טערעפיסט געזוכט צו טוישן די ווייב צו א מאדערנע פרוי

אבער אויב א פרוי איז קאלט אין אידישקייט, ווייס איך נישט אויב סאיז גרינגער
קאלט איז זייער א ברייטע ווארט, ס'גייט פון עטוואס פארלוירן די געפיהל צי אינגאנצען פארלוירן די געפיהל, ביז ברוגז און עמטליך אנטקעגען אידישקייט. קענסט מיך אנרופען משוגע, אבער פאר אלע די מדריגות (פאר די לעצטע מדריגה בלויז אויב די פייגעלעך אין קאפ איז פריש, לאפוקי פון איינער וואס איז שוין צען יאר אָו-טי-די) האלט איך אז אן אמת'ע ערליכע "און קלוגע" אינגערמאן האט גיטע שאנסן איר איבערצומאכן. נישט ביים אריינהאקן אין איר קאפ אז זי דארף זיין ערליך און זיכער נישט אז זי דארף תשובה טון. אויב די אינגערמאן איז צייטווייליג מעלים עין און לב פון אירע מעשים און ער גייט אן מיט זיין עבודת השם מיט א געשמאק. קען עס (אדער וועט עס) אסאך שנעלער משפיע זיין אויף איר צום גיטען, ווערסוס די גענצליכע פרומע קאָאָל-וואָנעבּי אינגערמאן וואס וויל טוישען זיין פרומע ווייב בלויז ווייל ער האט יעצט געזען א מחאה אויף די סארט קאפ-צודעק אדער יענע סארט סקירט און ער איז געווארן אנגערייצט פאר עס.

הגם ביידע זענען כמעט סעט מיט זייער מיינד, גייט אבער די פרומע פרוי שוין צוואנציג יאר מיט די מיינדסעט (מחינוך ואח"כ מהבנה עצמית), בשעת די קאלטער טונקט הערשט יעצט די פוס אין וואסער און האט אומ-אויסגעארבעטע געדאנקען אויף וואס זי וויל.

עס צו ריפרעיזען, ס'קען זיין כמעט אוממעגליך צו מאדערניזירן אן אמת'ע פרומע פרוי אן א טערעפיסט. בשעת פארקערט קען עס געלונגען אן א טערעפיסט, איך קען עס זען געשען.

(בחורים איז א מסכתא פאר זיך, נאכדערצו אויב די בחור וויל נישט לערנען די מסכתא. איך וואלט געהאלטען די שמועס איבער מענער מיט פרויען).
 
Back
Top