טאהש מאנסי רב ארעסטירט אין ארץ ישראל!

מוז זיין אזוי ווייל דעיס איז גראבע שוחד
 
נאר כדי קלארצושטעלן וויל איך וויל צולייגן נאך א שטיקל גמרא דארט אין שבת קל''ט:

תניא רבי יוסי בן אלישע אומר אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל.

זאגט דארט דער בן יהוידע אויפן פלאץ אז דער לשון 'צא ובדוק' מיינט צו זאגן אז מ'דארף בודק זיין צו זיי אליין זענען אין פעלער, אדער זיי האבן שלעכטע מענטשן וואס פארדרייען זיי דעם קאפ מיט שקרים וכזבים, און ווי כ'האב שוין פריער באטוינט, אז איך מיין טאקע נישט די רבנים ספאציפיש, ווייל אין רוב אזאלכע פעלער זענען עס ארומיגע מיט געלט אינטערעסן וואס פירן דאס רעדל. נאר איך רעד בעיקר לגופו של ענין, אז ווען ס'קומט ארויס תשובות מיט מכתבים פון
כתב הרמב"ם (בפרק ו מהלכות תלמוד תורה), עוון גדול לבזות את החכמים או לשנאותן, ולא חרבה ירושלים עד שבזו בה תלמידי חכמים, שנאמר (בספר דברי הימים לו) "וַיִּהְיוּ מַלְעִבִים בְּמַלְאֲכֵי הָאֱלֹהִים וּבוֹזִים דְּבָרָיו וּמִתַּעְתְּעִים בִּנְבִאָיו עַד עֲלוֹת חֲמַת ה' בְּעַמּוֹ עַד לְאֵין מַרְפֵּא", כלומר, היו בוזים לומדי דבריו של ה', שהם התלמידי חכמים, ובעון זה עלתה חמת ה' עד שנענשו ישראל בחורבן ירושלים.​
ובמשנה במסכת סנהדרין (דף צ.) שנינו: אלו שאין להם חלק לעולם הבא, האומר אין תחיית המתים מן התורה, ואין תורה מן השמים, ואפיקורס. ובגמרא שם (דף צט:) פירשו, רב ורבי חנינא אמרו שניהם, "אפיקורס", זה המבזה תלמידי חכמים. נמצא אם כן שהמבזה תלמידי חכמים אין לו חלק לעולם הבא.

ספעלט מאמרי חז"ל מענטשען זענען נעבעך אזוי צירודערט
 
איך האב יעצט געטראפן א אינגערמאן זאגט ער מיך אז ער איז מיאוס אריינגעפאלן מיט זיין ווייב, אבער אנשטאט זיך גט׳ן גייט ער בעטן דער מסדר קידושין זאל צוריקציען...
 
כתב הרמב"ם (בפרק ו' מהלכות תלמוד תורה), עוון גדול לבזות את החכמים או לשנאותן, ולא חרבה ירושלים עד שבזו בה תלמידי חכמים, שנאמר (בספר דברי הימים ל"ו) "וַיִּהְיוּ מַלְעִבִים בְּמַלְאֲכֵי הָאֱלֹקִים וּבוֹזִים דְּבָרָיו וּמִתַּעְתְּעִים בִּנְבִאָיו עַד עֲלוֹת חֲמַת ה' בְּעַמּוֹ עַד לְאֵין מַרְפֵּא", כלומר, היו בוזים לומדי דבריו של ה', שהם התלמידי חכמים, ובעון זה עלתה חמת ה' עד שנענשו ישראל בחורבן ירושלים.
ובמשנה במסכת סנהדרין (דף צ.) שנינו: אלו שאין להם חלק לעולם הבא, האומר אין תחיית המתים מן התורה, ואין תורה מן השמים, ואפיקורס. ובגמרא שם (דף צט:) פירשו, רב ורבי חנינא אמרו שניהם, "אפיקורס" זה המבזה תלמידי חכמים. נמצא א"כ שהמבזה תלמידי חכמים אין לו חלק לעוה"ב.

ס'פעלט מאמרי חז"ל, מענטשן זענען נעבעך אזוי צורודערט
הייסט עס אז דער רמב"ם איז מחולק מיט'ן נביא און מיט די גמרא? ניין, ער איז נישט מחולק. ווייל דער רמב"ם אליין זאגט אויף אן אנדער פלאץ אז דיינים וואס זענען עובר אויף די תורה, איז א מצווה זיי צו מבזה זיין און זיי מעביר צו זיין פון זייער דיינות.
נאר וואס דען מיינסטו, ס'איז הפקר וועלט? א רב אדער א דיין קען טוהן וואס ער וויל?

