טעגליכע נייעס+

IMG-20250407-WA0005.jpg


אט זענען איז א טיילווייזע ליסטע פון פראדוקטן וועלכע וועלן מאמענטאל אפגעשטעלט ווערן פון שיפינג.

קאר'ן jaguar און Land Rover.

זייגערס ברייטלינג און ראלעקס.

טויס, Tonka און נאך.

געימינג, די נייע switch 2.


טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250407-WA0004.jpg


זיין אויפן דעקל פון די טיימס איז שוין נישט אזא קונץ ווי אמאל, אפילו וועלף קענען באקומען א דעקל.

מ'האט צוריקגעברענגט א מין וואלף וועלכע איז אנגעבליך אמאל געווען אויפן פלאנעט, מיטן ארום טוישן צוואנציג ''דשינס'' פון די גרויע וועלף.

די נייע וואלף וועט זיין 150 פונט אנשטאט 120.

דאס געבט האפענונג פאר חיות ליבהאָבער און מבינים(מענדי בוים ק'מ..) אז מער וועט מען זיך נישט דארפן פארכטן פון מינים וועלכע וועלן אונטערגיין, און מ'וועט קענען צוריקברענגן אלטע, כשנים קדמוניות.


טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
Trump's tariff tax madness
1/20: Tariffs: Canada, Mexico
2/3: 30-day pause: Canada, Mexico
2/4: 10% tariff: China
2/10: 25% tariff: steel, aluminum
3/4: Tariffs: Canada, Mexico
3/5: 30-day pause: cars
3/6: 30-day pause: Canada, Mexico
4/2: Tariffs: 90 countries
4/9: 90-day pause
 
א גוט מועד.

קאמפיוטערס טעלעפאנען, טשיפס, ראוטערס און סאליד דרייווס, זענען אויסגעשלאסן געווארן פון סיי וועלכע טאריפס לויט א נייע דעקרעט איבער יום טוב.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250415-WA0000.jpg

די אידישע גאוענערס הויז אין פענסעלוועניע איז געצילט געווארן פסח אויפדערנאכט.

דער יעניגער האט אריינגעווארפן צוויי חמצדיגע ביר באטלעך מיט ברענשטאף אין די הויז.

די געווענער מר שפירא אינאיינעם מיט זיין פאמיליע אין נישט געווען אינדערהיים און נארוואס פארענדיקט א פסח צערעמאניע.

יענער איז ארעסטירט געווארן און ווארט אים קלאגעס פון טעראר ארסאן און נאך.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
די אוקריינער מיליטער האט נארוואס פארלוירן איר צווייטע f16 פליגער צו א s400 סיסטעם.

זייער ערשטער פארלוסט איז געווען פאריגע אגוסטוס אין א עקסידענט און דאס איז די ערשטע וואס זיי פארלירן אין א דירעקטע אטאקע דורך א רוסישע וואפן סיסטעם.

גלייכצייטיג איז רוסלאנד פארנימען ווייזן מיטן אגודל פינגער צו די שלום געשפרעכן מיט גרעסערער מיסל האמעריי אויף ציווילע צילן אין די זעלביגע סומי רייאן.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
כינע וועט פארבאטן ''זעלטענער ערד מינעראלן'' נישט נאר קיין אמעריקע נאר פאר אנדערע מערב וועלט לענדער ווי דייטשלאנד און ענגלאנד אויך.

אין אנדערע נייעס האט זיי געמאלדן אז זיי וועלן בויען א פייפליין געריפן ''די מאכט פון סיביר '' צו ציען גאזאלין פון רוסלאנד.

רוסלאנד געפינט זיך גראדע אין א גרויסע קלעם וויבאלד די פרייזן פון גאזאלין זענען גאר שטארק געפאלן און עס ווערט זיי שווער צו לייזן א פראפיט נאך די פראדוקציע.

פון די אנדערע זייט שאצט די UBS שווייצע באנק אז די כינעזע עקאנאמיע וועט וואקסן מיט 3.4% אנשטאט 4%.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
איבער'ן וויקענד זענען פארגעקומען ''געשפרעכן'' ציווישן אמעריקע און איראן איבער די איראנער נוקלעארע פראגע.

עס איז אפגעהאלטן געווארן אין אמאן.

די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט אז זיי זוכן נישט גענצליכע דענוקלאערעזאציע, נאר זיי וועלן עס מעגן האלטן פאר ענערגיע באנוץ.

בעפאר די מיטינג איז געווען א ערנסטע מחלוקה צי ס'וועט זיין דירעקט, אמעריקע האט גע'טענה'ט אז יא און איראן פארקערט.

למעשה האט עס אויסגעקוקט ווי א שווערע קאפל טערעפי סעסיע.

