טעגליכע נייעס+

IMG-20250501-WA0001.jpg

- אויסערן פאליטיק -


לאמיר אנהייבן מיט אוקריינא וועלכע האט זיך אנגעהויבן ערשט.

אבזערווירער


א אוקריינא געווינס איז זייער נישט רעאליסטיש ספעציעל ווען זיי דארפן צוקומען צו יענעם, און די אלע האבן אנגעהויבן אויסלויפן פון געדולד,

אבער פטינס פריינד ווי קים און די מולאס אין איראן דארפן זיך נישט פארענטפערן פאר די בירגער פארוואס ס'איז דא ווייניגער געלט פאר אנדערע פונקט ווי פוטין האט נישט די פראבלעם.

געצילטע און סעקסעספולע אטאקעס אויף איינצעלנע סיסטעמען אדער פיגורן וועט נישט אפשטעלן די רוסישע מיליטערישע מאשין, וועלכע איז שוין אין ביזנעס פון נאך בעפאר נאפאליאן.

איז געווען די קלוגסטע וועג זיך ארויסצופעקלען עטליכע מאנאטן צוריק ווען זיי האבן געהאט סוקסעסן אין קורסק און געזעהן אז עווענטועל וועט די מערב וועלט'ס געדולד אויסלויפן.

נאר וואס דען, אוקריינא און זאלענסקי האבן א עגא און פון די אנדערע זייט א ווייטאג און מיט רעכט, ס'איז שווער צו אויפגעבן ווען מ'שטייט גוט און נאך אזויפיל פארלוסטן, דאס נעמט א פירער איינס אין די וועלט.

די פראבלעם איז געווען אז די ביידן אדמיניסטראציע איז נישט גרייט געווען צו צוברעכן זאלענסקי און איינשטעלן א קארעא סטייל פראנט לינע אפשטעל,

ממילא איז דא געווען טראמפ'ס סוקסעס,

צו באשרייען זאלענסקי אין פאבליק וואס האט נישט יעדעם אדער מיר געשמעקט איז מער די קליינע פיקטשער,
זאלענסקי זינגט שוין א אנדערע ליד אינגאנצן, ער איז שוין עכ'פ רעטאריש מסכים אויף א שלום אפמאך, ער האט דאס אפילו דעמאסטרירט ביי די ערשטע פאר מינוט פון די 30 טאג פייער אפשטעל, ביז פוטין האט עס געבראכן און געמאכט דאס גענאר טראמפ.

און דא פאנגט זיך אן די פראבלעם.

טראמפ אדמיניסטראציע 2.0 קוקט אויס צו זיין אנדערש ווי די ערשטע, און צום שפיץ דער וויטקאף וועלכע דרייט זיך מיט טאקער'ישע פויגלען אין קאפ.

''לאמיר נאר רעדן שיין צו זיי און מיר זענען אייביג געווען דער וואס האבן אנגעברענגט מלחמה'', זיי וואס האט פאקטיש אריינמארשירט מיט די טאנקען זענען פשוט געווען געצווינגן, און אויב מיר וועלן עפעס טון דערצו וועט דאך אויסברעכן א דריטע וועלט קריג און טויזענטער אמעריקאנער סאלדאטן וועלכע שטארבן...''

איי זיי וועלכע דו טענה'סט אייביג זענען די קלוגע און געלונגענע אין אויסערן פאליטיק וועלכע מאכן נישט קיין פאטאלע טעותים יעדער פאר יאר, מאכן זיך קיינמאל נישט די חשבונות און האלטן זיך נישט צוריק, גוטע קשיא.


טראמפ האט אייביג גערעדט שיין צו דיקטאטורן אבער דאס מיינט נישט אז ער האט זיי עפעס פאקטיש געגעבן, ער גלויבט אין פרעזענליכע באציאונגען און ס'הייבט אויך ברעמען, געווינס געווינס.

וויטקאף און טראמפ האבן גענומען א רעפוטאציע ריסק מיטן מעלדן א 30 טעג פייער-אפשטעל און פוטין האט זיי געוויזן אין פנים.

סא פארוואס שפילן זיי נאך אזוי שיין, יעצט איז די צייט צו צוברעכן פוטין.

זאגן אז אפשר וועסטו אנהייבן טראכטן פון סאנקציעס, דאס האסטו דאך אראפגעריסן אונטער ביידן, און באמת וויפיל האט עס געהאלפן?


