טאהש מאנסי רב ארעסטירט אין ארץ ישראל!

אויב אזוי פארוואס האט ער זיי חתונה געמאכט אין אר''י, באופן וואס ס'איז נישט געווען מעגליך אז מארקאוויטש זאל קענען קומען צו זיינע אייגענע קינדערס חתונה?
דו ווייסט אז ער האט? אדער אזוי האט א ניק דא געשריבן? דאכטס זיך אז געוויסע שידוכים זענען געווען קיין ארץ ישראל
 
אין בין די ניק וואס האט עס געשריבן
און איך ווייס עס אלץ א פאקט
איך קען דיך עס פראוון? ניין!
ס'מאכט עס נישט ווייניגער אמת
איך געדענק װען ער האט אהינגעטראגן א חתונה בשעת די מיידל האט געוואוינט (איך מיין אז אפי יעצט נאך די חתונה וואױנען זיי) אין אמעריקע
די שיינע תירוץ דעמאלטס איז געווען אז ער האט דארט אסאך משפחה
אבער אין פאקט וואלט אים געווען גרינגער און ביליגער צו אהערברענגען די פאר פון אר"י ווי אהינגעטראגן ביידע זייטן
בד"וו אויב איינער דא ווייסט מער פאקטן ווי די איינצעלנע וואס איך האב געשריבן ביטע שרייב עס דא
 
חוץ אויב זיי קענען אויך נישט ארויסגיין פאר עפעס א סיבה
 
אין בין די ניק וואס האט עס געשריבן
און איך ווייס עס אלץ א פאקט
איך קען דיך עס פראוון? ניין!
ס'מאכט עס נישט ווייניגער אמת
איך געדענק װען ער האט אהינגעטראגן א חתונה בשעת די מיידל האט געוואוינט (איך מיין אז אפי יעצט נאך די חתונה וואױנען זיי) אין אמעריקע
די שיינע תירוץ דעמאלטס איז געווען אז ער האט דארט אסאך משפחה
אבער אין פאקט וואלט אים געווען גרינגער און ביליגער צו אהערברענגען די פאר פון אר"י ווי אהינגעטראגן ביידע זייטן
בד"וו אויב איינער דא ווייסט מער פאקטן ווי די איינצעלנע וואס איך האב געשריבן ביטע שרייב עס דא
אויב דארף איינער פראוו אויף די באקאנטע פאקט. קען מען אפיר זוכן די חתונה בריוול
 
דו ווייסט אז ער האט? אדער אזוי האט א ניק דא געשריבן? דאכטס זיך אז געוויסע שידוכים זענען געווען קיין ארץ ישראל
גראדע געהערט פון איינער וואס קען אביסל די זאך
 
היינט איז געווען דער דיון איבער ר' אברהם כ"ץ? איינער ווייסט אן אפדעיט?
 
פארוואס קען נישט דער איידעם פארן קיין ארץ ישראל צו מיטהאלטן די חתונה?
 
אין בין די ניק וואס האט עס געשריבן
און איך ווייס עס אלץ א פאקט
איך קען דיך עס פראוון? ניין!
ס'מאכט עס נישט ווייניגער אמת
איך געדענק װען ער האט אהינגעטראגן א חתונה בשעת די מיידל האט געוואוינט (איך מיין אז אפי יעצט נאך די חתונה וואױנען זיי) אין אמעריקע
די שיינע תירוץ דעמאלטס איז געווען אז ער האט דארט אסאך משפחה
אבער אין פאקט וואלט אים געווען גרינגער און ביליגער צו אהערברענגען די פאר פון אר"י ווי אהינגעטראגן ביידע זייטן
בד"וו אויב איינער דא ווייסט מער פאקטן ווי די איינצעלנע וואס איך האב געשריבן ביטע שרייב עס דא
איך האף אז דו זאגסט די ליגענט בשוגג. ווייל די צוויי אייניקלעך וואס האבן חתונה געהאט דערווייל (כ'קען זיי פון ישיבה) זענען ביידע איידעמער אין ארץ ישראל, און ביידע וואוינען דארטן.