צוויי באזונעדערע צימערן איינס נעבן די צווייטע מיט א וויזיר לויפן אינדערמיט רעדן צו ביידע אנגעווייטאגטע צדדים.

צום סוף האבן ביידע זיך געטראפן פאר אפאר ווערטער אבער בלויז צו אפגעבן א גריס און נישט אויסשמועסן עפעס זאכליך.

ווער איז למעשה געווען גערעכט ? קענסטו אפמאכן.

די נעקסטע רונדע וועט פארקומען קומעדיגע וואך אין רוים.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
האט מעטא AI פראבירט צו אויספאפן די מענטשהייט ?

מעטא האט ארויסגעשטעלט איר נייע LLM מאדעל llama 4 maverick וועלכע האט, אבער נישט מיט אן קאנטראווערסיע.

זיי האבן אריינגעגעבן א ספעציעלע ווערסיע וועלכע איז נישט געווען פאבליק פאר איינע פון די באקאנטע טרעקער וועלכע שטעלט ארויס וועלכע מאדעלן זענען די מערסטע פארגעשריטן.

עכ'פ זײ האָבן דערגרייכט די צווייטע פלאץ, אבער נאכן כאפן אז ס'איז נישט די געהעריגע פאבליק מאדעל און ווארשיינליך פארבעסערט צו קענען באקומען א בעסערע רעפוטאציע אויף די טעסטן האט די ארגאניזאציע געלייגט צום בחינה די פאבליק ווערסיע, און ווינדער איבער ווידער ס'האט אראפגעטראסקעט צו 32'סטן ארט.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
"זעלטענע ערד מינעראלן'' און די כינעזע מאנאפאל דערויף איז די געשפרעך פונעם טאג.

איז מעגליך צו צוברעכן זייער מאנאפאל ?
וואס ווערט עס גענוצט פאר ?
פארוואס איז עס אזוי וויכטיג ?

אלע פראגעס וועלן פארענטפערט ווערן אין א ספעציעלע חול המועד ארטיקל שפעטער אין טאג.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
"זעלטענע ערד מינעראלן'' און די כינעזע מאנאפאל דערויף איז די געשפרעך פונעם טאג.

איז מעגליך צו צוברעכן זייער מאנאפאל ?
וואס ווערט עס גענוצט פאר ?
פארוואס איז עס אזוי וויכטיג ?

אלע פראגעס וועלן פארענטפערט ווערן אין א ספעציעלע חול המועד ארטיקל שפעטער אין טאג.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
זעלטענע ערד מינעראלן - Rate Earth Minerals איז פארהאנען אויף די מארקעט 17 הויפט און בערך 8 ווערן באטראכט אלס קריטיש פאר ענערגיע טעכנעלאגיע און דעפענס.

טייל דערפון פאלן אריין אין די ''לייכטע'' קאטעגאריע און טייל אין די '-שווערע'' קאטעגאריע אבער דאס איז נישט נוגע פאר אונזער שמועס, דערנאך איז דא צוויי מאטריאלן וועלכע זענען בעצם בכלל נישט טעכניש אין די ערד מינעראלן כלל ווי 'יוטריאדום' און 'סקענדיאום' אבער ווערט אייביג צוזאמגעשמאלצן וויבאלד פארוואס נישט.

קודם לאמיר אנהייבן מיט א סוד, די מאטריאלן זענען בכלל נישט אזוי זעלטן ווי די נאמען געבט אן און מ'קען עס טרעפן אין א גרויס טייל פון די וועלט, נאר וואס דען די קאנצעטראציע דערפון איז נישט שטארק בלויז אין געוויסע ערטער אזויווי יעדע מינע אויסער גאלד אד''ג וועלכע זענען טאקע זעלטן.

ניאדייניאום Nd און Pr זענען געוויסע מיני מאגנעטן וועלכע ווערן בעיקר באנוצט פאר מאטארן פאר אילעקטראנישע קאר'ן און ווינט טורביינען,ַ גאזאלין קאר'ן האבן טאקע אויך מאגנאטן אבער נישט אין די הויפט מאטארן, און ווען נישט די מאטריאלן וואלט מען געדארפט אסאך גרעסערע מאגנאטן אויב מ'וויל ווײטער האבן קאר'ן וועלכע שיסן נישט ארויס גאזאלין אין די לופטן.

בנוגע ווינט טורביינען האט זיך למעשה ארויסגעשטעלט אז ס'איז נישט די בעסטע אדער ביליגסטע וועג צו פראדוצירן ענערגיע, מילא וועט נישט צופיל געשעהן טאמער וועט מען אויפהערן דערמיט.

דיספאראסים Dy און Sm איז א מאגנעט וועלכע האלט זיך גוט אונטער היץ וועלכע איז גאר וויכטיג פאר מיליטערישע באנוץ ווי מאטארן פאר פליגער סאבמארינען, סעטעלייטס און מיסלס .