דו דארפסט האבן לעוואידש און דו האסט זערא.
די איינציגסטע לעוואידש וואס דו האסט איז געבן איבערוואגנדע מאכט פאר אוקריינא צו טוישן די שיקזאל פון די מלחמה.

און דא שטעקט די פראבלעם ער איז געלאפן קעגן געלט צו אוקריינא, יעצט וועט ער צומישן זיינע שטיצער,

די וועלכע האבן זיך א עצה געגעבן מיט די טאריפס זאג איך זיך נישט...

אבער עס קען זיין מיט א אנדערע מהלך, פון היינט און ווייטער קויפן זיי די עקוויפמענט אנשטאט באקומען בחינם, און מ'קען זיין אפילו געבן סטעלט פליגער אויף א לאון מיט הויכע אינטרעסט, עס דארף זיין אויף די מעניו אז דו ביסט נאר גרייט צו גיין די דירעקציע האסטו שוין די לעוורידש.
 
IMG-20250501-WA0002.jpg

יעצט צו מד'י.


''די טויערן פון גיהנום וועלן זיך עפענען ! אז זיי לאזן נישט ארויס די משכונות.''

באלד פאר'ן אריינקומען איז געווען די לעצטע סעקסעספולע משכונות אויסטויש און ער האט גענומען קרעדיט דערויף, ס'איז זיכער אז מערסטנס פון די ארבייט איז געטון געווארן דורך די ביידן טיעם, אבער צום סוף האבן אויך די טראמפ מענטשן געארבייט דערויף און ס'איז א לעגיטימע טעאריע צו זאגן אז כאמאס האט זיך אביסל דערשראקן און טאקע אויסגעפירט אנשטאט ארומשלעפן נאך מער.

אבער באלד דערנאך האבן זיי זיך אריענטירט... 'די טויערן פון גיהנום האבן זיך נישט געעפענט', און אזויווי איך האב שוין ליאמערט בעפאר קען אמעריקע מיט זייערע עירקרעפט קעריערס און נוקלעארע סובמארינען נישט טון מער פאר כאמאס ווי די מד'י פליגער.

וואס יא, אין ווארהייט איז די איינציגסטע סיבה פארוואס עס קומען פאר אויסטוישן איז צו געבן כאמאס צייט צו אטעמען, אנהאלטן די פסיכאלאגישע דרוק אויף די מד'י בירגער, און מאכן די מד'י מיליטער אנהייבן פון פריש יעדער מאָל, אזוי דארפן זיי פאקטיש אייננעמען גרויסע טיילן פון עזה 5-6 מאל, און דאס איז די טייל פון די סיבה פארוואס עס נעמט אזוי לאנג, און טראמפ לאזט די מיליטערישע, עקאנאמישע און הומאניטערישע דרוק אנגיין אומגעשטערט,

אבער פון די אנדערע זייט קען מען זאגן אז ס'איז דא נייע גענעראלן אין די מד'י פירערשאפט און דאס ביישטייערט צו די טויש אין די מיליטערישע קאמפיין.

עס איז ווערט צו באטאנען אז דא האבן וויטקאף וכת דליה אויך געמיינט אז זיי זענען די ערשטע קלוגע מענטשן אויפ'ן פלאנעט , און געגעבן וואלידאציע פאר כאמאס אז זיי פארהאנדלען מיט אמעריקע אליינס פאר אמעריקאנער בירגער, און דערביי אונטערגעברענגט מד'י, און באקומען א שפיי אין פנים.


צוויי גילדן


טראמפ האט זיך זיכער צונער געלייגט מיט זיינע גיהנם סטראשעכטצער ס'דערמאנט פון ביידן'ס 'דאונט'.

אבער בעצם האלט איך מ'קען גארנישט טון מיט כאמאס ממילא, כ'האב געהאלטן טראמפ האט גוט געטון מיט די ערשטע דיעל.

און בעצם האב איך געהאלטן טראמפ גייט נישט לאזן מדנ''י אנהייבן די מלחמה נאכאמאל כ'האב געהאלטן ער וויל רואיגקייט און ער גייט לאזן מדנ''י אויפן וואסער אויב ס'גייט שטערן די אימעדזש אז אונטער טראמפ איז דא מלחמות.

אבער למעשה לאזט זיי יעצט טראמפ טון וואס זיי ווילן, פאר די פרא מדנ''י חברה איז עס א שטארקע זאך, און מעגליך אפילו פאר גערעכטיגקייט אויב מדנ''י איז מסכים פון זייער זייט צו זיין אין מלחמה אפילו מיטן נישט צופיל אויפטון איז פארוואס זאל טראמפ שטערן בשעת מ'אטאקירט א טעראר גרופע.

