איך בין נישט קיין גרויסע עקספערט, אבער כ'מיין אז דו מישט א גרויסע קאשע.
לא הרי וויד כהרי קאקעין, ולא זה וזה כהרי אייוואסקא.
וויד וואס איז אגב נישט אדיקטיוו, איז מער איז די גדר פון קאקעין וואס דארף צו זיין א דראג וואס מאכט דיר הויעך. עס איז דא דיר צו מאכן פילן גוט.
לאמיר פרובירן מער אויסברייטערן דיין געדאנק:
וויד און קאקעין האט קיין שייכות נישט. די "פילן גוט" און די high איז אינגאנצען אנדערש.
וויד איז א נאטורליכע אומגעפאטשקעטע געוויקס, וואס איז סיי נישט אדיקטיוו (נישט קיין "אגב" נאר אויסדריקלך לכתחילה אזוי) און סיי מ'קען נישט אווערדאוסען אויף דעם, ווי אויך האט עס נישט קיין וויטדרואל סימפטאנס. ס'ווערט ניטאמאל פארעכנט ווי "א דראג", ס'מאכט נישט צודרייט, סך הכל אביסל פאזיטיווע בליק וואס קומט פון א קלארקייט אין מח.
קאקעין איז א שטארקע דראג, א שטארקע סטימיולענט וואס "ספיד" ארויף די בלוט פרעשור און די הארץ פאמפעריי. פארקערט פון וויד, איז דאס יא עדיקטיוו, מ'קען אווערדאוסן אויף דעם, און ס'האט שווערע וויטדרואל
אייוואסקא איז אין די סייקאדעליקס קאטעגאריע, עס טוט א גאנצע אנדערע תפקיד.
אלע סאבסטענסעס אלטערען די psych, און דאס מיינט א "high", אבער איעדע איינס פון זיי האט אן אנדערע תפקיד לפי טבע פון די "high", און ארבעט גאר אנדערש איינער פון צווייטן, פונקט אזוי ווי קאווע ווס. צוגארעטל. ועל הכלל כולו יצאה אז אפילו בתוך איעדע קאטיגאריע איז דא סאב-קאטאגאריעס פון תפקידים, כידוע ווען מ'נעמט וואס.
די סיבה וואס מאכט א מענטש אז ער זאל וועלן נעמען א סאבסטינס, מיינט נאכנישט אז די תפקיד איז די זעלבע. תפקיד מצד די מענטש, און נישט מחמת די טבע פון די סאבסטענס גופא, מיינט נישט קיין סאך, נישט אזוי מעסט מען תפקיד, ס'איז סך הכל אן איגנארינט חילוק