יוטריאום y , Gu , און Gd ווערן באנוצט פאר לעיזער און נוקלעארע ענערגיע.

יעצט תכלית וויפיל פראדוצירט כינע.

בערך 75% אבער אויף די רעפיינעריס ד'ה נעמען די רויע מאטריאלן און עס מאכן פאר די פארטיגע פראדוקט האבן זיי א עקסטערע 10 עדווענטידש, דאס מיינט אז אפילו כמעט האלב וואס מען פראדוצירט אין אויסלאנד שיקט מען נאך קיין כינע פאר די פראצעס.

ווער נאך זענען די גרעבער, אמעריקע קומט אריין נומער צוויי אויסטראליע 3 און קאנאדע 4, הצד השווה אלע האבן גרויסע שטיקער אקער לאנד מיט שטח צו גראבן.

קומט אויס אז מערסטנס פון די וויכטיגסטע באשטאנדטיילן קענען ארויסקומען פון די 3 נישט פיינטליכע לענדער (ווילאנג זיי זענען נאך פריינט..) און אין קאליפארניע אליינס איז דא א גרויסע מינע ווי 4 פון די מאטריאלן ווערן ארויסגעשלעפט.

די איינציגסטע סיבה פארוואס כינע איז פאראויס איז צוליב איר דיקטאטורישע עקאנאמישע מאדעל וועלכע ארבייט די בעסטע פאר גרויסע פראיעקטן, בשעת וואס אין אנדערע פלעצער נעמט מען מער אין אכט פראבלעמען וואס אזאלעכע פראיעקטן קענען ברענגען מיט זיך.

פארוואס אין די מערב וועלט זענען נישט אויפגעבויט געווארן אזאלכע פראיעקטן זענען הויפטזעכליך נישט געאגראפישע נאר אנדערע פאקטארן.

די עיקר וויבאלד עס איז נישט געזען געווארן פאר וויכטיג, און אז דאס איז יעצט שוין געטוישט קען מען זיין גאר אפטימיסטיש.

אין כינע איז נישט דא קיין ביוראקראטישע רעגולאציעס אויב די רעגירונג וויל אויספירן א גרויסע פראיעקט, ספעציעל ווען זייערע גאנצע עקאנאמיע באשטייט מערסטענס פון מעגא פראיעקטן.

פאר יעדער גיבט קרעדיט פאר כינע לאמיר באטראכטן אנדערע זייטן פון די מטבע.

אז די פרישע אינדוסטריע וועלכע ציעט זיך אריבער אין די געגנט וועט פארפעסטיגן די וואסער אדער לופט פאר מיליאנען איז נישט קיין פראבלעם, און אין אנדערע פלעצער איז ביז 10 יאר צוריק נישט געווען אין סטייל פאר די רעגירונג צו ווארפן אויף מעגא פראיעקטן און עס געלאזט פאר פריוואטע אינדוסטריע וועלכע איז מער אפעקטיוו געלט גערעדט. עד שבא פאפוליזום..

צוריק צו אמעריקע ווערט יעצט געבויט א רעפיינערי אין טעקסאס מיט די שטיצע פון די דעפארטמענט אוו דעפענס, און אנדערע שטאטן ווי וויאמינג ברייטערן שטארק אויס די אינדוסטריע.

אין די לעצטע 5 יאר איז פראדוקציע אין אמעריקע ארויף מיט 65%ַ און אין אויסטראליע מיט איבער 70% , דאס מיינט אז אויב עס גייט אן מיט אזא אדער שנעלערע טעמפא אין די נעקסטע פינעף יאר איז די גאנצע פראבלעם ווייט נישט אזא בער ווי עס קוקט אויס צו זיין.


אין די רעזערוון פון אמעריקע און אויסטראליע איז פארהאנען עטליכע מיליאן מעטריק טאן דערפון וועלכע קען אנהאלטן פאר א שיינע פאר יאר אין פאל פון א גענצליכע עקאנאמישע בלאקאדע קעגן אדער דורך כינע.


(- יעצט לאמיר אריינפארן אין א שטיקל detour אלץ זייטיגע נאטיץ, נאכן מאכן די ריסורטש בין איך צוגעקומען דאס וואס אנדערע האבן שוין צו געוויזן אזויווי א באקאנטע ארטיקל אין בלומבערג בשעתו, אז אוקריינא איז בכלל נישט קיין פלאץ צו ווי מ'דארף צוקומען אדער לוינט זיך צו אינוועסטירן פאר די מאטריאלן, נאר וואס דען, ס'איז א גוטע שלאג ליין צו זאגן אז זיי וועלן צאלן פאר זייער דיפענס.

