סייקעדעליקס

שמן למאור

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
מאי 10, 2024
מעסעדזשעס
95
רעאקציע ראטע
633
יא! שמן האט געהאט א טריפ!

אבער נאכווי א טריפ. א מיאוס'ע שלעכטע טריפ וואס די וועלט האט נאכנישט געזען אזאנס.

כ'האב נישט קיין כוח צו שרייבן יעצט אלעס, עס איז געווען א לאנגע פיינפולע נאכט.

אבער אזוי פיל יא. חברה, ס'נישט קיין קינדערשפיל. נעמטס נישט סתם אין די וועלט אריין. און אפילו מיט אחריות, זאל מען קלאר וויסן וואס מען טוט.

איך האב אפילו נישט גענומען די אייוואסקא, נאר שרומס, און דאס האט מיר אזוי צו'חוש'ט, אז ס'איז געווען שרעקליך.

כ'האב גענצליך פארלוירן מיין באוואוסטזיין, נישט געוויסט וואס טוט זיך מיט מיר. אלע מיינע מעמעריס זענען מיר אויסגעמעקט געווארן, און כ'האב זיך געווארפן אין אן ענדלאזע כף הכלא.

כ'האב געשלעפט דעם שאמאן ביים בארד, געוואלט וויסן וואס איז עכט און וואס נישט. כ'האב געשריגן רענדאם ווערטער וואס זענען מיר ארויפגעקומען. מיין ווייבס נאמען, טאטע, מאמע, קינדער, אן געהעריג וויסן זייער באדייט.

כ'האב געפילט א פעין ביים מקום פון ארויסגיין אין ביה"כ, דער שאמאן פרעגן מיר, "דארפסט גיין אין ביה"כ"? איך קוק אים אן "וואס מיינט דאס גיין אין ביה"כ"? מיין נאז האט מיר געקיצלט, ער פרעגט מיר, "דארפסט א טישו? "וואס איז דאס א טישו? ממש ווי א בעיבי.

איך האב זיך געפייניגט די משחבה, וואס טו איך דא? וויאזוי בין איך דא אנגעקומען? איך האב זיך בשום אופן נישט געקענט גארנישט דערמאנען. זאכן זענען ארויפגעשווימען, אבער שנעל אויסגעמעקט געווארן.

איך האב כסדר געפרעגט דער שאמאן, ווער ביסט? זאג מיר וואס גייט דא פאר? איך האב נישט געקענט כאפן אויב איך בין אים, ווער ער איז, און וואס קומט דא פאר. אזא מין צומישעניש וואס מען קען גאר נישט משיג זיין.

כ'האב געפילט ווי איינער קאנטראלט מיר, איינער שפילט אויף מיר, איך ווייס נישט וואס ער וויל, כ'האב נאר געוואלט אז עס זאל זיך ענדיגן.
 
לעצט רעדאגירט:
ווי לאנג האט דאס גענומען ביס היבט צוריקגעקומען פולי צום באוויסטזיין?
 
כ'האב אנגעפאנגען בערך 11 ביינאכט, די טריפ האט געדויערט ביז בערך 5 פארטאגס.

אפילו דאן בין איך נישט געווען זיכער וועלכע וועלט איך בין און אין וועלכע רעאליטעט איך געפין זיך.

איך בין אריינגעפאלן אין בעט, נישט וויסנדיג וואו איך וועל אויפשטיין.

בערך 10 אזייגער צופרי האט מיר דער שאמאן ערוועקט, און כ'האט זיך געטראפן אין די זעלבע רום. כ'האב גלייך געטראכט שיט, כ'בין נאכאלץ דא אין דעם מקום דא. אבער כ'האב זיך גלייך געכאפט און דערמאנט וואו איך בין און אז כ'בין דא אהערגעקומען פאר א סייקעדעליקס טריפ.
 
איינמאל האסט דיך דערוועקט ביסטו געווען אינגאנצן צוריק?
קענסט זאגן אז ס'האט דיך געלאזט מיט עני בענעפיטן אדער נאכווייען?
 
יא, איינמאל כ'האב זיך ערוועקט בין איך מער ווייניגער געווען צוריק.

ס'נאך צו פרי צו זאגן אויב כ'האב געהאט בענעפיטן אדער נאכווייען.
 
יישר כח פאר'ן באריכט.

זענען לכל הפחות נישט געווען קיין זאפארטע נאכווייען וואס שטערן דעם טאג טעגליכן לעבן?

איז דא א מעגליכקייט אז סעט & סעטינג איז געווען פראבלעמאטיש?

