סייענטיפישע טעאריעס וואס ענדלען אין קבלה

סיי קבלה און סיי סייענס האבן שוין געזען אומצאליגע שיטות דורכאויס די יארן. דער איינציגסטער חילוק איז אז סייענטיפישע טעאריעס פליעט ארויס פון פענסטער תיכף ווען מען זעט אז עס שטימט נישט, בעת קבלה בלייבט אויף אייביג...
די וואונדער איז בלויז וויאזוי די היינטיגע סייענטיפישע טעאריעס ווערן פארט איבערגעזאגט מיט אזא איבערצייגונג, בשעת די נעכטיגע - וועלכע זענען געווען פונקט אזוי איבערצייגנד עטליכע יאר צוריק - ווערן אוועקגעמאכט מיט ביטול.
עפעס וואס איז נישט געבויעט אויף באווייזן לכתחילה נאר אויף הוילע דמיון, וויאזוי אין די וועלט זאל מען עס אפילו קענען אפפרעגן? ווער קען אפפרעגן יאיר וויינשטאקס מעשיות? עס בלייבט אויף אייביג!
 
סיי קבלה און סיי סייענס האבן שוין געזען אומצאליגע שיטות דורכאויס די יארן. דער איינציגסטער חילוק איז אז סייענטיפישע טעאריעס פליעט ארויס פון פענסטער תיכף ווען מען זעט אז עס שטימט נישט, בעת קבלה בלייבט אויף אייביג...
די וואונדער איז בלויז וויאזוי די היינטיגע סייענטיפישע טעאריעס ווערן פארט איבערגעזאגט מיט אזא איבערצייגונג, בשעת די נעכטיגע - וועלכע זענען געווען פונקט אזוי איבערצייגנד עטליכע יאר צוריק - ווערן אוועקגעמאכט מיט ביטול.

קבלה איז א זאך וואס איז נתגלה געווארן מער און מער דורכאויס די יארן, אנגעהויבן ביי ר׳ שמעון בר יוחאי, די ראשונים וכ״ו, א נייע שיטה איז נישט קיין סתירה מיט די אלטע ס׳איז נאר הוספות צוגעלייגט צי די אלטע, קבלת מהר״י סרוג איז נישט קיין סתירה מיט קבלת אר״י אדער קבלת רח״ו, ס׳איז אויף א אנדערע מקום (כביכול), להבדיל טעאריעס וואס מען ווארפט ארויס איז עס ווייל א די נייע איז זיך סותר מיט די אלטע.
 
טעאריעס איז א זאך וואס מאיז מקיים וישן מפני חדש תוציאו ווייל מיט די יאהרן זעהט מען נייע זאכן וואס מהאט פריער נישט געוויסט משא״כ קבלה מיינט מען אז עס קען נישט זיין אז די פריערדיגע האבן זית טועה געווען מילא קוועטש מען אריין כוונות מיט עניינים און אזוי ווערט עס ברייטער און העכער גג על גבי גג וטפח מלפנים טפח…..
 
איך הער זייער גוט וואס איר אלע זאגט, אבער למען השם, וויאזוי זענט איר אזוי פארגלייבט אין סייענטיפישע טעאריעס? די אלטע, אפגעפרעגטע סיינטיסטן פון אמאל זענען דאך געווען פונקט אזוי פארגלייבט אין זייערס?
 
איך זיך א חברותא אין קבלה… אפשר ווילסטו מאכן א שיעור מיט מיר? 😉
 
צום קעפל, קען זיין אז דער תהום, צי גאר הרי חושך, זענען דאס וואס וואס איז היינט באקאנט אלס שווארצע לעכער, וואו מקום און זמן ווערן פארשוואונדן און דער יצירה באקומט א נייע סארט עקזיסטענץ...