- נאך א פונקט כ'וואלט ווען געדארפט שרייבן מער איבער די כינעזע עקאנאמישע סיסטעם און פארוואס ס'איז ווייט נישט אזוי מעכטיג ווי עס קוקט אויס, און אזויווי די ארטיקל צייגט איז אײנע פון זייערע גרעסטע עדווענטידשעס ווייט נישט דאס וואס מ'מיינט.)

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
פאקיסטאן זעצט זיך צו צו פוטינס לאנגע טיש.

אין די לעצטע 3 יאר איז פוטין געווען די איינציגסטע וועלכע האט געגליכן צו סטראשען מיט נוקלעאר ( אויסער פינטאו וועלכע סטראשעט מיט יענעמ'ס ארסאנעל..) יעצט האט פאקיסטאן אפגעמאכט צו דשוינען די קלאב.

זיי זאגן אין א סטעיטמענט אז ''ס'איז נישט געמאכט געווארן פאר דעקוראציע, נאר מ'מיינט אינדיע''.

דאס קומט צוליב די ערענסטע רייבערייען אין די לעצטערע טעג מיט דעם וואס אינדיע באשולדיגט פאקיסטאן אויף א לעצטיגע טעראר אטאקע און טעראר אין אלגעמיין.

ביידע מאביליזירן זיך ביים גרעניץ, קליינע פייער אויסטוישן זענען שוין פארגעקומען, אינדיע האט שוין פארפלייצט אפאר געגענטער אין פאקיסטאן מיטן לויז מאכן א דאמבע, און זיי האבן שוין אנגעהויבן מאכן מיסל עקסערסייזן מיט זייער נעיווי.

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250430-WA0003(1).jpg

ס'איז ביידן'ס סטאק מארקעט.


נישט געהערט פון די סנעפ אילעקשן וועלכע מ'האט פארופן ערגעץ אין די לעצטע צוויי חדשים...?!

טעגליכע נייעס +
טעגליכע נייעס +

On Telegram:
טעגליכע נייעס +
 
IMG-20250430-WA0004.jpg

טראמפ'ס 100 טעג



יעדער פאליטיקאנט שרייט אויפן קאמפיין שטראז ''ווען איך וועל אריינקומען...'' וועלן ענק אלע זיין גליקליך, און אלע פראבלעמען וועלן ווערן פאראכטן.



אבער וויפיל איז אמת און וויפיל נישט, ווארטן ביז נאכדעם וויל מען דאך נישט, נעמט מען געווענליך א סעמפל נאך 100 טעג צו זען וויאזוי זאכן גייען.



מיר וועלן נעמען די הויפט קאטעגאריעס פראגן און אישאוס און יעדער איינס וועט מען לייגן א רעיטינג פון A זייער גוט, ביז D שלעכט,

עקאנאמיע,
אימיגראציע,
אויסערן פאליטיק,
אינערן פאליטיק.



צו באקומען מער פרעספעקטיוו האב איך אהערגעברענגט מיין חבר מיט די פען נאמען צוויי גילדן, און איך וועל נוצן מיין פען נאמען אבזערווירער.


(די אנאליז וועט קומען שטיקליך ווייז אין די נעקסטע פאר שעה )
 
IMG-20250430-WA0005.jpg


- עקאנאמיע -



אבזערווירער


די גרעסטע ווייטאג וואס וויילער האבן גענומען צום שטים בודקעס איז געווען אינפלאציע,

ס'האט טאקע אפיציעל נאכגעלאזט אבער עס מיינט נישט אז ס'איז אוועקגעגאנגען, נאר אויפגעהערט ארויפצוגיין נאך מער , און כמעט 3 פראצענט איז נאכאלץ זייער הויך היסטאריש,

ווי מען שטייט יעצט איז עס געפאלן מיט כמעט א האלבע פראצענט צו 2.5 פראצענט וואס איז האלבוועגס פון די גאנצע וועג פארבליבן ביז די געוויינטלעכע אונטער צוויי ציל.

די הויפט אורזאך פון די פאל איז די טראסק אין ענערגיע קאסטן, וועלכע זענען געפאלן וויבאלד די אויל מארקעט איז לויז געווארן מיט זייער פארקויפונגען וויבאלד זיי ווייסן אז ס'קומט א גרויסע ''בעיבי דרילעריי''.



צוויי גילדן


די ריכטיגע אינפלאנציע האט דאך פאסירט דריי יאר צוריק, אויף די ביכער איז דאך עס שוין כמעט אינגאנצן אראפ שוין פאר די לעצטע יאר צייט.

אבער די אמעריקאנע המון האט נאכנישט פיזיש געזען די טויש אין זייער קעשענע, זיי ווילן קלאר זעהן דעם טויש וויאזוי ס'פאסירט.

כ'מיין די אמעריקאנע בירגער שפירן נאכאלץ נישט די פאקטישע ערנסטע טויש אין זייערע טאשן, די לופט איז נאכאלץ נעגעטיוו, אין די לופט שפירט מען נאכאלץ די קאוויד נאכווייען.