(אבער איך בעצם האלט די איינציגסטע זאך וואס פעהלט דא אויס איז א דיעל.
כאמאס קענסטו נישט אינגאנצן אונטערברענגען, האסט זיי גענוג צוקנאקט, ברענג אהיים דיינע משכונות און ברענג צוריק די לאנד די די רואיגע יארן נישט אונטער מלחמה)

און די ארבעטן אונטער מדנ''י רוקן פאר די משכונות זעה איך נישט וואס איז שלעכט.
אז מדנ''י זארגט זיך נישט פאר זייערע משכונות קענסטו נישט אפהאלטן אמעריקא יא צו טון מער.
כ'האלט אז טראמפ האט דא גענומען גאנץ א גוטע מהלך.
 
IMG-20250501-WA0003.jpg

הוטי'ס

אבזערווירער


דאס איז די טייל וואס די נייע אדמיניסטראציע האט גענומען די מערסטע אקציע איבער אויסערן פאליטיק.

די הוטי'ס האבן געמאכט א דעפאקטא שיפן בלאקאדע אויפן רויטע ים אנגעהויבן מיט מד'י שיפן און גענדיגט ביי יעדעם, מיטן פארכאפן איין שיף און שיסן דראונס און מיסלס אויף אנדערע.

יעצט דארפן סחורה טרעגער פון אזיע קיין אייראפע ארומגיין אפריקע וואס נעמט נאך 10 טעג און קאסט אסאך מער געלט פאר שיפינג, און פארשטייט זיך אז קיין מד'י קומען זיכער נישט געהעריג שיפן.

מד'י פארטן ווי חיפה זענען נישט גענצליך ליידיג וויבאלד רוב סחורה קומט פון אייראפע אפילו עס קומט ארגינעל פון אזיע.

יעצט וואס ביידן האט געטון איז זיכער נישט געווען קיין אפציע סתם באמבאדירן א מיסל דא דארט,

אבער יעצט האלט מען א ביליאן אריין אין די אפעראציע און ס'איז נישט קלאר וואס מ'האט אויפגעטון חוץ פון אומברענגען אפאר פארטשיילע לייט.

די פראבלעם מיט טעראריסטן איז אז זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו זיין מארטירער און פירער ווערן גרינג ערזעצט, מיסלס גיסט זיך דארטן ווי וואסער און היינטיגע טעג איז גרינג צו לייגן א האנט דערויף אין די מיטל מזרח ספעציעל אויב מ'האט אין די קאנטעקטס א חבר מיט'ן נאמען איראן,

דערפאר איז שווער צו זען וויאזוי מ'וועט אויסראטן יעדע איינציגסטע מיסל פון תימן.

די לעקציע איז א אלטע, א מלחמה איז גרינג צו אפהאלטן מיט די נויטיגע קאנצעקווענצן אבער איינמאל ס'איז אין קראפט איז שווער אפצושטעלן.

ס'איז געווען באריכטעט עפעס א פלאן פון שטיצן די ארטיגע אנדערע זייט פון די פראקציע , וואס קוקט אויס צו זיין די איינציגסטע מהלך וואס וועט העלפן אויב מעגליך.


צוויי גילדן


כ'ווייס נישט פארוואס טראמפ האט זיך גענומען א פייט מיט תימן וואס ער קען ממילא נישט זיגן, אמעריקא האט פיל מער שאדן מיט יעדע אטאקע ווי די תימנע האבן שאדן.
יעדע אמעריקאנע מיסיל איז טייער געלט, אמעריקא האט שוין פארלוירן אזויפיל טייערע ריפעיר דראונס דארטן.

כ'ווייס אויך אז מ'דארף זיי אונטערברענגען און ביידן האט געצייגט שוואכקייט און נאך יעדע אטאקע קעגן זיי האט זיך די ביידן אדמעניסטראציע פארענטפערט אז זיי האבן נאר אטאקירט אלץ דעפענס..
און טראמפ טוט זיכער בעסער ער דארף זיך נישט פארענטפערן נאכן זיי אטאקירן..
אבער ער האט גענומען א פייט וואס ער קען נישט זיגן אן באאטס אן דע גראונדס אויב בכלל.

און אויב וויל ער שטארק אפשטעלן די אטאקעס מצד די תימנים , זאל ער זיכער מאכן אז מדנ''י 'עגריט' צו א משכונות דיעל, דאס שיינט צו זיין די איינציגסטע וועג.

