סייקעדעליקס

די לעצטע חודש איז געווען זייער פיינפול דא אויף קרעמל ווייל מהאט נישט גע׳הערט פון דיר, ב״ה די ביסט דא צוריק.
ב"ה מ'איז ביזי זיך צו היילן, אבער וואס זאל מען טון, עס היילט זיך עפעס נישט.

מען טרייט די מהלך מיט יענע, מען זיצט אין אזא סארט רינג און אנאנדערע סארט רינג, יעדער ווערט איבערגענומען, מען ווערט נייע מענטשן, און נאר איך בלייב סטאק.

איך ווייס שוין נישט אויב איך בין משוגע אדער די וועלט.

עס זעט מיר אויס אז יעדער איז טיף צופראסקעט, און אז עס קומט סיי וואספארא טויש, אן אויפשאקלונג, ווערט פריש אויפגעפראסקעט אין א נייע וועג וואס עס דאכט זיך פאר א שטיק צייט אז ס'איז פאזעטיוו, ביז מען לאנדעט, און דאן פראבירט מען א פרישע דזשורני.

איך מיין אז איך בין נישט גענוג משוגע און צודרייט אז די היילונגען זאלן ווירקן און האבן די ריכטיגע אפעקט. פאר סאם ריזן זעט מיר אויס אז ווי מער 'מעסט אפ' מען איז, אלס מער האבן די אלע היללונג פראצעדורן אן השפעה.

איך רעד נישט נאר פון סייקעדעליקס דא, איך רעד פון די גאנצע נושא פון 'אומאציאנאלע היילונגען' באופן כללי.

צו זיין מער דיירעקט, כ'האב אויספראבירט די Possible you פון יו"ט גלעזער. אפאר חברה האבן מיר געזאגט אז דאס איז "די זאך". כ'ווייס נישט, די גאנצע זאך איז בולשיט שבבולשיט, אביסל שענערע בולשיט ווי די אנדערע סארטן זאכן, אבער דאך גרויסע קרעפ.

יא, אוודאי שווערן זיך מענטשן ביים בארד אויף דעם, ווייל רוב מענטשן האבן פאר דעם געלעבט אין טיפע בולשיט. בא בולשיט זה, ודוחה בולשיט זה, און מען רעדט זיך איין אז יעצט איז מען שוין ריין פון בולשיט. אבער איינער וואס בולשיט איז נישט געווען זיין סטראנגפוינט מעיקרא, איז די גאנצע זאך א ברכה לבטלה.

שוין אויסגעגעבן אן ערך פון 10 אלפים זיך צו "היילן", און מען האלט ביי אלף. וויאזוי קען מען זיך לאזן פירן ווען מען ווייסט אז ס'איז אלעס בולשיט?

שוין, ס'איז א לענגערע אנאליז פאר זיך.
 
ב"ה מ'איז ביזי זיך צו היילן, אבער וואס זאל מען טון, עס היילט זיך עפעס נישט.
אין שום יאוש בעולם כלל!! 🤣
גיב עס צייט, ביי איינעם גייט עס שנעלער ביי א צווייטען אביסל שטייטער - לכל זמן ועת…

(אגב; האסט נאכנישט געטון די ריעל טינג… ״אייאוואסקע״)
 
דו זאגסט דאך אזוי גוט, איך קען נישט זאגן אז איך האב שוין אלעס פרובירט ווייל כ'האב דאך נאכנישט געטרינקען אייאוואסקע, אוי די הייליגע מאמע אייאוואסקע, אבער כ'האב יא פרובירט סייקעדעליקס און שאמאניק און ענערדשי היעלינג און די אלע קרעפ און איך בין אויך געקומען צום מסקנא אז ס'איז איין גרויסע בולשיט. איך קען גורוס מיט שמורוס וואס רעדן מיט שדים ורוחות, זויגן אויס שלעכטע ענערדזשי און שיקן אריין פאזעטיווע ענערדזשי פון די אנדערע עק וועלט, מאכן עליות נשמות און זאגן עתידות, אבער ענדע טאג זענען זיי גרעסערע בהמות פון שפעטיווקע רבי. אין אנפאנג טרעפט מען עס זייער קיוט ווייל מ'קען ווייזן אז קוק, אפילו "דארט" זענען אויך דא בהמות מיט בעלי דמיונות, אבער נאך וואס דו האסט שוין געפראווט דיין פוינט (וואס אגב די מענטשן וועם דו פרובירסט צו פראוון דיין פוינט וועלן קיינמאל נישט איבערצייגט ווערן) בלייבסטו די זעלבע ליידיגע זאק ווי פריער. ס'איז ממש ווי דו זאגסט, בא בולשיט זה ודחה בולשיט זה, המחליף פרה בחמור נשאר בידיו חמור ועדיין הפרה גועה ברקע. האסטו געפראווט פאר גאנץ חעלם אז זיי זענען בהמות, וואס איז ווייטער?