אויך וואלט איר געוואלט ערקלערן פארוואס איר האט געקליבן א דירעקציע פון psilocybin ווס Ayahuasca?
 
וואו שמן!!! כל הכבוד!!!
פון דיינע געשרייבעכץ אויף ק"ש און וועג פון טראכטן קען איך מיך בערך פארשטעלן וואס פארא טריפ דו האסט געהאט! כ'פיהל פאר דיך!

כ'שרייב אפאר זאכן וואס כ'האב געהערט אין מיינע שווערע צייטן, אפשר וועט עס דיך אדער א צווייטער אויכעט העלפן.

1. נעם א גוטע שוויץ. (ס'ווערד די געלט)
2. פראביר נישט צו זיך שלאגן מיט די זאכן וואס קומען ארויף. דשאסט לאז דעם עקספיריענס דורכגיין, גם זה יעבור.
3. ווען ס'איז שווער, פארגעס נישט צו אטעמן.
4. זיי זיך מוחל פאר אלעס. זאג זיך כ'בין שיין און ריין נישט קיין חילוק וואס.
5. כאפ א שפאציר אין נאטור ציווישן גראז און ביימער, אוועק פון מענטשן. (הלואי יעדען צופרי פאר א האלבע שעה)
6. והיא עיקר גדול! ס'דא סייקאדעליק טעראפיסטן וואס קענען העלפן גראונדן (אראפגיין פונים טריפ) און ס'דא וואס זענען גוט אויף אינטערגרעיטן (אריינברענגן דעם לימוד אין די עולם המעשה).
למען השם, קארג נישט, רעד מיט א סייקאדעליק טעראפיסט!

הצלחה רבה אין דיין דשורני!
ענדשוי די ליבשאפט צו דיין ווייב און קינדער וואס וועט זיך לכאו' מער עפענען צו דיך די קומעדיגע טעג!
וועסט האפנטליך קענען זעהן ווי אזוי זיי שפירן, מיט דקות'דיגע נקודות וואס מ'באמערקט נישט געווענדליך.
 
נעם טאקע נישט ווייל אפאר חסידים האבן געשריבן דערוועגן...
מאך ריסורטש, און פרעג א סייקעדעליק טעראפיסט.

(כ'קען איינער וואס האט געטרינקן מער ווי א דאזן מאל, האט פארדינט דאס זעהן און זיין זיך אליין, מיט א גרויסע מאס.
ער האט געווען אין שיט פארדעם, געלעבט א דאבל לעבן, געווען הילפלאז פיל מיט סאושעל ענקזייעטי. ער האט געטרינקן און אריין אין גרעסערע שיט, ער האט אנגעהויבן זען אלעס וואס גייט פאר, געווען אין עולם התוהו פאר אפאר חדשים און געהאלטן און איין טרינקן.
לעצטענ'ס טרינקט ער מער נישט (שוין אפאר חדשים) און ער איז אין זיין בעסטע, געזונטסטע, שטערקסטע, פריילעכסטע, פאזע פון זיין לעבן ביז איצט.)
 
יישר כח פאר'ן באריכט.

זענען לכל הפחות נישט געווען קיין זאפארטע נאכווייען וואס שטערן דעם טאג טעגליכן לעבן?

איז דא א מעגליכקייט אז סעט & סעטינג איז געווען פראבלעמאטיש?

אויך וואלט איר געוואלט ערקלערן פארוואס איר האט געקליבן א דירעקציע פון psilocybin ווס Ayahuasca?

ניין, איך זע נישט קיין זאפארטיגע נאכווייען. איך בין אביסל שוואך, כ'בין געווען אימאושענול און געוויינט אביסל, אבער דעטס איט.

אלעס איז מעגליך. איך בין געגאנגען צו אן עקפיריענסט מענטש וואס האט א ספעציעלע סעטינג פאר דעם.

ער האט מיר געראטן אנצוטון די ספעציעלע בלאקער איבער די אויגן, אבער כ'האב זיך נישט געלאזט, ס'איז געווען א חלק פון די קאנטראל וואס איך האב נישט געוואלט אפלאזן, וואס דאס האט צוגעגעבן צום פיינפולער רייד.

אייוואסקא איז נישט פאר ביגינערס. אפילו MDMA האט ער מיר נישט געוואלט געבן. עס וואלט געווען אסאך מער פיינפול מיט אנדערע סארט סובסטאנצן. אייוואסקא איז ווי זעקס אין ניינציגער, בשעת שרומס איז ווי אלד וויליאמסבורג. (כמובן ס'איז אינגאנצן אנדערש ווי אלקאהאל, נאר לשבר את האוזן)

אפילו שרומס האב איך לכאורה גענומען צופיל.
 