מיין איינציגסטע עכטע הסבר איז אז טראמפ האט אונטערגעשאצט די תימנע (אגב איך האב זיי אויך אונטערגעשאצט כ'האב אויך אזוי געהאלטן) און געהאלטן אז אויב גייט ער אזוי שטארק אטאקירן גייען זיי אויפהערן, דערווייל שטעלן זיי זיך נישט אפ.

אזוי אויך ווער געדענקט נישט ווי טראמפ האט געסטראשעט אז יעדע תימנע אטאקע גייט ווערן אפגעענטפערט אין איראן.. למעשה שטיי מיר יעצט אז ער ארבעט אויף א דיעל מיט זיי..
 
IMG-20250501-WA0004.jpg

סיגנאל.


לויט ווי מען שטייט יעצט האט זיך גאלדבערגס נאמען געסעיווט אין נאציאנאלע זיכערהייט רייטגעבער וואלץ'עס טעלעפאן דורך א אטאמאטישע פיטשער וויבאלד יענע גאלדבערג קאלאמניסט פון די אטלאנטיק האט געהאט א ענליכע נאמען צו א צווייטער.

קודם ס'איז א פראבלעם און דא קומט ווייטער אריין אויפריכטיגקייט און מעסידשינג.

באלד ווען די באריכטן זענען ארויסגעקומען האבן טראמפ און זיינע באאמטע באלד געזאגט אז ס'איז בלויז א ליגנט פון די פעיק ניוז, און אפילו אבסורד אנגעהאלטן די ליניע ווען די באווייזן זענען געווען קלאר.

אנערקען דערין, לייקן נישט ווען דו ווייסט אז ס'איז אמת, ס'העלפט דיר נישט, איבער קאנצעקווענצן איז א אנדערע מעשה.

ס'איז א טעות וואס טאר נישט געשען, סיגנאל איז באוויסט צו זיין באנוצט אין וואשינגטאן און איז בעיסיקלי פארזיכערט, איבער ווארפן איז מער קאמפליצירט וויבאלד דו מאכסט א עפענונג צו די וואונד.


צוויי גילדן


כ'בין כמעט ווי דיר איבער סיגנאל.

ס'איז א עוולה די לייכטזיניגקייט און אומביוראקראטיע וואס הערשט אין די טראמפ אדמעניסטראציע מיט האקעלע אינפארמאציע, ס'איז א חלק פון זייער טרענספערענט מהלך.. אבער ס'איז נישט ריכטיג צו זיין אזוי לייכטזיניג.

צו ס'האט געשאדט פאר טראמפ אוודאי נישט, ווי געשריבן פריער ווילאנג די דעמעקראטן זענען אין די ערד אן קיין פירער, גייט גארנישט שאטן פאר טראמפ.

ווי דו זאגסט ס'וואלט נאר געווען בעסער זיי זאלן זיין מער האנעסט איבער די גאנצע סאמאטוכע, און נישט חוש'ן מיטן כלל און אנערקענען אין זייער מיסטעיק.

אוודאי וואלט געווען די גרעסטע טעות ווען ער ווארפט ווען איינעם צוליב דעם.
 
IMG-20250501-WA0005.jpg

איראן

אבזערווירער


דא איז ווײטער די הויפט פראבלעם וויטקאף אין די מהלך פון זיין קעגן די איינציגסטע פלאן וועלכע ברענגט מיט זיך לעוורידש.

זיי זאגן אז זיי ארבעטן אויף א דיעל, אבער קענען נישט מחלק זיין וואס ס'גייט זיין אנדערש פון די אבאמא דיעל וואס טראמפ האט אזוי קאמפיינט קעגן, און לויט די באריכטן איז איראן ניטאמאל גרייט צו געבן דאס וואס זיי האבן געגעבן פאריגע מאל אזויווי אוועקשיקן אראניאום וועלכע איז שוין הויך בארייכערט.

פון די אנדערע זייט סטראשעט טראמפ אז ער וועט באמבאדירן, דא איז אבער אויך דא א פראבלעם,

פארוואס זאלן זיי זיין וויליג דאס אויפגעבן, און ערגסטן פאל נעמסטו עס דורך די באמבעדירונג, די באמבאדירונג סטראשע דארף זיין איבער מער ווי די נוקלעאר.


צוויי גילדן


איראן איז בעצם שווער צו רעדן ווייל קיינער ווייסט נישט וואס די דיעל גייט זיין, און וואס טראמפ וויל דא, צו ער וויל פלעין חוש'ן מיט איראן.