חוץ אויב דו מיינסט צו זאגן אז ער האט דירעקט געטוהן שידוכים קיין ארץ ישראל פאר די סיבה. דארף מען רעדן מיט דעם וואס האט אויסגערופן די שידוך 40 טעג קודם יצירת הולד.
 
באקומען די פאלגענדע פון א חשובע ניק הרוצה בעילום שם און האט געבעטן מפרסם צו זיין.

איך בין אביסל אינוואלווד אין די פרשה מתחלתו ועד סופו. איך קען אלע אינסייד אינפארמאציע, מיטגעהאלטן רוב זאכן פירסט הענד, גערעדט מיט די עסקנים און מיט משפחה פון ביידע זייטן.
יצחק ראבינאוויטש איז א קאנטראל פריעק וואס ווייניג קענען זיך פארשטעלן. ער האט איין איינציגע מטרה, לייגן זיין איידעם אין דער ערד און אים אונטערברענגען, באיזה אופן שהוא. מפרסם זיין ליגנט אויף אים און אים באשמוצן. דער איידעם פארלאנגט ווייט נישט אזויפיל געלט וויפיל יצחק ראבינאוויטש פארקויפט אין די גאס, בעסיקלי בעט ער זיך צו קאווערן פון די אלע שאדן און הוצאות אין קאורט וואס דער שווער האט גורם געווען מיטן אים שלעפן אין קאורט לאנגע יארן. יצחק האט שוין מסתמא געספענדט 20 מאל מער געלט פאר עסקנים און לאיערס פון וויפל דער איידעם פארלאנגט. ער האט בכלל נישט קיין פראבלעם מיט דעם סכום.
אלעס וואס דער איידעם מארקאוויטש פארלאנגט איז א ריעזאנעבל סכום פון געלט, און אז ער זאל קענען זעהן זיינע קינדער וואס ער זעהט שוין נישט איבער 10 (!) יאר, און אז ראבינאוויטש זאל מבטיח זיין אז ער גייט אים לאזן לעבן נאכ'ן גט, און אויפהערן צו פייניגן. זייער נארמאלע תנאים אין מיין בוך.
אבער ראבינאוויטש האלט נישט דערביי. והוא באחת, דער איידעם מוז ליידן פאר די רעסט אף היז לייף! נאר דער איידעם איז נישט קיין קטלא קניא און גאנץ א הארטער קערל, ער ברעכט זיך נישט פאר קיין טעראר, און יצחק ווייסט נישט ווי אזוי מען שלינגט דאס אראפ. ער איז צוגעוואוינט אז פאר זיינס א ווארט ציטערט יעדער, און דא גייט דער איידעם מארקאוויטש און פייפט אים אן אין פובליק, אלזא האט ראבינאוויטש באשלאסן אז אחת דתו להמית.
דער עכטער קרבן? איז די אומשולדיגע ווייבעלע. זי וואלט שוין לאנג מסכים געווען איר פריערדיגע מאן זאל קענען זעהן די קינדער און זי זאל קענען ווערן אויסגעלייזט מכבלי העגונה און חתונה האבן. אבער זי איז געבינדן ביי איר טאטעס הענט, זי קען גארנישט טון און זי האט נישט קיין ווארט (פונקט ווי די אנדערע קינדער האבן נישט). ער דארף אויספירן. אלעס. זיצט זי נעבעך פארשמאכט, און איר טאטע, אנשטאט זיין הארץ זאל אויסגיין פון רחמנות, איז ביזי בלעימען דעם איידעם אז ער גיט נישט קיין גט, און שפילט ווי א אומשולדיג שעפעלע.
יצחק איז א מולטי מיליאנער, און קען גרינג אונטערקויפן וועמען ער וויל. טאמער איינער לאזט זיך נישט אונטערקויפן פון אים גייט יענער ארויף אויף די שווארצע ליסטע און וועט יענעם רודפ'ן עד חרמה. ליידער השוחד יעוור, אסאך רבנים האבן זיך געלאזט פארפירן א דאנק זיין געלט.
די רשעות וואס איז געטון געווארן צום איידעם במשך די לעצטערע יארן איז לא יאומן כי יסופר, ווי מען האט שוין אביסל דערמאנט. פון לייגן א ארדער אף פראטעקשאן אקעגן די אייגענע קינדער, אנהעצן די קינדער אקעגן דעם טאטן אויף א שרעקליכן אופן, איינזעצן דעם איידעם אין תפיסה, ארויספרעסן יעדעס ביסל געלט וואס שייך, אים באשמוצן און פארשעמען ביי רבנים און אין קאורט, ביז חתונה מאכן די אייניקלעך דייקא אין א"י כדי דער טאטע זאל נישט קענען קומען זיך משתתף זיין ביי זיינע קינדער'ס שמחות, דאס איז אלעס געווען א קייט פון צער און עגמ"נ וואס איז אין לשער.