אבער נאכווי א טריפ. א מיאוס'ע שלעכטע טריפ וואס די וועלט האט נאכנישט געזען אזאנס.
ענדערש א ׳מיאוס׳ע שלעכטע טריפ׳ וואס האלט אָן אפאר שעה און דערנאך לעבט מען א געשמאקע לעבן - חיים של עונג ושמחה. ווי איידער מורא האבן פונעם מעדעצין און בלייבן סטאק פאר די רעשטע ביסל יארן בעולם הזה... נישט אזוי?
 
איך בין נישט באקאנט מיט שמן’ס עקספיריענס, אין דזשענערעל, איז נישטא אזא זאך ווי א שלעכטע טריפ. עס איז דא גרינגערע און שווערערע טריפס. אסאך מאל ווען די מעדעסין גיבט דיר א פיינפולע מעסעדזש, איז עס א שווערע טריפ. אז דו ביזט גרייט עס אנצונעמען, האסטו געהאט א גוטע טריפ. ווען מען פייט די מעדעסין און מען איז נישט גרייט אנצונעמען די מעסעדזשעס, דעמאלטס איז עס א שלעכטע טריפ.
 
דארפסט אריינקומען מיט א אפדעיט ביז אפאר טעג

ערשטע מינוט מיינט גארנישט
 
ענדערש א ׳מיאוס׳ע שלעכטע טריפ׳ וואס האלט אָן אפאר שעה און דערנאך לעבט מען א געשמאקע לעבן - חיים של עונג ושמחה. ווי איידער מורא האבן פונעם מעדעצין און בלייבן סטאק פאר די רעשטע ביסל יארן בעולם הזה... נישט אזוי?
פארוואס נאכדעם קימט א לעבן פון עונג?
 
וואו שמן!!! כל הכבוד!!!
פון דיינע געשרייבעכץ אויף ק"ש און וועג פון טראכטן קען איך מיך בערך פארשטעלן וואס פארא טריפ דו האסט געהאט! כ'פיהל פאר דיך!

כ'שרייב אפאר זאכן וואס כ'האב געהערט אין מיינע שווערע צייטן, אפשר וועט עס דיך אדער א צווייטער אויכעט העלפן.

1. נעם א גוטע שוויץ. (ס'ווערד די געלט)
2. פראביר נישט צו זיך שלאגן מיט די זאכן וואס קומען ארויף. דשאסט לאז דעם עקספיריענס דורכגיין, גם זה יעבור.
3. ווען ס'איז שווער, פארגעס נישט צו אטעמן.
4. זיי זיך מוחל פאר אלעס. זאג זיך כ'בין שיין און ריין נישט קיין חילוק וואס.
5. כאפ א שפאציר אין נאטור ציווישן גראז און ביימער, אוועק פון מענטשן. (הלואי יעדען צופרי פאר א האלבע שעה)
6. והיא עיקר גדול! ס'דא סייקאדעליק טעראפיסטן וואס קענען העלפן גראונדן (אראפגיין פונים טריפ) און ס'דא וואס זענען גוט אויף אינטערגרעיטן (אריינברענגן דעם לימוד אין די עולם המעשה).
למען השם, קארג נישט, רעד מיט א סייקאדעליק טעראפיסט!

הצלחה רבה אין דיין דשורני!
ענדשוי די ליבשאפט צו דיין ווייב און קינדער וואס וועט זיך לכאו' מער עפענען צו דיך די קומעדיגע טעג!
וועסט האפנטליך קענען זעהן ווי אזוי זיי שפירן, מיט דקות'דיגע נקודות וואס מ'באמערקט נישט געווענדליך.
א שוויץ איז נישט מיין סטייל, און כ'שלאג זיך נישט מיט וואס קומט ארויף. איך פארגעס חלילה נישט צו אטעמען, ווען יא קען מען זיך שטיקן ח"ו. כ'זע נישט וואס איך זאל מיך מוחל זיין אויף, און איך פיל נישט "נישט שיין אדער ריין" אז כ'זאל זיך דארף זאגן אנדערש. כ'זע נישט וואס שפאצירן קען מיר צוגעבן, און דאכצעך אז כ'בין שוין מער ווייניגער גראונדעד, אבער כ'האף צו מאכן עפעס אינטעגרעישן.
 