און דער סימיולעשן טעאריע אז מיר זענען סך הכל א פראדוקט פון עפעס א קאמפיוטער קאוד שטימט זייער גוט מיט דער מסורה אז די וועלט איז סך הכל א תוצאה פון דער דיבור פון גאט. שוין נישט רעדנדיג פון דעם נחש'ס עצה פון פאבריצירן נאך א סימיולעישן ווען ער האט פארגעשלאגן 'והייתם כאלוקים' אויף וואס רש"י זאגט 'יוצרי עולמות'...
 
לעצט רעדאגירט:
קבלה איז א זאך וואס איז נתגלה געווארן מער און מער דורכאויס די יארן, אנגעהויבן ביי ר׳ שמעון בר יוחאי, די ראשונים וכ״ו, א נייע שיטה איז נישט קיין סתירה מיט די אלטע ס׳איז נאר הוספות צוגעלייגט צי די אלטע, קבלת מהר״י סרוג איז נישט קיין סתירה מיט קבלת אר״י אדער קבלת רח״ו, ס׳איז אויף א אנדערע מקום (כביכול), להבדיל טעאריעס וואס מען ווארפט ארויס איז עס ווייל א די נייע איז זיך סותר מיט די אלטע.
דו האסט רעכט צו האלטן וואס דו ווילסט, אבער צו נעמען די פאקט אז קבלה איז נישט געווארן אפגעפרעגט און זאגן אז צוליב דעם איז עס שטערקער ווי סייענס וואס ווערט אפגעפרעגט איז שרעקליכע טיפשות. דאס איז טאקע קבלה'ס שוואכקייט אז עס איז אומאפפרעגבאר און וועגן דעם איז נישטא קיין סיבה עס אנצונעמען מלכתחילה, חוץ אויב מ'האלט אז די מחברים דערפון זענען געפלויגן אין הימל וואס דאס אליינס קען מען אויכנישט אפפרעגן!
 
איך הער זייער גוט וואס איר אלע זאגט, אבער למען השם, וויאזוי זענט איר אזוי פארגלייבט אין סייענטיפישע טעאריעס? די אלטע, אפגעפרעגטע סיינטיסטן פון אמאל זענען דאך געווען פונקט אזוי פארגלייבט אין זייערס?
ווער זענען די אלטע אפגעפרעגטע סייענטיסטן פון אמאל? אריסטו איז ביי מיר נישט קיין סייענטיסט נאר א פילאזאף, און כאטש ער האט געהאט מיינונגען אויף סייענס איז עס געווען שפעקולאציע און נישט אבזערוואציע. אמר"ע איז נישט געווען געבויעט אויף אבזערוואציע אבער אטאמען זענען יא. פרעגסטו פארוואס איך גלייב ענדערש די אטאמישע טעאריע און נישט די קלאסישע עלעמענטס טעאריע? ווייל איינס איז סייענס און איינס איז נישט!
 
איך הער זייער גוט וואס איר אלע זאגט, אבער למען השם, וויאזוי זענט איר אזוי פארגלייבט אין סייענטיפישע טעאריעס? די אלטע, אפגעפרעגטע סיינטיסטן פון אמאל זענען דאך געווען פונקט אזוי פארגלייבט אין זייערס?
זאגסט גוט, מ'טאר נישט זיין פארגלייבט אין קיין סייענטיסטן.

אבער דאס אליינס, אז די אלטע סייענטיפישע טעאריעס זענען געווארן אפגעפרעגט (לשיטתך), דאס ווייזט אויף די שטארקייט און אמת'דיגקייט פון די סייענטיפישע רעליגע, משא"כ די אנדערע....
 
קענסטו מיר זאגן יעצט וואו אין קבלה עס איז מרומז דעם מארגענדיגע סייענטיפישע טעאריע אויך אדער עס ארבייט נאר אויף די נעכטיגע (ווילאנג די טעאריע איז נישט אפגעפרעגט)?
lol.gif
 
איך האלט אז קבלה איז שיינע שפעקולאציעס (מילד גערעדט) איינגעוויקלט מיט סייענטיפישע און פילאזאפישע טערמינען, ווי אויך איז א טייל פון קאסמאלאגישע סייענס נישט מער ווי שפעקולאציעס.