אבער דער מארקאוויטש האט זיך נישט געלאזט שפייען אין די קאשע אן זיך אפווישן. נאך יארן פרובירן מיט שיינעם, גיין צו רבנים, אין קאורט, וואס האט אים געקאסט אלפים ורבבות, זעענדיג אז ער קומט אין ערגעץ נישט אן, דער שווער דער עקשן נורא, וואס איז א עושר אדיר אבער פארלאנגט למען השם פונעם צודרוקטן איידעם די פאר דאלער פאר טשיילד סופפארט, און אחרי ככלות הכל קען ער נישט זעהן די קינדער, האט באשלאסן צו נעמען די זאך נעקסט לעוועל. עטליכע רבנים אינוואלווד אין די קעיס האבן מקיים געווען דעם לא תגורו און אנגעהויבן ארבעטן פאר א היתר מאה רבנים, ווי כמעט אלע האבן מסכים געווען אז דאס איז דער ריכטיגער וועג – נאר נישט יעדער האט עס געזאגט הויך, נישט וועלנדיג שפירן די טעם פון טעראר פון דעם ראבינאוויטש... בעיסיקלי א היתר מאה רבנים האט געמיינט אז ער לאזט איבער די גט ביי די בי"ד און נאכ'ן נאכקומען די געציילטע תנאים הנ"ל וואס ער שטעלט איז די פרוי גענצליך פריי!
איינע פון די גרויסע רבנים אויף די היתר איז געווען ר' אברהם כ"ץ. ער איז געווען מראשי החותמים, און ווי פארשטענדליך ברויזט יצחק ראבינאוויטש אויף אים, און זוכט ווי מען קען אים אונטערשטעלן שטיקלעך. ראבינאוויטש האט שוין פרובירט לעצטנס די זעלבע שטיק מיט אנדערע רבנים, נעמענדיג די רבנות אין א"י מיט זייער באקאנטע "צו עיכוב" געזעץ צו הילף – פארשטייט זיך פארציילנדיג נאר זיין זייט פון די מעשה. אבער אן ערפאלג ב"ה.
בעפאר די צווייטע חתונה פון זיין איידעם האט געזאלט פארקומען, האט ראבינאוויטש ארויסגעשאסן א באראזש פון טעראר, צום מסדר קידושין, צו די זאל, און צו וועם נישט... ביז מען האט באשלאסן עס צו מאכן שטילערהייט אין א הויז, אין א אנדערע דאטום ווי געפלאנט, און דער עולם האט זיך אויפגעוועקט א טאג שפעטער צום פאקט אז דער מארקאוויטש איז חתונה געהאט! ר' אברהם כ"ץ איז מכובד געווארן מיט קריאת הכתובה ביי די חתונה.
ווי פארשטענדליך, איינמאל דער איידעם האט ב"ה חתונה געהאט, האט ראבינאוויטש געקריצט מיט די ציין אזוי הויך אז מען האט עס געהערט ביז בארא פארק... ס'ערשטע מאל איימיצער האט אים מסדר געווען... ער האט באשלאסן נישט צו שווייגן און אראפלייגן די געווער. אנשטאט נאכגעבן די תנאים פון זיין געוועזענעם איידעם, און אויפרעכטן זיין געפייניגטע טאכטער, וויל ער ענדערש בלייבן פייטן און ווייטער פארביטערן דאס לעבן פון זיין געוועזענע איידעם און די מענטשן וואס זענען געשטאנען לצדו, וואס איינער פון זיי איז ר' אברהם כ"ץ, וכאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו!
איך ווייס נישט ווי אזוי יצחק ראבינאוויטש שעמט זיך נישט צו טון וואס ער טוט, פאר אן איינגערעדטן צייטווייליגן נצחון איז ער גרייט זיך צו פארשעמען לנצח נצחים, און פאראומגליקליכן זיין טאכטער! ער נוצט די רבנות צו זיין דיזספאוזעל, מארקאוויטש האט עטליכע געשוויסטער אין א"י און מען האט אויך זיי אראפגערופן אין רבנות קאורט, זיי האבן געמוזט צאלן געלטער פאר א לאיער וואס האט זיי ב"ה געהאלפן. און יעצט האט ער עס גענוצט אקעגן ר' אברהם כ"ץ, וואס האט זיך אומגעראכטן געטראפן פארכאפט אין די פאסטקע וואס ראבינאוויטש האט אים אויסגעשפרייט.
ולה' הישועה.
 