דו קענסט זיכער די מעשה פון אייזיק ר' יעקל'ס וואס האט זיך גע'חלומ'ט אז אונטער'ן בריק אין פראג ליגט פאר איהם באהאלטן אן אוצר, למעשה האט ער אויסגעפינען אז די אוצר ליגט גאר ביי איהם אינדערהיים אונטערן אויוון. איין זאך האב איך מיך אויסגעלערנט פון מיין גאנצע "דזשורני" (אויף קיין גוי געדאכט), דיין ווייב איז דיין בעסטע שאמאן, דיינע קינדער זענען דיינע בעסטע גורוס, און יא, אפילו פון דיין טאטע און מאמע קענסטו ציען צד השוות צו זיך צו זעהן וואו דו ביסט די זעלבע צופראסקעט. פארוואס? ווייל די שליסל פון זיך "היילן" איז איינצוזעהן אז אלע דיינע טראומאס און נפשיות'דיגע פראבלעמען זענען נישט מער ווי א תוצאה פון קרומקייטן וואס ליגן טיעף באהאלטן אין די קעמערלעך פון דיין הארץ און מוח. איין 5 שעה'דיגע אפענע שמועס מיט דיין ווייב קען אויפדעקן בערג פון גארבידזש און קרומקייטן וואס הונדערט שאמאנס וועלן קיינמאל נישט מצליח זיין, איין אומשולדיגע הערה פון דיין צוויי יעריגס איז מער ווערד ווי טויזענט פשט'לעך פון די אלע קאוטשים למיניהם. ווי שטייט אין פסוק, כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה כי ביצחק יקרא לך זרע, דארפסט אין ערגעץ נישט לויפן ווייל די ענטפערס ליגן ביי דיר אינדערהיים.
 
לעצט רעדאגירט:
אין שום יאוש בעולם כלל!! 🤣
גיב עס צייט, ביי איינעם גייט עס שנעלער ביי א צווייטען אביסל שטייטער - לכל זמן ועת…

(אגב; האסט נאכנישט געטון די ריעל טינג… ״אייאוואסקע״)
קוק. קען זיין. די אלע וואס האבן מיר געשלעפט דא און דארטן האבן מיט אויך איבערצייגט מיט דעם 'טריק'. דער אמת איז אז עווענטועל וועל איך נאך מסתמה אנקומען צו אייוואסקא, אבער דערווייל בין איך אפגעברענט, כ'גלייב שוין נישט די אלע חברה למיניהם וואס קומען יעדן טאג מיט א פרישע איבערצייגנדע "דאס איז די זאך".

איך ציטער פון אייוואסקא, איך גיי מיך מסתמה שלאגן מיט דעם פי כמה. איך האב דערווייל נאכנישט דערגאנגען וועלכע פארט אין מיר שלאגט זיך און לאזט זיך נישט. איך האב נאכנישט דערכאפט דעם פראטעקטור, און פון וואס ער פראטעקט מיך. און אויב איז שרומס געווען שווער, וועט דאס מסתמה זיין א גיהנם ממש.

האמת אגיד אז מיין שאמאן האט מיר אנגע'שדכנ'ט מיט אן IFS ספעציאליסט מיט וועמען איך ארבעט יעצט צו אידענטיפעצירן די חלקים אין מיר, וועלמיר זען אין וועלכע דורעקציע דאס וועט גיין. אבער ביז איך האב זיך נישט ארויס וויל איך נישט נעמען נאך סייקעדעליקס, ס'וועט לכאורה נאר זיין א ריפלעי, איך מוז קודם ארויסהאבן פארוואס ס'איז געגאנגען שלעכט די ערשטע מאל, און דאן איינמאל מען לייגט דעם פראטעקטור שלאפן קען מען ווייטער ארבעטן.
 
