שיינע פלעצער צו גיין פאר וואקאציע און פארוויילונג

ערגעץ דעמעסטיק, נאר מיט די ווייב, ווי ווייניגער יודן
קענסט גיין וואו אימער דו ווילסט אין אמעריקע, סיי מיט א פליגער און סיי מיט א קאר און אפילו אויך מיט Am track נאר ס'ווענדט זיך אין ענק וואס עטץ גלייכטס, קלימאט, וועטער וכדומה.
און וועגן עסן קענסטו פאלאוען דעם וועבזייטל

אויב זוכסטו א ספעציפישע וואקאציע קען איך דיר פרובירן צו העלפן היות איך בין שוין אסאך אדער אפשר גאר ווייניג ארום געפארן דא על אדמת אמעריקע סיי מיט א קאר און סיי מיט א פליגער. קענסט מיר אראפ מאלן בערך וואס דו זוכסט קען איך דיר פרובירן צו העלפן מער ספעציפיש
 
איך בין דא אין nyc פאר א פאר טעג מיט א חבר.
איינער ווייסט פון עני אינטערעסאנטע פלעצער אין מאנהעטאן? (קען זיין מאזיומס, פארברענגען, פאן אדער סיי וואס)
 
איך זוך א פיין מקום זיך אויסצידזשאכענען אין די געגענט פון מאנראו/מאנסי

ארקעידס, באולינג, ווירטאול ריאלעטי, אין אלעס אינדערמיט

איך וועל זייער דאנקבאר זיין
 
איך זוך א פיין מקום זיך אויסצידזשאכענען אין די געגענט פון מאנראו/מאנסי

ארקעידס, באולינג, ווירטאול ריאלעטי, אין אלעס אינדערמיט

איך וועל זייער דאנקבאר זיין
פאלעסיידס מאל. האסט באולינג ארקעידס שיסן און אלעס אינדערמיט
 
פאלעסיידס מאל. האסט באולינג ארקעידס שיסן און אלעס אינדערמיט
ס'מאכט סענס אז 9:30 PM זענען דעי זאכן פארמאכט? (כ'האב פארגעסן ציצילייגן אז איך זיך פאר באנאכט)
 
איך זוך א פיין מקום זיך אויסצידזשאכענען אין די געגענט פון מאנראו/מאנסי

ארקעידס, באולינג, ווירטאול ריאלעטי, אין אלעס אינדערמיט

איך וועל זייער דאנקבאר זיין
קום צו מיין אפיס
 
איינער האט עקספערינעס און וואקאציע און ניו יארק סטעיט ווי מען קען זיך אלץ גיין אפרוען נישט און די היימישע געגענטער?
 
אני הקטן בין איינמאל געפארן צו א איילענד און ניו יארק עס רופט זיך שעלטער איילענד shelter island ס'איז א קליינע אינזיל ווי מען קען נאר צוקומען מיט א שיף און עס איז מוראדיג רוהיג איך בין נייגעריג ווי נאך מען קען גיין?
 
איך זיך א ווארימע פלאץ, שיינע וויאס, און כשרע עסן ( חוץ חב"ד) מעקסיקא און פלארידע שוין געווען צענדליגע מאל
 
איינער האט עקספערינעס און וואקאציע און ניו יארק סטעיט ווי מען קען זיך אלץ גיין אפרוען נישט און די היימישע געגענטער?
צפון זייט פון exit 98 on state RT 17 און ווייטער, זענען פארהאן צענדליגער קליינע שטעטעלך פון בלויז נאטור און רואיגקייט. אדער צפון זייט פון פונעם ניו יארק סטעיט טרווועי עקזיט 21. אדער קענסטו גיין מער מזרח זייט ניו יארק, ד"ה מיט'ן US 9 און זיכן א קליין שטעטעלע אדער מער ארויף נארט אדער מער מזרח צו די זייט פון קאנעקטיקוט.

גאר א גוט איידיע וואלט ווען געווען נאכדערצו יעצט אין די הערבסט סעזאן צו פארן ביז Croton on Hudson מיט דיין קאר, פּארק דיין קאר און נעם דארט אדער די Metro north אדער אויב דו ווילסט גיין מער ארויפציר ווי די Metro north פארט נישט קענסטו אנשטאט נעמען די Amtrack און דאס וועט דיך פירן טיפער ארויף צו ניו יארק און ביי איינע פון די קלענערע שטעטעלעך אויפן זייט פונעם האדסען קענסטו אויסשטייגן, זוך דיר א געשמאקע האטעל און אינדזשוי ריין נאטור
 
איך זיך א ווארימע פלאץ, שיינע וויאס, און כשרע עסן ( חוץ חב"ד) מעקסיקא און פלארידע שוין געווען צענדליגע מאל
The Valley in CA
It's a beautiful place with a perfect climate and weather. Beautiful views all around with plenty of Kosher restaurants dairy and meat
 
  • לייק
רעאקציעס: Yesh
איך זיך א ווארימע פלאץ, שיינע וויאס, און כשרע עסן ( חוץ חב"ד) מעקסיקא און פלארידע שוין געווען צענדליגע מאל
Punta Cana, Dominican republic.

There's a resort called 'eden roc' with a kosher restaurant,see attached kosher menu, feel free to ask if you need more info
 

בייגעלייגטע פיילס

  • BREAKFAST - Kosher Menu __ 11.02.24_AV 2.pdf
    BREAKFAST - Kosher Menu __ 11.02.24_AV 2.pdf
    80.1 KB · געזען: 3
  • c66a95bd-ee96-40d5-b4e4-f5987b14eca8.webp
    c66a95bd-ee96-40d5-b4e4-f5987b14eca8.webp
    91.8 KB · געזען: 11
  • 18db1f30-fa77-4f89-85de-1cf674194bdc.webp
    18db1f30-fa77-4f89-85de-1cf674194bdc.webp
    112.5 KB · געזען: 12
Punta Cana, Dominican republic.

There's a resort called 'eden roc' with a kosher restaurant,see attached kosher menu, feel free to ask if you need more info
עס האט פרייוועט פאאלס?
די כשרע מעניו איז א גאנץ יאר?
וויאזוי איז די beach, שטיל אדער נויזי,
ווי ווייט פון עירפארט,

וואס נאך קען מען טון און די געגענט?
 
לעצט רעדאגירט:
קענסט גיין וואו אימער דו ווילסט אין אמעריקע, סיי מיט א פליגער און סיי מיט א קאר און אפילו אויך מיט Am track נאר ס'ווענדט זיך אין ענק וואס עטץ גלייכטס, קלימאט, וועטער וכדומה
איז לאמיר טאקע הערן,
איך טראכט ארויסצופארן מיט א חבר אפאר טאג, איך האב די וועלטס צייט,
ווי קען מען גיין מיט די Amtrak די צייט אין יאר, ארויסנעמען א כאטקע ערגעץ אין די הרי אררט ארומגענומען מיט פיסטעניש און וועלדער,
ווארעמע קלימאט אויב מעגליך,
איך בין נייגעריג ווי מען קען גיין, וויאזוי די Amtrak ארבעט, זייערע פרייזן, די שעות, ווילאנג עס נעמט,
קום אריין קלאר!
 
Back
Top