דער חשובער ניק הרוצה בעילום שמו, שרייבט אן אריכות, וואס באווייזט נישט גארנישט. אזויווי ביי יעדע געפעכט, שרייט יעדער צד אויפן צווייטן. [איך האב שוין מיטגעהאלטן פארשידענע קעיסעס, און דאס איז די נארם, ממילא ווער איך נישט איבערגענומען פון די געשרייבעכטס, וויבאלד איך ווייס נישט וואס איז ריכטיג, און עס איז כמעט אוממעגליך צו מברר זיין].

אזוי ווי ערווענט, איז זייער געשמאק ווען א עושר סטראגעלט, ס'איז זייער באטעמ'ט צו זעהן ווי דער גרויסער קאפציטעט קען זיך נישט אן עצה געבן. איך לאך אויך א גוטס אז דער גרויסער נגיד שטייט מיטן צונג אינדרויסן. עס מיינט אבער נאכנישט אז דער צווייטער איז גערעכט.

איין שטיקעלע אינפארמאציע האט דער חשובער ניק אונז מגלה געווען, אז דער ר' אברהם כ"ץ האט נישט אומשולדיג געלייענט די כתובה ביי די חתונה, אזוי ווי די ערשטע פאר תגובות דא אויף דעם אשכול (וואס איז אויך אויסגעזינגען געווארן אויף "בחצרות", נאר ער איז גאר געווען פון די ראשי החותמים. אויב אזוי איז ער זיך אליינס שולדיג, אויב האט ער געהאלטן אז יצחק ראבינאוויטש איז אזא טעראריסט אז לכבוד דעם מעג מען מאכן זיין טאכטער פאר אן עגונה, דאן האט ער זיך נישט געדארפט אנהייבן מיט אזא טעראריסט. אויב יא, האט ער געדארפט זיין גרייט פאר די קאנסעקווענצן.

נאך א נקודה, דער חשובער ניק זאגט אז דאס ווייבל איז נעבעך אומשולדיג, זי קען גארנישט טוהן צוליב איר טאטנס איגאו. אויב אזוי דאן וויאזוי איז מען בארעכטיגט איר צו לאזן אן עגונה? אויב איז עס נישט אין אירע הענט דאן וויאזוי מעג ר' אברהם כ"ץ מיט די אנדערע רבנים באשליסן אז זי זאל בלייבן פארשמאכט אויף אייביג?
 
לויט ווי איך האב געהערט פון איינע פון די מקורבים פון ר' אברהם כ''ץ שליט''א, אז ער איז בכלל נישט געווען פון די חותמים אויף די היתר מאה רבנים

(אגב מיין איך אז הג''ר געציל בערקאוויטש דומ''ץ קר''י איז געווען פון די חותמים, אויב איינער קען אויסקלארן)
 
ער האט ארעסטירט זיין איידעם פארן לערנען מיט זיינע קינדער, זיין איידעם קען בעטן וואס ער וויל , אגב, די ווייבל האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט איר מאן
 