על אף וואס איך האלט אז בעצם שטייט מען שוין גוט כלפי אינפלאציע פאר די לעצטע יאר ס'פארט אין א גוטע ריכטונג, אבער די אמעריקאנע עולם וויל עס דווקא זעהן אויף גרינע און בלויע פאפירן.

מילא אפילו די גאז פרייזן איז 'אביסל' אראפ, אונטער ביידן איז עס אסאך מאל געווען די נומערן, אפילו אייער שטייט בעסער ווי יאנואר 20 שטייט עס אבער ערגער ווי נאוועמבער 20 ..



- דשאבס און וועידשעס


אבזערווירער


דשאבס און וועידשעס זענען געווען אקעי בעפאר ס'איז בלויז די אינפלאציע וואס האט אויפגעגסן די וועידש העכערונג, אבער וועט עווענטועל בעסער ווערן מיט א אפשטעל צו די אימיגראציע פלוס.


צוויי גילדן


די מעשה מיט דזשאבס און וועידזשעס איז קלאר אז ס'איז יענע צייט ארויף אינאיינעם מיט אינפלאציע, צו ס'איז ארויף גענוג שטארק גיי איך נישט זאגן אבער ס'איז ארויף א שיינע חתיכה.
די פראבלעם איז אבער אז ווייל ס'איז אזויפיל ארויף, און ס'איז דאך געווען די ברייטע אינפלאציע האט דאך עס אויפגעגעסן די געלט פון די ביזנעס האט מען געמוזט אנהייבן פייערן ארבעטער וואס איז דאך געווארן א גאר גרויסע עקספענס און ס'איז געווארן גאר טייט מיט טרעפן דזשאבס ווייל ביזנעסער האבן זיך נישט ערלויבט פרישע ארבעטער וואס איז געווארן א מער ערנסטע עקספענס.

יעצט האלט מען ביים שטאפל אז ארבעטער זאלן אויך איינזעהן אז זיי דארפן דיפלעיטען זייערע וועידזש עקספעקטעישאנס.

אגב די ארבעטער באריכט פאריגע חודש אונטער טראמפ איז געווען זייער גוט בעסער ווי עקספעקטעד און טאקע אין די פרייוואט סעקטאר מ'זעהט די עולם אנערקענט אז מ'דארף טרעפן דזשאבס אפילו פאר ביליגע נומערן..



- די GDP

אבזערווירער


איז נאך צו פרי צו זען.

צוויי גילדן

גא"מ
 
IMG-20250430-WA0006.jpg

- טעריפס

יעצט צום אלעמען באקאנטן טאריפס, וואס שטעלט זיך פראנט פון די רייע און פארכאפט די גאנצע אטענטשן.


אבזערווירער


דארף מען אנהייבן אז ס'איז דעפענעטלי נישט געווען ערווארטעט, יא ס'איז געווען טייל פון זיין קאמפיין, אבער אויב מ'איז געגאנגען מיט היסטאריע פון זיין ערשטער טערמין איז עס ווייט נישט געווען דאס.

ס'איז געווען א איינמאליגע טאריף אויף כינע און נישט די יעצטיגע סטייל נומערן, א נומער וואס דו האסט געהאט צייט צו מאכן באשלוסן בשעתן מאכן קלענער מארדשינס, און ביסט נישט געווען געצווינגן אלץ צו לייגן אויפן קאנסומער אויפן ערשטן מינוט,

קאנאדע מעקסיקא איז ער זיך פאריגע מאל אויסגעקומען בעפארן לייגן די טאריף און ס'איז ווייטער נישט געווען ערווארטעט וויבאלד מ'איז זיך דאך אפיציעל אויסגעקומען.

ווען מ'איז געווען אין טרענזישן זענען ביזנעס פירער געווען אויף א ''היי'' ביי יעדער אינטערוויו אויף 'CNBC ביזנעס' האט זיך געפילט די ענערגיע פון א נייע פרא ביזנעס אדמיניסטראציע,

ביי די איינשווערונג איז יעדע טעק סוחר מיט א B ביים נאמען געקומען צו פליען, לינקע מעגא פארטשן 500 פירמעס זענען אלע געקומען קישן די רינגל קיין מאר-א-גאזא און אריינגעווארפן אפאר פרוטות פאר די איינשווערונגס קאמיסיעס.

די פריוואטע equity מענטשן זענען ספעציעל פרייליך געווען וויבאלד זיי זענען פטור געווארן פון די היסטאריש אנטי manager אדמיניסטראציע.

אבער יעצט שטייען זיי אלע און בייסן מיט די נעגל, קיינער ווייסט נישט וואס די פיוטשער וועט ברענגען, וועלכע אינדוסטריע וועט קענען באקומען די רויטע מעשר שמוץ אזויווי עפפל און אזהו למות.

