן, וואלט אלעס געווען בלויז פאטאנס, און עס וואלט קיינמאל נישט באשאפן געווארן די וועלט וועמען מיר קענען היינט צוטאגס אלס הויפטזעכליך מאטעריע, מיט גאר ווייניג אנטי מאטעריע.
עס איז מערקווירדיג אז אין קבלה, ווערט די וועלטס באשאף געשילדערט דורך אן ענליכן פראצעס פון צמצום וועלכע האט ערלויבט פאר אור אין סוף זיך אוועקצוציען און ערלויבן אז נבראים זאלן באשאפן ווערן. אויב דער אייביגער גילוי פון אור אין סוף וואלט אנגעהאלטן, וואלט נישט געקענט עקזיסטירן קיין באזונדערע עקזיסטענץ אויסער די ליכטיגקייט פון אור אין סוף.
***
לאמיר גיין א טריט ווייטער.
אין קבלה איז אנגענומען אז דער איבערגאנג פון אור אין סוף צו אונזער גשמיות'דיגע וועלט, געשעט אין פיר שטאפלען.
צום ערשט איז פארהאן עולם האצילות, די העכסטע און ריינסטע עולם וואו עס זענען נאכנישט דא קיין באזונדערע מציאות'ער נאר אלעס איז א גילוי פון אור אין סוף און איינס מיט'ן בורא. דאס קען אין א געוויסן זין אנדייטן אויף די פאראייניגטע טעאריע וואו אלע כוחות אין דער נאטור - גראוויטעט, עלעקטרא מאגנעטיזם, און די שטארקע און שוואכע נוקלעארע כוחות - טרעפן זיך צוזאמען אין איין טעאריע, נאך בעפאר דעם ביג בענג. (זע ווייטער מער דערוועגן.)
דערנאך קומט עולם הבריאה, וואו עס הייבן זיך אן פארעמען מציאות'ער פון נשמות, מחשבות און מלאכים וואס פארמאגן שוין א געוויסע נפרדות אבער זענען פארט אין פארבינדונג מיט'ן שורש. אין פיזיקס קען דאס אפשר רעפרעזענטירן דעם שטאפל פונעם רגע נאכ'ן ביג בענג ווען פארטיקלס זענען באשאפן געווארן אבער נאכנישט פארמאגט קיין צורה.
די דריטע עולם, עולם היצירה איז שוין מער פיזיש, און דארט באקומען זאכן א שטיקל צורה, ענליך צום פיזישן שטאפל וואו אטאמען און עווענטעל מאלעקיולס ווערן געשאפן.
און צום לעצט איז פארהאן אונזער עולם העשיה וואו אלעס קומט זיך צאם.
***
מיר האבן פריער דערמאנט דעם פאראייניגטן טעאריע וואס פיזיקער זוכן מיט ליכט שוין פאר לאנגע יארן, און איינס פון די גרויסע קאנדידאטן דערפאר איז די 'סטרינג טעראיע' וואס לויטעט אז אין יסוד זענען אלע אטאמען א בלויזע תוצאה פון א געוויסע פריקווענסי אין וועלכע די יסודות'דיגע שטריקל ביים שורש וויברירט.
אבער כדי די טעאריע זאל שטימען מאטעמאטיש, זענען פיזיקער געווען געצוואונגען צו שפעקולירן און צוצולייגן פרישע אומבאקאנטע דימענסיעס אין צוגאב צו אונזערע פיר באקאנטע - דריי פון מקום און איינס פון זמן. דאס זענען אזעלכע דימענסיעס ארום וועמען אונזער לעבן איז פונקט אזוי אנגעוויזן, אבער זענען פארט צו קליין אז מיר זאלן זיי קענען אבזערווירן. פיזיקער האפן אז איין טאג וועט מען דאס יא קענען דערטאפן און באשטעטיגן דער סטרינג טעאריע.
און הגם זיי האבן זיך נאכנישט פאראייניגט איבער א פונקטליכע ציפער וויפיל אזעלכע דימענסיעס מען ברויך צולייגן, זענען די אנגעבענע נומערן עפעס צו באקאנט פאר אונז אידן…
די הויפט טעאריע לויטעט אז מען ברויך צולייגן עקסטערע זעקס דימענסיעס פון ספעיס, וואס געבט א סך הכל פון צען דימענסיעס. (עשר ספירות?)
די קומענדע אויף דער רייע - M טעאריע - לויטעט אז מען ברויך גאר עלעוו… (עשר ספירות פלאס כתר?)
און צום לעצט איז פארהאן א טעאריע אז מען ברויך האבן אזויפיל ווי 26 דימענסיעס אין סך הכל! (שם הויה?)
***
וואס האלט איר?