(אגב מיין איך אז הג''ר געציל בערקאוויטש דומ''ץ קר''י איז געווען פון די חותמים, אויב איינער קען אויסקלארן)
ווי איך פארשטיי איז ר’ געציל געווען מסדר קדישין
 
איין שטיקעלע אינפארמאציע האט דער חשובער ניק אונז מגלה געווען, אז דער ר' אברהם כ"ץ האט נישט אומשולדיג געלייענט די כתובה ביי די חתונה, אזוי ווי די ערשטע פאר תגובות דא אויף דעם אשכול (וואס איז אויך אויסגעזינגען געווארן אויף "בחצרות", נאר ער איז גאר געווען פון די ראשי החותמים. אויב אזוי איז ער זיך אליינס שולדיג, אויב האט ער געהאלטן אז יצחק ראבינאוויטש איז אזא טעראריסט אז לכבוד דעם מעג מען מאכן זיין טאכטער פאר אן עגונה, דאן האט ער זיך נישט געדארפט אנהייבן מיט אזא טעראריסט. אויב יא, האט ער געדארפט זיין גרייט פאר די קאנסעקווענצן.
כאילו מ'האט עם דא געפאקט ביי די מעשה, ער האט נישט אומשולדיג געליינט די כתובה, נאר גאר געהאט א האנט (רח"ל) נישט מער און נישט ווייניגער מיט די היתר מאה רבנים, שומו שמים, אנבעליוועבל צו וועלכע נידריגע מצב היינטיגע רבנים פאלן...
און ווער זאגט אז ער איז נישט גרייט צו ליידן די קאנסעקווענצן?! ער איז גרייט, ער האט געוואוסט אין וואס ער גייט אריין. נאר כלל ישראל (עכ"פ א חלק) רעגט זיך היתכן א בעה"ב מיט אן היפך דעת תורה, לייגט ארויס א צו עיכוב אויף א רב בישראל.
נאך א נקודה, דער חשובער ניק זאגט אז דאס ווייבל איז נעבעך אומשולדיג, זי קען גארנישט טוהן צוליב איר טאטנס איגאו. אויב אזוי דאן וויאזוי איז מען בארעכטיגט איר צו לאזן אן עגונה? אויב איז עס נישט אין אירע הענט דאן וויאזוי מעג ר' אברהם כ"ץ מיט די אנדערע רבנים באשליסן אז זי זאל בלייבן פארשמאכט אויף אייביג?
לויט ווי איך פארשטיי, טענה'ן זיי אז אדרבה די גט ליגט אין בי"ד, און זי קען עס קומען נעמען מיט געוויסע תנאים. דאס הייסט לאזן א עגונה פארשמאכט אויף אייביג?!

נ"ב כ'קען נישט די מעשה כלל וכלל, כ'שרייב נאר לויט וויפיל איך פארשטיי פון די שרייבערייען דא.
 
באקומען די פאלגענדע פון א חשובע ניק הרוצה בעילום שם און האט געבעטן מפרסם צו זיין.

