סייקאלאדשי ווידעאוס

מסתת הרים

אלטגעזעסענער קרעמלער
וועטעראן
זיך איינגעשריבן
אוג. 14, 2024
מעסעדזשעס
719
רעאקציע ראטע
2,631
פונקטן
413
איך עפן דא אויף א שנירל פאר ווידעאוס פאר תורת הנפש ווידעאוס קארץ און לאנג
(ביטע נישט פאשמירן די שנירל מיט איידיאלאג, און איידיאלאגישע דריווען נישט מומחים ווי מאניס און שמולי בוטח, א דאנק)

שוין פתיחה
View: https://www.youtube.com/watch?v=UE_Z81qGlRs
 
@מסתת הרים דו האסט שוין אפאר מאל דערמאנט אז דו ביסט אן חסיד פון קארל יונג. (אױך זשארדאן פעטערסאן במשנתו, אויב געדענק איך גוט.)

אפשר טוסטו אביסל אויסברייטערן און אזוי קען מען אריינגיין אין די סוגיא.
 
איך בין טאקע א תלמיד מובהק פון די גאון הגאונים הרב הקדוש והטהור מורינו ורבינו הרה"ג קארל יונג זצוק"ל.
פון רבי ג'ורדאן פיטערסאן בין איך בכלל נישט קיין תלמיד אדער א חסיד, ער איז טאקע א תלמיד פון קארל יונג, אבער איך בין נישט דוקא מסכים מיט אלעס וואס ער זאגט, ער איז גאנץ גוט, אבער ער קומט נישט צו צו קרסולי קרסוליו פון קארל יונג.
איך בין יא א תלמיד פון ר' צ'עיס יוסף C.S. Joseph, ווייל ער האט די בעסטע ארויס די פערסאנאליטי טייפס פון קארל יונג, און זיין ווערק, איז בעצם בעיקר א ליקוט פון זיינע רבי'ס מתלמידיו ותלמידי תלמודיו פון קארל יונג.

אבער דו בעטסט זייער א שווערע בקשה, צו אויס לערנען די תורה על רגל אחת, כ'וועל פראבירן צו אביסל צו עפענען אביסל די נושא ווען איך האב צייט, און צו מסביר זיין וואס זיין ווערק איז געווען.

אבער איך וועל ענטפערן דערווייל ווי הלל האט גענטפערט און ווי יאשקע האט אויסגעלערנט אז, ואהבת לרעך "כמוך", איז די יסוד פון כל התורה כולה.
 
די ווידעא איז מער נישט עוועילעבל!
קענסט באשרייבן בקיצור דעם חידוש וואס דו האסט זיך אויסגעלערנט?
 
Back
Top