ס'איז נישט קלאר צו ס'איז בלויז א מעסידשינג פראבלעם אדער א סטראטעגיע, אדער גאר א מלחמה אויף טראדיציאנאלע פרי און פעיר טרעיד.

איין מינוט הערט מען אז די טאריפס וועלן בלייבן וויבאלד ס'איז נוצבאר, און די אנדערע מינוט אז מ'גייט מאכן דיעלס.

איי ס'איז נאר מעסידשינג? און פארוואס זאל מען נישט גלייבן אין די דשיניעס פון די ארט אוו די דיעל? ,

די תירוץ איז געפלאכטן, איינס טאקע וויבאלד די מעסידשינג איז אזוי געמישט מיט פאלטשע סטאטיסטיקס אזויווי די באקאנטע 'ריסיפיקל' טשארט און נאך אסאך קלעימס קענסטו נישט וויסן צו ס'איז סתם א בלאף א חלק פון די סטראטעגיע און מעגליך הערשט טאקע א ערביביה,

צווייטנס ווען דו האנדעלסט נישט קלאר ווייסט נישט דיין קאנטער-פארט וואס דו ווילסט און וויאזוי קען ער האנדלען, און אויך דארפסטו געדענקען אז יענער איז אויך א מענטש און אויב דו מאכסט פאלטשע באשולדיגונגען וועט ער נישט קומען צו לויפן פאר דיין וואוילזיין.

לדגמה אייראפע איז נישט אזוי אנגעוויזן אויף אמעריקאנער טרעיד און אמעריקע וועט פילן אסאך שטערקער די גאנצע עפאכע, און נאך מער זייערע פירער פארלירן גארנישט זײ זענען מארטירער קעגן טראמפ, און זייערע בירגער וועלן ריכטן זייער גרימצארן אויף טראמפ ענדערש ווי אויף זיי.

(זייטיגע נאטיץ קאנסומער קאנפידענץ איז אויך שטארק אראפ און ס'איז נישט סתם א פאול נאר אפעקטירן דירעקט ספענדינג שטאפלען, און ס'איז גאר וויכטיג אז ס'איז הויך.)


מיין רעיטינג איז א B ס'איז דא אסאך גוטע חלקים אסאך גוטע אספיראציעס, אבער זאכן דארפן עווענטועל טאקע פאלן אין פלאץ.


צוויי גילדן

די עיקר טראמפ אליינס ווייסט נישט וואס ער וויל עכט צוקומען, ווייל ווען יא וואלט ער נישט געטון די אלע זאכן.

ס'קען זיין אז ער האט נישט קיין פראבלעם מיט דעם, און ער גייט צו מיט א מהלך לאמיך בעטן טויזענט זאכן און אים אינטערסירט נישט אז ער באקומט נאר איין זאך..
אבער ער איז בכלל נישט קלאר נישט פאר זיך און נישט מיט זיין מעסעדזשינג וואס ער וויל צוקומען.

פון איין זייט זאגט ער אז ער וויל צוריקברענגען מעניופעקטשערינג צו אמעריקע און דאס איז זיין ציל, פון די אנדערע זייט הייסט עס אז ס'קומט מעגליך א דיעל מיט אינדיע וואס לויט ווי די מידיע באריכטעט איז עס א דיעל אז מ'וועט איינטוישן גאר אסאך פראדוקטן אנשטאט פון טשיינע וועט מען עס נעמען פון אינדיע.

דעס העלפט נישט נישט די טרעיד דעפיציט, און דאס העלפט נישט אמעריקאנע מעניופעקטשערינג.

יעצט זאגן פילע אז זיין עכטע ציל איז ביי די ענד געווען טשיינא.
האלט איינער באמת אזוי? ווען ער וויל ווען נאר אונטערברענגען טשיינא וואלט ער נישט געשטאנען שטערקער ווען ער צוקריגט זיך נישט בעפאר מיט אלע לענדער?
ער אליין זאגט קלאר אז ער האט נישט עכט געוואלט ס'זאל ארויפגיין אזוי הויעך די טאריפס, און ס'איז זייער מסתבר אז ער האט געהאלטן טשיינא וועט נישט לייגן נקמה טאריפס נאך זיין סטראשע אז ער גייט צוריקלייגן, ער האט ווי ס'קוקט אויס באמת אזױ געהאלטן אז זיי גייען זיך אפשטעלן דערווייל האט עס נישט פאסירט, און טשיינא איז זייער קאנסיסטענד מיט די מעסעדזשינג, און איז זייער קלאר אז זיי טרעטן נישט אפ.
 