יוש ברידער איי לאוו יו!
דער באשעפער זאל דיך העלפן!
ב"ה מ'איז ביזי זיך צו היילן, אבער וואס זאל מען טון, עס היילט זיך עפעס נישט.
מ'היילט זיך נישט. מ'לאזט זיך פונעם אויסגעהיילטן חלק אין זיך.

אויב דו האסט עס נאכנישט אינגאנצען געטראפן אין זיך מיט איינמאל שראומס, דאן אפשר גיי צו עפעס שטערקער.

מען טרייט די מהלך מיט יענע, מען זיצט אין אזא סארט רינג און אנאנדערע סארט רינג, יעדער ווערט איבערגענומען, מען ווערט נייע מענטשן, און נאר איך בלייב סטאק. איך מיין אז איך בין נישט גענוג משוגע און צודרייט אז די היילונגען זאלן ווירקן און האבן די ריכטיגע אפעקט. פאר סאם ריזן זעט מיר אויס אז ווי מער 'מעסט אפ' מען איז, אלס מער האבן די אלע היללונג פראצעדורן אן השפעה.

כ'קען נישט זאגן אז כ'פארשטיי ווי דו ביסט סטאק. אבער אמאל איז דאס פאלגנד דעם ענטפער.

"דיין טראכטן מאכט דיך אהן דיינע פראבלעמען.

מ'דארף אמאל טרינקן כדי צו איינזען אז דער שכל איז דיין גרעסטן שונא. און זיך אויסלערנען שטיל צו מאכן דעם מוח.
(און ער ווייסט נישט מער פון וואס ער איז געמאכט צו וויסן. ער איז נישט געמאכט צו ארבטן אווער טיים, און איבערטראכטן. ווען מ'געט אהים די דשאב וואס איז געמאכט פארן הארץ און סובקאנטשעס - ווערט ער א מאנסטער)

דערנאך קען מען זיך אויסלערנען פון פריש ווי אזוי צו טראכטן."
-
נאכאמאל. כ'זאג נישט אז דאס איז דער ענטפער פאר דיך. דאס קען א מענטש אליין וויסן ווען זיין לעבן איז בעסער און נישט גערעכטער.
--

@אלעזר ברענגט ארויס גאר א שטארקע נקודה!
(כ'וויל עס חזרן מיט מיין רילייזעישאן. אפשר וועט עס העלפן א איד)
פאל נישט פאר די שאמאן'ס כאילו זיי האבן עס אויסגעפיגערט. ניין. יעדער פון זיי דיעלט מיט סטראגלס אין לייף. מ'קען זיך סך הכל עפענען מהלכים וואס זענען גרינגער און זיסער צו לעבן.

די מעדעצין ברענגט דיך גארנישט פון אינדרויסן - ס'ווייזט דיך סך הכל וואס איז אין דיך! און ס'העלפט רעליעסן וואס מ'וויל נישט אין זיך! ס'העלפט זיך טוישן! אבער אם אין אני לי מי לי!
 
דו זאגסט דאך אזוי גוט, איך קען נישט זאגן אז איך האב שוין אלעס פרובירט ווייל כ'האב דאך נאכנישט געטרינקען אייאוואסקע, אוי די הייליגע מאמע אייאוואסקע, אבער כ'האב יא פרובירט סייקעדעליקס און שאמאניק און ענערדשי היעלינג און די אלע קרעפ און איך בין אויך געקומען צום מסקנא אז ס'איז איין גרויסע בולשיט. איך קען גורוס מיט שמורוס וואס רעדן מיט שדים ורוחות, זויגן אויס שלעכטע ענערדזשי און שיקן אריין פאזעטיווע ענערדזשי פון די אנדערע עק וועלט, מאכן עליות נשמות און זאגן עתידות, אבער ענדע טאג זענען זיי גרעסערע בהמות פון שפעטיווקע רבי. אין אנפאנג טרעפט מען עס זייער קיוט ווייל מ'קען ווייזן אז קוק, אפילו "דארט" זענען אויך דא בהמות מיט בעלי דמיונות, אבער נאך וואס דו האסט שוין געפראווט דיין פוינט (וואס אגב די מענטשן וועם דו פרובירסט צו פראוון דיין פוינט וועלן קיינמאל נישט איבערצייגט ווערן) בלייבסטו די זעלבע ליידיגע זאק ווי פריער. ס'איז ממש ווי דו זאגסט, בא בולשיט זה ודחה בולשיט זה, המחליף פרה בחמור נשאר בידיו חמור ועדיין הפרה גועה ברקע. האסטו געפראווט פאר גאנץ חעלם אז זיי זענען בהמות, וואס איז ווייטער?