העפענס טו בי אז עס האט זיך צוזאמגעטראפן מיט אפאר נאמבערס... דעטס אלל.

ערנסט גערעדט. ווען זיי לויטערן 7 דיימענסיעס וואלסטו געווארן ווייניגער פרייליך (חג"ת נהי"ם)?
וואס איז מיט 13 קעגן די י"ג מדות?
86 קעגן אלקים - טבע? אדער גאר 81 פאר 'טבע' אליין?
12 אנקעגן די שבטים, 17 אנקעגן 'טוב', 32 - ל"ב נתיבות, רפ"ח, קס"ג, און וואס נישט?

בקיצור...

איך האב באמערקט עפעס זייער אינטערעסאַנט:
א יעדער מענטש האט 22 פּאר קראמאזאמען וואס זענען נישט פארבונדן מיט סעקס.
און אין לשון־קודש איז אויך דא פּונקטליך 22 אותיות.
אין ספר יצירה שטייט, אז דער הקב״ה האט באשאפן די וועלט מיט די כ״ב אותיות.
איז יתכן אז יעדער אות שטייט פאר איעדע קראמאזאם.
דאס הייסט, די אות איז דער שורש, און דער קראמאזאם איז דער קערפּערלעכע אויסדרוק דערפון
 
1. פארוואס לאזטו איבער די סעקס קראמאזאמען?
כדי די נומער זאל שטימען?

2. ס'שטייט ער האט באשאפן די גאנצע וועלט מיט די אויתיות. נישט נאר דער מענטש...

3. אונז ווייסן היינט פון 118 עלעמענטן פון וואס זאכן זענען געמאכט. גארנישט מיט די כב אותיות.... איי ספר יצירה? ס'איז העכערע זאכן... ס'איז א משל וכו'.
 
ענטפער אויף נומער איינס.
די סעקס־קראָמאָזאָמען זענען בעיקר נוגע פאר די רילעישאנשיפ פונעם מענטש צו די קינדער וואס גייען פון אים-איר ארויסקומען, און נישט ממש פאר אים-איר אליינס. אבער די צוויי־און־צוואנציג קראָמאָזאָמען זענען די אינסטרוקציעס פארן גאנצן גוף פונעם מענטש אליין. דערפאר רופט מען זיי טאקע מיט א צווייטן נאמען — אָטאָסאָמען.

אין א מאנס ספערם אדער א פרויס אייער איז נאר דא 23 קראָמאָזאָמען, נישט 46 ווי אינעם גאנצן גוף, וויבאלד עס איז נאך האלב אין שלימות, עס שטייט: "שלשה שותפין יש באדם — האב, האם, והקדוש ברוך הוא." מקען פארשטיין, אז ביידע, סיי דער מאנס סעקס־קראָמאָזאָם און סיי דער פרויס, זענען נישט שלימות'דיג, זיי זענען פעלערדיג ביז עס קומט צו פערטיליזאציע. דעריבער זענען בלויז גערעכענט גאנץ די 22 סעט׳ס אינעם מענטש אליין — דער דריי־און־צוואניגסטע סעט ווערט נאר גאנץ ווען ביידע עלטערן באהעפטן זיך צו באשאפן צוזאמען מיט הקב"ה עפעס פונדאסניי. סאו ביי די דריי אין צוואנציגסטע בלייבט אייביג בפעול א דריטע שיתף אינעם קראָמאָזאָם

ענטפער אויף נומער צוויי. פשוט !!! די מענטש איז די תכלית כל הבריאה, און אלץ אויסערדעם איז טפל צום מענטש, און דאס פארענטפערט אויכעט נומער דריי.
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top