IMG-20250430-WA0007.jpg

- אימיגראציע -


ס'איז נישט קיין סוד אז דאס איז די שטארקייט פון די אדמינעסטראציע און ס'איז אזוי נישט קיין אישו מער, אז ס'איז שוין געפאלן צו די אונטערשטע טייל פון די ליסטע פון פריאריטעטן ווען מ'פרעגט אויס די מענטשהייט.

פון 3 מיליאן א יאר צו עטליכע טויזנט א מאנאט, וועלכע ווערן באַלד צוריקגעדרייט.

די דעפארטאציע נומערן זענען טאקע נישט אזוי הויך און ניטאמאל אזוי הויך ווי געוויסע צייטן אונטער די 'דירפארטירער אין טשיף' באראק 'כוסעין' אבאמא ווי טראמפ גלייכט אים צו רופן ביים פולן נאמען, אבער דאמאלטס האבן פיל מער פראבירט צו אריבערקומען און א צוריקדריי ציילט זיך די זעלבע ווי א געכאפטער אין לאנד.

די נומערן פאר די ערשטע 100 טעג זענען בערך 140 טויזנט, דאס איז א האלב מיליאן פער יאר, טאַקע א שפיי אין וואסער אבער ס'איז גאר א שווערע זאך צו גיין כאפן מיליאנען מענטשן.

טייל זאגן אפילו אז ס'איז נישט קיין גוטע געדאנק ארויסצוווארפן מיליאנען מענטשן וואס זיצן שוין דא פאר יארן, איך בין אבער אין די אנדערע חדר וואס זעהט נישט אז וויבאלד האסט דיך אנגערוקט דריי יאר צוריק אונטער א אפענע גרעניץ האסטו עפעס א אחוזה דא,
סא ארויסווארפן 5 מיליאן וואלט געווען גאר געווינטשן אבער לאמיר זיך האלטן רעאליסטיש.


צוויי גילדן


יאפ ווי דו זאגסט.
אימיגראציע בארדער סעקיוריטי קומט זיך פאר טראמפ א טשעק פלאס.

און כ'וועל דיר זאגן נאכמער קומט זיך אים נאך א פלאס פארן טון ווייניגער ווי זיין פי-אר.

אנפאנג האט מען אנגעהויבן ארעסטירן רענדאם תמימות'דיגע ספאנישע, איך האב דעמאלטס געשריבן אז ס'גייט שטארק בעקפייערן טראמפ סיי ווייל מענטשן קוקן אן שלעכט ווען מ'ווארפט ארויס זייערע וואילע ארבעטער וואס האבן דא קינדער, גוטע קלינינג לעדיס וכו וכו מ'וויל עס נישט און מ'קוקט עס אן אכזריות'דיג, און בכלל קלאפט עס נישט גוט אויס אין די ביזנעס וועלט ווי די ספאנישע טוען ע''פ רוב זאכן וואס אמעריקאנע האלטן נישט ביים טון.

טראמפ האט נאר פאר צוויי וואכן פראפעגאנדירט כל מיני ארעסטן ער האט צוגעזאגט 1800 ארעסטן טעגליך. למעשה האלט מען ניטאמאל טויזענט טעגליך און די עיקר פאוקעס פון ארעסטן איז בעיקר אויף קרימינאלן.
 
IMG-20250430-WA0008.jpg

אברעגא גארסיע

עם עס-13 יוניט מעמבער אדער מערילענד פאטער ווי ער ווערט גערופן אין געוויסע ציקלען.

אבזערווירער


מ'קען אפיציעל טוישן די טיטל פון 'די פארטי אוו סטופיד' פון רעפאבליקאנער צו דעמאקראטן, ווען דו זעהסט א פארשוין מיט טאטוען אויפן פנים טראכט צוויי מאל פארן לייגן דיין פאליטישע קאריערע אויפן ליין לכבודו.

ס'איז געווען א גאנצע טענהריי צו וועלכע קהילה ער באלאנגט און ווי א וואוילטעטיגע מענטש ער איז טאקע, צום סוף איז ארויסגעקומען אינפארמאציע פון פילע ערטער וואס דייטן אן אז ער איז א גענג מעמבער און אפילו אן דעם איז ער געווען אין געריכט פאר ווילדע שלום בית פראבלעמען.

אין אנהייב איז די מעסידשינג פון די טראמפ לאגער געווען שוואך און די גאנצע באווייז אז ער איז געווען א גענג מעמבער איז געקומען פון דאס וואס איינער וואס האט אים נישט ליב געהאט האט דאס געזאגט פאר א פאליציאנט, און אין יענע פאל האט די געריכט עווענטועל נישט געפונען אז ס'איז דא גענוג באווייזן דערפאר אדער פאר קרימינאלע אקטיוויטעטן.

למעשה האט זיך עס אויסגעארבעט פאר טראמפ, וויבאלד ס'האט געהאלפן דעמאקראטן אריינפאלן אין לאך, אבער כ'מיין אז די מעסידשינג איז נישט געווען קיין פון פאראויס געפלאנטע זאך פאר א פאסטקע, נאך א חלק פון די טרענד.