איך בין אביסל אינוואלווד אין די פרשה מתחלתו ועד סופו. איך קען אלע אינסייד אינפארמאציע, מיטגעהאלטן רוב זאכן פירסט הענד, גערעדט מיט די עסקנים און מיט משפחה פון ביידע זייטן.
יצחק ראבינאוויטש איז א קאנטראל פריעק וואס ווייניג קענען זיך פארשטעלן. ער האט איין איינציגע מטרה, לייגן זיין איידעם אין דער ערד און אים אונטערברענגען, באיזה אופן שהוא. מפרסם זיין ליגנט אויף אים און אים באשמוצן. דער איידעם פארלאנגט ווייט נישט אזויפיל געלט וויפיל יצחק ראבינאוויטש פארקויפט אין די גאס, בעסיקלי בעט ער זיך צו קאווערן פון די אלע שאדן און הוצאות אין קאורט וואס דער שווער האט גורם געווען מיטן אים שלעפן אין קאורט לאנגע יארן. יצחק האט שוין מסתמא געספענדט 20 מאל מער געלט פאר עסקנים און לאיערס פון וויפל דער איידעם פארלאנגט. ער האט בכלל נישט קיין פראבלעם מיט דעם סכום.
אלעס וואס דער איידעם מארקאוויטש פארלאנגט איז א ריעזאנעבל סכום פון געלט, און אז ער זאל קענען זעהן זיינע קינדער וואס ער זעהט שוין נישט איבער 10 (!) יאר, און אז ראבינאוויטש זאל מבטיח זיין אז ער גייט אים לאזן לעבן נאכ'ן גט, און אויפהערן צו פייניגן. זייער נארמאלע תנאים אין מיין בוך.
אבער ראבינאוויטש האלט נישט דערביי. והוא באחת, דער איידעם מוז ליידן פאר די רעסט אף היז לייף! נאר דער איידעם איז נישט קיין קטלא קניא און גאנץ א הארטער קערל, ער ברעכט זיך נישט פאר קיין טעראר, און יצחק ווייסט נישט ווי אזוי מען שלינגט דאס אראפ. ער איז צוגעוואוינט אז פאר זיינס א ווארט ציטערט יעדער, און דא גייט דער איידעם מארקאוויטש און פייפט אים אן אין פובליק, אלזא האט ראבינאוויטש באשלאסן אז אחת דתו להמית.
דער עכטער קרבן? איז די אומשולדיגע ווייבעלע. זי וואלט שוין לאנג מסכים געווען איר פריערדיגע מאן זאל קענען זעהן די קינדער און זי זאל קענען ווערן אויסגעלייזט מכבלי העגונה און חתונה האבן. אבער זי איז געבינדן ביי איר טאטעס הענט, זי קען גארנישט טון און זי האט נישט קיין ווארט (פונקט ווי די אנדערע קינדער האבן נישט). ער דארף אויספירן. אלעס. זיצט זי נעבעך פארשמאכט, און איר טאטע, אנשטאט זיין הארץ זאל אויסגיין פון רחמנות, איז ביזי בלעימען דעם איידעם אז ער גיט נישט קיין גט, און שפילט ווי א אומשולדיג שעפעלע.
יצחק איז א מולטי מיליאנער, און קען גרינג אונטערקויפן וועמען ער וויל. טאמער איינער לאזט זיך נישט אונטערקויפן פון אים גייט יענער ארויף אויף די שווארצע ליסטע און וועט יענעם רודפ'ן עד חרמה. ליידער השוחד יעוור, אסאך רבנים האבן זיך געלאזט פארפירן א דאנק זיין געלט.
די רשעות וואס איז געטון געווארן צום איידעם במשך די לעצטערע יארן איז לא יאומן כי יסופר, ווי מען האט שוין אביסל דערמאנט. פון לייגן א ארדער אף פראטעקשאן אקעגן די אייגענע קינדער, אנהעצן די קינדער אקעגן דעם טאטן אויף א שרעקליכן אופן, איינזעצן דעם איידעם אין תפיסה, ארויספרעסן יעדעס ביסל געלט וואס שייך, אים באשמוצן און פארשעמען ביי רבנים און אין קאורט, ביז חתונה מאכן די אייניקלעך דייקא אין א"י כדי דער טאטע זאל נישט קענען קומען זיך משתתף זיין ביי זיינע קינדער'ס שמחות, דאס איז אלעס געווען א קייט פון צער און עגמ"נ וואס איז אין לשער.