דו קענסט זיכער די מעשה פון אייזיק ר' יעקל'ס וואס האט זיך גע'חלומ'ט אז אונטער'ן בריק אין פראג ליגט פאר איהם באהאלטן אן אוצר, למעשה האט ער אויסגעפינען אז די אוצר ליגט גאר ביי איהם אינדערהיים אונטערן אויוון. איין זאך האב איך מיך אויסגעלערנט פון מיין גאנצע "דזשורני" (אויף קיין גוי געדאכט), דיין ווייב איז דיין בעסטע שאמאן, דיינע קינדער זענען דיינע בעסטע גורוס, און יא, אפילו פון דיין טאטע און מאמע קענסטו ציען צד השוות צו זיך צו זעהן וואו דו ביסט די זעלבע צופראסקעט. פארוואס? ווייל די שליסל פון זיך "היילן" איז איינצוזעהן אז אלע דיינע טראומאס און נפשיות'דיגע פראבלעמען זענען נישט מער ווי א תוצאה פון קרומקייטן וואס ליגן טיעף באהאלטן אין די קעמערלעך פון דיין הארץ און מוח. איין 5 שעה'דיגע אפענע שמועס מיט דיין ווייב קען אויפדעקן בערג פון גארבידזש און קרומקייטן וואס הונדערט שאמאנס וועלן קיינמאל נישט מצליח זיין, איין אומשולדיגע הערה פון דיין צוויי יעריגס איז מער ווערד ווי טויזענט פשט'לעך פון די אלע קאוטשים למיניהם. ווי שטייט אין פסוק, כל אשר תאמר אליך שרה שמע בקולה כי ביצחק יקרא לך זרע, דארפסט אין ערגעץ נישט לויפן ווייל די ענטפערס ליגן ביי דיר אינדערהיים.
שטארקע דיבורים.

איך וועל דא איבערשרייבן וואס איך האב געשריבן פאר איינעם אין אישי, נאך וואס ער האט גע'טענה'ט אז ער האט אויך געפילט די זעלבע ווי מיר, אבער דאך, אחרי ככלות הכול, האב ער געזען שינוים לטובה אפילו אומבאמערקטערהייט:

"דער אמת איז אז איך האף אויך אזוי, דער מין האנושי איז אזוי מין קאמפלעצירט, אז האפנטליך אפילו איך ווייס אז ס'איז בולשיט וועט עס נאכאלץ האבן אן השפעה.

נאך אלעם, איז אלעס וואס דער מענטש עקספיריענסט און גייט אדורך אין זיין לעבן, א תוצאה פון פריערדיגע מחשבות, מעשיות און עקספיריענסעס וואס ער איז אריבער. אז מען לאזט זאכן לויפן, פארט עס געווענליך אין די זעלבע דורעקציע, פשוט ווייל די היינט איז געבויט אויף די נעכטן, און די נעכטן אויף די אייער נעכטן, איז פון וואו זאל קומען דעם טויש?

אבער אז מען געבט זיך א שאקל אויף, נישט קיין חילוק אין וועלכע דורעקציע אדער וואספארא מהלך, קענען זאכן אנהייבן צו שפינען און נייע פרישע וועגן, און האפנטליך מיט א גוטע רצון צו דער זייט, קען מען עס דורעקטירן צו נייע גוטע וועגן.
 