ס'איז אויך געווען א אנדערע, די 'בארבער' וועלכע איז געשיקט געווארן צו על סאלוואדאר און דארט איז טאקע געווען א טעות, און די מעסידשינג איז אויך געווען שוואך, און יענער איז ניטאמאל ארויסגעלאזט געווארן, כ'מיין די פראבלעם איז אז זיי זענען 'פאראנויד' צו מודה זיין אין טעותים וויבאלד ס'גייט אנהייבן די צוזאמפאל פון די אימעדש, אבער אין אזא פאל דארף מען אדער קומען מיט די באווייזן אדער מודה זיין.


ס'איז גראדע א מאדנע זאך אז געזעץ אינפארסירונג זאל דארפן אראפלייגן זייער קעיס אין פאבליק טראץ וואס אזא זאך באלאנגט אין געריכט, אבער אין די פאל איז נישטאָ קיין געריכט, און אז מ'זעהט אז זיי פאנגען אן צו פארענטפערן און קעקעצן אן קיין געהעריגע ענטפערס איז עווענטועל דא די באקאנטע פאקטאר פון די 'קאורט אוו פאבליק אפינעאן' און פאר זיין טובה אויב ער וויל בלייבן פאפולער.


צוויי גילדן


די מעשה מיט גארסיע איך ווייס נישט דעם אמת.

אבער אויב ווייסן די דעמעקראטישע פירער יא קלאר אויף הונדערט פראצענט אז ער איז נישט קיין גענג מעמבער האלט איך וואלט די פייט געווען א גאר גוטע זיך צו שטעלן.

טראמפ האט גענומען א מערילענד איינוואינער און אים פארשיקט וויל ער איז א ספאנישע, אן קיין שום געריכט, אן גארנישט דזשאסט ווייל אזוי האט די קעניג אפגעמאכט, און נאכמער ווי אפילו נאך וואס די געריכט האט גע'פסק'נט קעגן די אדמעניסטראציע פייפן זיי אן.

אבער ווי איך שרייב די גאנצע צייט.
כעת זענען די דעמעקראטן אין די ערד תרתי משמע.
ניטאמאל די טאריפס גייט זיי העלפן, ניטאמאל די רוסקריינא מלחמה גארנישט.

ברענגסט א ראיה אז זייער פי-אר איבער גארסיע העלפט נישט, פרעג איך דיר דו זעהסט בכלל עפעס א פי-אר וואס העלפט זיי יא?

טראמפ און זיין אדמיניסטראציע זענען בולדאזערס אין פי-אר. טראמפ איז אייביג אזוי געווען און די יעצטיגע אדמיניסטראציע איז די גאנצע אדמיניסטראציע גאר גוט, מעגליך איז עס סוזי וויליס קרעדיט? כ'ווייס נישט.


רעיטינג

אבזערווירער A
צוויי גילדן A
 
IMG-20250501-WA0000.jpg

- די געריכט שלאכטן

אבזערווירער


דא האב איך שטארק הנאה און ס'איז א שטארקע אימפראוומענט פון די ערשטע טערמין, אז זיי לאזן זיך נישט דיקטירן דורך יעדע פון די 1,500 פעדעראלע ריכטער און פירן אויס,
ביידן האט ניטאמאל געדעקלט פאר די סופרים קארט מיט סטודענטן לאונס.


צוויי גילדן


ביי מיר איז עס גאר פארשטענדליך די געריכטן פונקט ווי ס'איז מיר פארשטענדליך דאס אז טראמפ זאל נוצן עקזעקטיוו מאכט צו מאכן און טוישן געזעצן.
ביידע זאכן זענען נישט די נארם צו נוצן אזוי אפט, אבער ווען איינער טוט עפעס קעגן די נארם איז פארשטענדליך אז מ'וועט אויך קעגן די נארם נוצן די טאאל וואס העלפט קעגן יענעם'ס נישט נארם.

רעדסט איבער דעם אז טראמפ לאכט זיך אויס פון די געריכטן.
ס'איז לאו דווקא געריכטן, ער איז כעת אויף א גאר שטארקע פאזיציע. ער מיט די גאנצע מאגא לאגער לאכן פון אלעס און אלעמען יעדער וואס רעדט אדער טראכט קעגן דעם פירער הערט מען ניטאמאל אויס און איז טאטעלי אפגעפרעגט, און זיי געבן טאקע נישט קיין דעקל פאר גארנישט, ס'לייגט אים אין א גאר שטארקע פאזיציע.

די קעגנער די דעמעקראטן קענען עס שפירן און דאס מעגליך ברענגט אויך אראפ זייער מוט און זייערע פראוון זיך אויפצוהייבן.
 
Back
Top