שיט איך בין שוין געווען גרייט צו ג'יין יעצט האסטו מיר אזוי דערשראקן
מען דארף טון שראמס פאר א סיבה, מען וויל עפעס ערייכן אדער היילן. סתם צו עקספיריענסן א גוטע טריפ קענסטו נעמען וויד.
 
ענדערש א ׳מיאוס׳ע שלעכטע טריפ׳ וואס האלט אָן אפאר שעה און דערנאך לעבט מען א געשמאקע לעבן - חיים של עונג ושמחה. ווי איידער מורא האבן פונעם מעדעצין און בלייבן סטאק פאר די רעשטע ביסל יארן בעולם הזה... נישט אזוי?

אויב "דערנאך לעבט מען א געשמאקן לעבן", דאן ביסטו גערעכט.

דער אמת איז אז א שלעכט טריפ מיינט נישט אז ס'איז געווען ווערטלאז. די ערשטע מאל א קינד פארט א בייק קען ער אויך אראפפאלן און ס'איז פיינפול, דאס מיינט אבער נישט אז ס'האט נישט קיין תכלית. אמאל פעלט זיך אויס צו דורכגיין די פיין אנצוקומען צו די ציל.

דאס איז אבער אמת אויב קומט מען טאקע אן צו א בעסערע פלאץ שפעטער, וואס אויף דעם קען איך נאכנישט רעדן.
 
איך בין נישט באקאנט מיט שמן’ס עקספיריענס, אין דזשענערעל, איז נישטא אזא זאך ווי א שלעכטע טריפ. עס איז דא גרינגערע און שווערערע טריפס. אסאך מאל ווען די מעדעסין גיבט דיר א פיינפולע מעסעדזש, איז עס א שווערע טריפ. אז דו ביזט גרייט עס אנצונעמען, האסטו געהאט א גוטע טריפ. ווען מען פייט די מעדעסין און מען איז נישט גרייט אנצונעמען די מעסעדזשעס, דעמאלטס איז עס א שלעכטע טריפ.

איך זע נישט עכט וואס די טריפ האט מיר מחדש געווען. ס'איז געווען זאכן וואס איך האב שוין געוויסט פון פריער, און די טריפ האט עס אויסגעמעקסט. ס'האט מיר נישט געוויזן די שרשים פון וואו די זאכן נעמען זיך, אדער געברענגט סעלושנס.
 
כ'שלאג זיך נישט מיט וואס קומט ארויף.
וואו! אזא שאלות הנפש! ביי מיך איז דאס אז פראסעס יעדעס מאל כ'ווער פארשעמט, עפעס גייט נישט וויזוי כהאב געוואלט, וכדו'. ווער רעדט נאך ווען כ'פאל אריין אינעם הרגשה אז 'מ'ווייסט נישט גארנישט'.
איך חזר זיך פשוט איין די ווערטער סאררענדער, לעט גאו. (און אמאל צו אקסעפטן אז כ'קען נאכנישט אקסעפטן).

פון דיין שרייבן האבעך געמיינט אז דאס איז געווען א שווערריגקייט אין דיין טריפ. אז ס'איז נישט נוגע פאר דיך זאל עס כאטש זיין פאר אנדערע.
איך פארגעס חלילה נישט צו אטעמען, ווען יא קען מען זיך שטיקן ח"ו.
כ'מיין צו זאגן זיצן גראד און אטעמען טיעף אויף א באקוועמע פורפילינג וועג.
כ'זע נישט וואס איך זאל מיך מוחל זיין אויף,
כנ"ל כ'שרייב פאר וועם ס'קען זיין נוגע.
-

זאלסט מצליח זיין! אמן!
 
איך זע נישט עכט וואס די טריפ האט מיר מחדש געווען. ס'איז געווען זאכן וואס איך האב שוין געוויסט פון פריער, און די טריפ האט עס אויסגעמעקסט. ס'האט מיר נישט געוויזן די שרשים פון וואו די זאכן נעמען זיך, אדער געברענגט סעלושנס.
דו האסט געהאט א טריפ און זיך אויפגעפירט אויף א געוויסע וועג וואס איז בעצם א פארט אין דיר וואס עס איז אייביג דא אין דיר און איז יעצט געברענגט געווארן צו דיין אווערנעס אז דאס בלאקט דיר און עס שטערט דיר צו קאנעקטען מיט דיר אליינס. עס איז פראטעקטערס וואס לאזן דיר נישט פיעלן וואס דיין נערוועס סיסטעם פיעלט.

קודאס צו זיין אזוי וואנרעבעל און שרייבן דיינע רויע איבערלעבענישן (א שראמס אפעקט?...)
 
לעצט רעדאגירט:
Back
Top