אוודאי אזוי, מ'דארף טוהן, נישט אויפטוהן, אז מ'האלט אין איין טוהן אפילו מ'טוט די wrong פעולות צום סוף קומט מען אן. איך האב נישט חרטה אויף קיין איין נארישקייט וואס איך האב געטוהן אין מיין לעבן ווייל אין די גאנצע מערבולת האב איך געטראפן די נארמאלע וועג, ווען איך בלייב ווען זיצן אויפ'ן בענקל ווייל ס'דאך סייווי אלעס בולשיט וואלט איך געבליבן די זעלבע בהמה. איך מיין אז ר' צדוק זאגט עס, אז נישט זאג איך עס, אויב דו ווייסט נישט וואס איז א מצווה און וואס איז אן עבירה טוה כאטש אן עבירה ווייל אויף אן עבירה קען מען תשובה טוהן און ס'ווערט איבערגעדרייט אויף א מצווה, אבער אויף גיין ליידיג און גארנישט טוהן קען מען נישט תשובה טוהן.
 
כ'קען נישט זאגן אז כ'פארשטיי ווי דו ביסט סטאק. אבער אמאל איז דאס פאלגנד דעם ענטפער.

"דיין טראכטן מאכט דיך אהן דיינע פראבלעמען.

מ'דארף אמאל טרינקן כדי צו איינזען אז דער שכל איז דיין גרעסטן שונא. און זיך אויסלערנען שטיל צו מאכן דעם מוח.
(און ער ווייסט נישט מער פון וואס ער איז געמאכט צו וויסן. ער איז נישט געמאכט צו ארבטן אווער טיים, און איבערטראכטן. ווען מ'געט אהים די דשאב וואס איז געמאכט פארן הארץ און סובקאנטשעס - ווערט ער א מאנסטער)

דערנאך קען מען זיך אויסלערנען פון פריש ווי אזוי צו טראכטן."
-
נאכאמאל. כ'זאג נישט אז דאס איז דער ענטפער פאר דיך. דאס קען א מענטש אליין וויסן ווען זיין לעבן איז בעסער און נישט גערעכטער.

דאס אז מיין שכל איז מיין גרעסטע שונא האב איך שוין געוויסט פון פריער.

הגם ס'נישט ממש ריכטיג געזאגט. ס'איז א צאמשטעל פון מיין שכל מיט מיין סעסייעטי וואס לאזט נישט ניצן די שכל וואס שאפט דעם פראבלעם. איך בין נאכנישט איבערצייגט אז שכל אליין וואלט געווען א פראבלעם, הגם מען קען מאכן א קעיס אז יא, אבער כ'בין נאכנישט איבערצייגט דערין.

אבער דאס איז קלאר אז למעשה, אין מיין יעצטיגע פלאץ ווי איך בין סטאק, אין די יעצטיגע סעסייעטי, אין די יעצטיגע מערידזש איז מיין שכל מיין גרעסטע שונא. דאס האב איך שוין געוויסט פון פריער, און נישט דאס האט מיר סייקעדעליקס געדארפט צו מחדש זיין.

איך האב אבער יא געהאפט צו טרעפן דעם לעזונג וויאזוי שטיל צו מאכן דעם מוח, אדער גאר טרעפן די סיבה פארוואס ער איז נישט שטיל אין די פיערסט פלעיס. אבער למעשה בין איך נאכאלץ סטאק אין דעם חלק. איך האב נאכנישט קיין ענטפערס.

סייקעדעליקס האט מיר טאקע געוויזן - דאס וואס איך ווייס שוין, אויף א שטערקערע אופן. א גאנצע צייט האט מיין מוח נישט אויפגעהערט צו בונטעווען, ער האט נישט אויפגעהערט צו פייטן און פארפירן, אבער כ'האב זיך נאכאלץ נישט אויסגעלערנט וויאזוי אים שטיל צו מאכן, און אויך נישט דערגאנגען פארוואס ער פארפירט אזוי.
 
איך מיין אז ר' צדוק זאגט עס, אז נישט זאג איך עס, אויב דו ווייסט נישט וואס איז א מצווה און וואס איז אן עבירה טוה כאטש אן עבירה ווייל אויף אן עבירה קען מען תשובה טוהן און ס'ווערט איבערגעדרייט אויף א מצווה, אבער אויף גיין ליידיג און גארנישט טוהן קען מען נישט תשובה טוהן.
שטארק ווארט. סאונט מען ווי דיינס ווי ר' צדוק'ס.
 
