סייקעדעליקס

מיטן נעמען סייקאדעליקס אפאר מאל בין איך נישט געווארן אן עקספערט וואס האט גרויסע מיינונגען...

כ'האב געהערט צדדים לכאן ולכאן.

כ'האב געהערט אז ביי DMT וויל מען דוקא ס'זאל נעמען לאנג כדי די מוח זאל קענען באשאפן פרישע פּעטה וועגן ווי אזוי צו טראכטן. און פארדעם איז אייאוואסקא בעסער.

פון די אנדערע זייט האבעך געהערט פון מענטשן אז זיי האבן אויך געדארפט עפעס גאר שטארק בופו, ווייל אפי' מיט אייאוואסקא האבן זיי זיך געשלאגן.
 
כ'וויל צולייגן איין קלייניגקייט.
יעדע מאל פאר א מענטש גייט טון מעדעצין, איז גוט זיך אליינס צו פרעגן, זענען די בענעפיטס מער ווי די שוועריגקייטן וואס עס גייט ארויפברענגען?!
 
פערסענעלי האט מיך עס אסאך געהאלפן, אבער אַ מענטש דארף באמת וויסן פארוואס ער גייט אריין אין דעם.
ס'נישט קיין joke...
ס'קומט נישט אפילו נאָנט צו אנדערע פסיכאדעליקס...
(כ'רעד ווען מ'טוט עס די ריכטיגע וועג/ריכטיגע שאמען וכדו')
 
און אגב, די שטויס פון אייוואסקא איז א שטויס וואס קען וויי טון ביזן זיבעטן ריפ.... ענדלעס יסורים....
זי שטויסט נאר וועם זי האט ליב (את אשר יאהב ה' יוכיח).

אויב וויל מען זי נישט אויסהערן, וועט זי פארפירן, שרייען הויך און שטויסן ווייל זי האט דיר צו שטארק ליב צו קענען אויפגעבן אויף דיר.
זי ברענגט דיר א לעבנסוויכטיגע מעסעדזש און זי קען נישט מועל זיין אין איר שליחות עס נישט צו דעליווערן…
 
קען מען נעמען MDMA בשעת מען איז אויף פראוזעק מעדעצין ?

קען מען בכלל אראפגיין פין מעדעצינען וואס מען נעמט פאר שטארקע OCD ?

עפשר קען דעי מינע זאכן פיקסן וואס עס איז ראנג אז די מח גייט איבער אין איבער ווען מען איז נישט אויף די מעדיקעישן

#אנטשולדיג אויב עס איז נישט אויף די ריכטיגע פלאץ
 
לעצט רעדאגירט:

אויב מאיז אויף SSRI מעדעצין ווי Prozac וכדומה איז שווער מיט געווענליכע סייקאדעליקס אחוץ ketamine וואס איז א לכתחילה שבכתחילה
 
אויב מאיז אויף SSRI מעדעצין ווי Prozac וכדומה איז שווער מיט געווענליכע סייקאדעליקס אחוץ ketamine וואס איז א לכתחילה שבכתחילה
ketamine קען מען נעמען בשעת מען איז אויף דעם ?
די שאלה איז צי מען קען אראפגיין פין מעדעצין אין ketamine וועט מאכן די זשאב פאר די לאנג ראן איינמאל פאר אלעמאל
 
נישט מעדיצינישע ראט:

Ayahuasca מיט ssri איז א געפאר פאר serotonin syndrome.

MDMA איז נישט אזוי ווייט א סכנה ווי פשוט אז עס
וועט נישט ארבעטן, אדער וועט די אפעקט זיין גאר שוואך. ווייל די ssri פארשטעלט דעם וועג און לאזט נישט די MDMA טון די ארבעט.

Psilocybin מאשרומ'ס קען מען געווענליך נעמען מיט ssri אבער מען דארף געווענליך א העכערע דאזע צו גרייכן סייקאדעליק אפעקטס.

קעטאמין ארבעט לכתחילה דורך די גלוטימעיט סיסטעם און איז גוט צוזאמען מיט ssri.
 
סייקעדליקס מיט עני SSRI ארבעט נישט גוט צוזאמען. און ס׳קען זיין א סכנה. א נאנטע פריינד מיינע וואס פלעגט יאהרן לאנג זאגן אז ער נעמט LSD און ס׳האט נישט קיין שום עפעקט אויף אים, ער האט פרובירט שרומס אויך, און ס׳האט נישט געהאט קיין גרעסערע עפעקט ווי רייכערן מאריוואנע, ער פלעגט נעמען 10 מאל אזוי סאך ווי די געווענטליכע דאזע, ביז ער איז געוואר געווארן די סוד…
האט ער געסטאפט נעמען די מעדיקעישאון פאר אפאר וואכן נאר כדי צו שפירן דעם טעם פון די ״עץ הדעת״ און ער האט אזאנס געטריפּט אז ער האט נישט געוואוסט וואס האט אים באטראפן.
 
אראפצוגיין פון SSRI מעדעצינען אן א באשטעטינגונג פונעם דאקטער, קען זיין זייער שעדליך, בפרט אויב איינער איז דיאגנאזירט מיט בייפאולער. עס קען גורם זיין הייפא־מעניע, אדער נאך ערגער – א פולע מעניע־אפיזאד, וואס קען זיך ח״ו ענדיגן מיט זעלבסמארד רחמנא ליצלן
 
עס האט נישט אזוי ווייט מיט א באשטעטיגונג פונעם דאקטאר נאר מער מיט די וועג וויאזוי מ'גייט אראפ, עס דארף זיין זייער צוביסלעך און מ'דארף וויסן וואס אכטונג צו געבן. עס זענען אויך דא ביכער (פון דאקטוירים) געאייגענט פאר דעם
 
Back
Top