אבער דער מארקאוויטש האט זיך נישט געלאזט שפייען אין די קאשע אן זיך אפווישן. נאך יארן פרובירן מיט שיינעם, גיין צו רבנים, אין קאורט, וואס האט אים געקאסט אלפים ורבבות, זעענדיג אז ער קומט אין ערגעץ נישט אן, דער שווער דער עקשן נורא, וואס איז א עושר אדיר אבער פארלאנגט למען השם פונעם צודרוקטן איידעם די פאר דאלער פאר טשיילד סופפארט, און אחרי ככלות הכל קען ער נישט זעהן די קינדער, האט באשלאסן צו נעמען די זאך נעקסט לעוועל. עטליכע רבנים אינוואלווד אין די קעיס האבן מקיים געווען דעם לא תגורו און אנגעהויבן ארבעטן פאר א היתר מאה רבנים, ווי כמעט אלע האבן מסכים געווען אז דאס איז דער ריכטיגער וועג – נאר נישט יעדער האט עס געזאגט הויך, נישט וועלנדיג שפירן די טעם פון טעראר פון דעם ראבינאוויטש... בעיסיקלי א היתר מאה רבנים האט געמיינט אז ער לאזט איבער די גט ביי די בי"ד און נאכ'ן נאכקומען די געציילטע תנאים הנ"ל וואס ער שטעלט איז די פרוי גענצליך פריי!
איינע פון די גרויסע רבנים אויף די היתר איז געווען ר' אברהם כ"ץ. ער איז געווען מראשי החותמים, און ווי פארשטענדליך ברויזט יצחק ראבינאוויטש אויף אים, און זוכט ווי מען קען אים אונטערשטעלן שטיקלעך. ראבינאוויטש האט שוין פרובירט לעצטנס די זעלבע שטיק מיט אנדערע רבנים, נעמענדיג די רבנות אין א"י מיט זייער באקאנטע "צו עיכוב" געזעץ צו הילף – פארשטייט זיך פארציילנדיג נאר זיין זייט פון די מעשה. אבער אן ערפאלג ב"ה.
בעפאר די צווייטע חתונה פון זיין איידעם האט געזאלט פארקומען, האט ראבינאוויטש ארויסגעשאסן א באראזש פון טעראר, צום מסדר קידושין, צו די זאל, און צו וועם נישט... ביז מען האט באשלאסן עס צו מאכן שטילערהייט אין א הויז, אין א אנדערע דאטום ווי געפלאנט, און דער עולם האט זיך אויפגעוועקט א טאג שפעטער צום פאקט אז דער מארקאוויטש איז חתונה געהאט! ר' אברהם כ"ץ איז מכובד געווארן מיט קריאת הכתובה ביי די חתונה.
ווי פארשטענדליך, איינמאל דער איידעם האט ב"ה חתונה געהאט, האט ראבינאוויטש געקריצט מיט די ציין אזוי הויך אז מען האט עס געהערט ביז בארא פארק... ס'ערשטע מאל איימיצער האט אים מסדר געווען... ער האט באשלאסן נישט צו שווייגן און אראפלייגן די געווער. אנשטאט נאכגעבן די תנאים פון זיין געוועזענעם איידעם, און אויפרעכטן זיין געפייניגטע טאכטער, וויל ער ענדערש בלייבן פייטן און ווייטער פארביטערן דאס לעבן פון זיין געוועזענע איידעם און די מענטשן וואס זענען געשטאנען לצדו, וואס איינער פון זיי איז ר' אברהם כ"ץ, וכאן מצא בעל חוב מקום לגבות את חובו!
איך ווייס נישט ווי אזוי יצחק ראבינאוויטש שעמט זיך נישט צו טון וואס ער טוט, פאר אן איינגערעדטן צייטווייליגן נצחון איז ער גרייט זיך צו פארשעמען לנצח נצחים, און פאראומגליקליכן זיין טאכטער! ער נוצט די רבנות צו זיין דיזספאוזעל, מארקאוויטש האט עטליכע געשוויסטער אין א"י און מען האט אויך זיי אראפגערופן אין רבנות קאורט, זיי האבן געמוזט צאלן געלטער פאר א לאיער וואס האט זיי ב"ה געהאלפן. און יעצט האט ער עס גענוצט אקעגן ר' אברהם כ"ץ, וואס האט זיך אומגעראכטן געטראפן פארכאפט אין די פאסטקע וואס ראבינאוויטש האט אים אויסגעשפרייט.
ולה' הישועה.

אז דו האסט א ידיעה פון אינסייד, פליז זיי זיך מסביר וויאזוי לייגט די רבנות הראשית א צו עיכוב אקעגן א סכסוך צווישן צוויי אמעריקאנער בירגער, וואס איז פארגעקומען דאהי אין ניו יארק, ווי קומען זיי די הרבנות הראשית בכלל אריין אין די פיקטשער
 
Back
Top