איך וואלט נישט קאמענטירט דערויף.

אבער איך בעצם האב נישט געהאלטן קעגן די אבאמא דיעל, חוץ פון די געבן די ביליאנען קעש בעפאר..


רעיטינג

אבזערווירער C
צוויי גילדן D

איך אינקלוד טאריפס אין אויסערן פאליטיק.
 
IMG-20250501-WA0006.jpg

- אינערן פאליטיק

אבזערווירער


דיפאנדן די יוניוועסיטעטן.

דאס איז גאר א געווינטשענע זאך און די הויפט אויפטוה דערפון איז נישט נאר אז מען באשטראפט זיי פאר זייער לייכטזיניגקייט ווען ס'קומט צו אנטיסעמיטיזם בשעת וואס ווען מען דיסקרימינירט אדער רייאטירט קעגן איינע פון די גרופעס וועלכע זיי גלייכן וואלטן זיי עס בכלל נישט טאלערירט.

נאר די יוניוועסיטעטן זענען שוין נישט נוצבאר פאר די פאבליק, זייער נוצבארקייט איז די ארגינעלע סיבה פארוואס זיי דארפן נישט צאלן קיין טעקסעס.

ס'איז נארמאל אז א פלאץ וואס שטודירט די נייע מעדיצינען און טעכנעלאגישע דורכברוכן זאל באקומען א ספעציעלע סטאטוס און גרענטס, אבער אויב זיי זענען סתם א סאציאלע לינקע פראיעקט דארפן זיי נישט באקומען פון די אויסגעהארעוועטע געלטער וואס מענטשן פארדינען.

ווען די סופרים קארט האט געאורטיילט אז זיי קענען נישט דיסקרימינירן ביים אויפנעמען, האבן זיי אנגעהויבן ארויסלאזן די ראסע קעסטל און געלייגט מער דגוש אויף די פרעזענליכע סטארי אספעקט, און אז מ'האט א עמאציאנעלע געשיכטע אויף ראסע ליניעס העלפט עס שטארק ארויס... און דאס איז אפיציעל.


טראמפ האט דא נאכאמאל געוויזן אז אסאך אין די רעכטע לאגער און פריערדיגע פרעזידענטן האבן גערעדט איבער דיסקרימינאציע, אבער ער איז א מאן פון אקציע.



צוויי גילדן


איבער טראמפ זיך נעמען איבער די יוניווערסיטעיטן און אזוי אויך ווענס אטאקירן אייראפע צוליב וואס זיי האבן נישט די זעלבע ווירדן ווי די יעצטיגע מאגא אדמעניסטראציע האלט איך איז א עוולה און דיקטאטורשאפט.

וואס איז פשט אז ווייל יענער האט DEI ליבעראלע פאלעסיס דיקעיטסטו אים.

שטעל דיר פאר ביידן טוט די זעלבע נאר פארקערט צו יוניווערסיטעיטן וואס האבן נישט DEI פאלעסיס.

נישט ווייל דו ביסט א פרומער מוז יענער זיין אזוי פרום ווי דיר.. ס'איז אקעגן דעמעקראטיע.

איבער די אנטיסעמעטיזים. איך האלט נישט אז די רוב פון די פראטעסטען הייסט אנטיסעמעטיזים, אוו אפילו אויב ס'איז יא געווען אמת'ע אנטיסעמיטישע אינצידענטן דארף מען טאקע קעיר נעמען און כ'גלייב מ'נעמט קעיר לויט ווי איך פארשטיי.
און אויב נישט דעמאלטס קען מען סטראשען, אבער איך פארשטיי די נישט קעיר נעמען ווייל ס'איז געווארן א גאנצע פארטייאישע פייט.
 
IMG-20250501-WA0007.jpg

די DOGE אגענטור


אבזערווירער


דא האבן דעמאקראטן אנגעהויבן מיט זייערע נידעריגע ספינס אז מ'גייט שניידן לעבנסוויכטיגע סאציאלע פראגראמען, אבער עווענטועל וועט עס זיי נישט העלפן און ס'וועט בעקפייערן אזויווי ראשא געיט.

מ'האט געמאכט נערישע ספענדינג די הויפט קעפל מיט די באקאנטע שופר מיטן נאמען אילאן מאסק.

וויפיל זיי האבן געשניטן איז אזויווי אסאך זאכן פון די אדמיניסטראציע, הערשט א ערביביה און איינגעוויקלט אין מיסטעריע.