שטארק ווארט. סאונט מען ווי דיינס ווי ר' צדוק'ס.
🤣

די עצם געדאנק האב איך געהערט פון איינער פון מיינע חברה גורוס, גראדע א חרדי, ער האט זיך באצויגן צו דעם וואס ביי חרדים האלט מען דעם עולם insulated ווייל מ'טראסט נישט דעם עולם און מ'האט מורא אז זיי גייען מאכן טעותים, האט ער געזאגט ענדערש לאז מענטשן מאכן טעותים ווייל פון טעותים קען מען זיך לערנען, אז מ'מאכט נישט קיין טעותים בלייבט מען קרח מכאן ומכאן.
 
@שמן למאור אייוואסקא שטילט אפ דעם מוח פון די חשבונות רבים.
קען זיין, און קען זיין אז פאר 'טייל' מענטשן ווירקט עס אזוי, און פאר אזעלכע ווי מיר טוט עס די פארקערטע.

איך וועל דא מגלה זיין נאך א קרישקעלע.

אין אנהויב האט מיר מיין שאמאן געגעבן נאר 3.5 גראם שרומס, ער האט מיר געזאגט אז עס וועט זיין אן אפציע צו נעמען נאך 1.5 גראם נאך א שעה, מען וועט זען וויאזוי עס גייט.

למעשה נאך וואס א שעה איז אריבער, און עס האט נישט אזוי שטארק געווירקט (עס האט פיין געווירקט, עס נאר נאך געהאלטן אינמיטן די פראצעדור פון ווירקן), האב איך מחליט געווען צו נעמען די איבריגע, און ער האט צוגעשטימט. הגם 3.5 הייסט אזוי אויך א פולע דאזע, דאך האט ער מיר געשטיפט צו נעמען א קנאק דאזע.

ער האט מיר שפעטער מסביר געווען אז די סיבה פארוואס ער האט מיר געשטיפט צו נעמען אזוי פיל (הגם ער איז מודה אז אין היינסייט איז עס געווען א טעות) איז ווייל כך קבל מרבותיו אז פאר אזעלכע חברה ווי מיר וואס לעבן אין קאפ, דארף מען געבן אזא קנאקעדיגע דאזע אז מען זאל מוזן סארענדערן און נישט קענען פייטן.

למעשה האב איך עס יא געפייט, און ס'איז געשען וואס איז געשען. ס'איז שווער צו זאגן וואס וואלט געווען מיט א קלענערע דאזע, לכאורה וואלט איז דאס אויך געפייט, אבער יש לומר אז עס וואלט געווען גענוג קליין אז מיין מוח וואלט עס נישט געדארפט פייטן, און איך וואלט אינדזשויט די רייד. שווער צו וויסן.

אזוי צו אזוי, אייוואסקא איז פיל שטערקער. קען טאקע זיין אז דאס וועט זיין אזוי קנאקעדיג אז עס וועט אדורכברעכן אלע גדרים און בלאקעדזשעס. אבער איך האב גאר שטארק מורא אז עס וועט זיך טון א מלחמה כבידה ומרה.
 
ס'איז שווער צו זאגן וואס וואלט געווען מיט א קלענערע דאזע, לכאורה וואלט איז דאס אויך געפייט, אבער יש לומר אז עס וואלט געווען גענוג קליין אז מיין מוח וואלט עס נישט געדארפט פייטן, און איך וואלט אינדזשויט די רייד. שווער צו וויסן.
איך בין נישט אזוי איבערצייגט אז דיין אישו איז אז דו לעבסט אין קאפ, אויב האב איך ארויס דיין אישו דאן פון מיין עקספיריענס איז די צווייטע יש לומר ריכטיג.
 
עס הערט זיך אביסל פארדעכטיגט אז א דרויסענדיגע Substance אדער טרונק זאל טוישן א מענטש און אים אויסהיילן פון זיינע אינערליכע פראבלעמען. To good and too simple to be true
 
פרוביר עס טאקע נישט אויס, פארוואס נעמען די ריזיקע? ס'דאך אלץ בולשיט סייווי.
 
If you care to explain
פארוואס איז the possible you bull shit?
 
Back
Top