זייער אפיציעלע נומער איז 160 ביליאן וואס איז גראדע גאנץ נידעריג קעגן די טריליאן א יאר ציל אבער די הויפט זאך איז אז מ'האט עס עקספאוזד, מער וועלן לינקע גרופעס אין אמעריקע און ארום די וועלט נישט באקומען קיין פרייע געלטער פון אנקל סעם צו ארבעטן פאר זייער פארטייאישע אינטערעסן קעגן די טעקס ביישטייערער.


ס'איז דא וואס טענה'ן אז טייל פון די געשפארטע געלט איז אויף א 10 יאר חשבון און דערפאר איז עס פיל ווייניגער, ווער ווייסט.

פון די אנדערע זייט איז היינט געווען גאר א פאזיטיווע ארטיקל אין ראויטערס, וואס באריכטעט אז דעמאקראטן אין די בודזשעט קאמיטעטן אין קאנגרעס און אין סענאט רעדן זיך אפ אז די אדמיניסטראציע האט געפרוירן איבער 400 ביליאן דאלאר.

איין חסרון איז יא דא פון DOGE אז יעדע 300 ביליאן נישט אויסגעגעבן נעמט אראפ א פראצענט פון די אפיציעלע GDP נומערן.


צוויי גילדן


איך האלט דאס איז א שטארקע זאך און הלואי זאל עס מצליח זיין.

אבער איך האלט נישט ס'איז געבליבן מיט די שיין און גלאנץ ווי ס'האט אויסגעקוקט אנפאנג.
בכלל האט אילאן מאסק אינגאנצן פארלוירן זיין גלאנץ, אין מיין אפיניאן איז ער שוין גארנישט ווערד ארויסצוהעלפן די טראמפ פראפעגאנדע, כ'האלט אז ווי ער גייט זיך אריינמישן גייט עס זיין קאנטער אפעקטיוו, מענטשן האבן באקומען א שלעכט בליק אז א בליאנער זאל פירן אמעריקא.
ווי מ'האט געזען אין וויסקאנסין און אין דייטשלאנד.

בכלל האט עס פארלוירן די גלאנץ ווייל מ'שפירט אז זיי טוען אומלעגאל וואס זיי ווילן, און די קאורט צושטערט יעדע פארשריט.

אבער איך פערזענליך קוק ארויס אויף יעדע קליינע קאט און כ'האף ס'וועט מצליח זיין.



טאקטיש


אבזערווירער


די דעמאקראטן זענען שרעקליך נישט אריענטירט, די בעסטע וואס זיי קענען איז שרייען 'הייפאטעטישע' ליגנטס אז מ'גייט שניידן סאציאלע סעקיוריטי,
זיי דארפן מאכן פאלטשע פיליבאסטערס אינעם סענאט און זיך קלאפן אין רוקן פארן רעדן 24 שעה.

זיי דארפן זיצן אויף די שטיגן פון קאנגרעס פאר שעות אין א פראוו צו באקומען אטענטשן וואס זיי באקומען נישט דערמיט.

און די נייע שטערן פון די פארטיי איז AOC וועלכע פליט ארום מיט בערני אין א פריוואטע דזשעט צו קאמפיינען פאר קלימאטן טויש.

אפילו מיט דעם מאדענע באבי קענעדי'ס אלס געזינטהייט מיניסטער, מוזן זיי בעל כרחם מודה זיין אויף א גרויס טייל פון זיין פלאטפארמע.


צוויי גילדן

יאפ די דעמעקראטן זענען אין די ערד און גייען בלייבן אזוי ווילאנג זיי נעמען נישט אויף א פירער.

איך קען נאכנישט זעהן אז עי-או-סי זאל זיין די פערזאן וואס גייט פאראייניגן די דעמעקראטן און זיין איר פירער אבער דערווייל קוקט אזוי אויס.

כ'ווייס נישט פארוואס איך האב נאכנישט אויפגעגעבן האפענונג אויף מישעל אבאמא..

גראדע פון די עקזיסטירענדע באקאנטע פאליטישאנס וואלט איך געזאגט קארי בוקער אדער עדעם שיף.


אינערן פאליטיק הגם איך גלייך נישט אלעס, אבער לויט וואס ער און זיין לאגער גלייכט מאכט ער א גוטע דזשאב און ער האט דערווייל די דעת הקהל.

רעיטינג

אבזערווירער A
צוויי גילדן ַA


ענדע -
 
Back
Top