ווילאנג ער פסק'נט כדיני תורה איז א עוון גדול לבזותו, אבער טאמער איז ער "במזיד ומדעת עצמו" מעלים עין פון רשעים וואס זענען שופך דם פון אומשולדיגע מענטשן, און ווער רעדט נאך אויב ער איז נאך א נותן יד לפושעים, איז ער קיין רב און קיין דיין נישט, נאר א רשע גמור!

"ונשיא בעמך לא תאור - בעושה מעשה עמך"

למשל א רב אדער א דיין וואס גיט א היתר ארויסצונעמען א ריסטרענינג ארדער קעגן א טאטן ער זאל נישט קענען זעהן זיינע קינדער, איז א עוכר ישראל און פושע ישראל, א שגץ טמא ומטומא, און ס'איז א מצווה רבה איהם מבזה צו זיין אין אלע גאסן מיט די ערגסטע בזיונות.

און יעצט אז איך זעה אז ווילסט דא פארדרייען די מוחות, וועל איך דיר מעתיק זיין דאס גאנצע שטיקל גמרא דארט:

תניא, רבי יוסי בן אלישע אומר, אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל, שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל, שנאמר (מיכה ג, ט) שמעו נא זאת ראשי בית יעקב וקציני בית ישראל המתעבים משפט ואת כל הישרה יעקשו בונה ציון בדמים וירושלים בעולה ראשיה בשוחד ישפוטו וכהניה במחיר יורו ונביאיה בכסף יקסומו ועל ה' ישענו וגו'. רשעים הן? אלא שתלו בטחונם במי שאמר והיה העולם, לפיכך מביא הקב"ה עליהן ג' פורעניות כנגד ג' עבירות שבידם, שנאמר (מיכה ג, יב) לכן בגללכם ציון שדה תחרש וירושלים עיין תהיה והר הבית לבמות יער. ואין הקב"ה משרה שכינתו על ישראל עד שיכלו שופטים ושוטרים רעים מישראל שנאמר (ישעיהו א, כה) ואשיבה ידי עליך ואצרוף כבור סגיך ואסירה כל בדיליך ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחלה וגו'. אמר רב פפא אי בטלי דייני בטלי גזירפטי דכתיב (צפניה ג, טו) הסיר ה' משפטיך פנה אויבך. אמר רבי מלאי משום ר"א בר' שמעון מ"ד (ישעיהו יד, ה) שבר ה' מטה רשעים שבט מושלים. שבר ה' מטה רשעים - אלו הדיינין שנעשו מקל לחזניהם; שבט מושלים - אלו ת"ח שבמשפחות הדיינין. אמר ר"א בן מלאי משום ר"ל מאי דכתיב (ישעיהו נט, ג) כי כפיכם נגואלו בדם ואצבעותיכם בעון, שפתותיכם דברו שקר לשונכם עולה תהגה. כי כפיכם נגואלו בדם - אלו הדיינין; ואצבעותיכם בעון - אלו סופרי הדיינין; שפתותיכם דברו שקר - אלו עורכי הדיינין; לשונכם עולה תהגה - אלו בעלי דינין.

גיי לערן די רש"י מיט ראשונים אויפן פלאץ דארט וועסטו טרעפן א קאפיע פון דעם גאנצן מצב וואס טוט זיך ליידער ביי אסאך פון די היינטיגע בתי דינים.
 
עיינתי בענין זה הדק היטב, ומעלת כבודו טעה בזה טעות גדול. המדובר כאן אינו אם כופין לגרשו במורדת אלא אם יכול לישא אשה על אשתו המורדת, והרמ"א הביא בשם הראב"ן שבזמן הזה אין צריך להמתין יב"ח לגרשה בלא כתובה (וזהו בכל מורדת) "ואם אינה רוצה מתירין לו לישא אחרת" וכמובן שזהו רק במורדת לצערו שהרי במאיס עלי ודאי מוכנת לקבל גיטה, והמעיין במקור הראב"ן כאן יראה שכתב כן להדיא דזהו רק במורדת האומרת בעינא ליה.
ואף שאין פוסקין כדעת הראב"ן מ"מ כתב הרמ"א שלאחר שנים עשר חודש נותנין לה גט בעל כרחה או נושא אשה על אשתו אף לשיטת החולקים על הראב"ן (אלא שלדידן נצטרך בזה היתר מאה רבנים, והרמ"א לשיטתו בסימן א' שא"צ המ"ר אף בנשתטית), וכמובן שגם כאן מיירי במורדת לצערו.
ואח"כ כתב שאף תוך יב"ח אם עבר ונשא באיסור אין מוציאין אות מידו, וטעם הדבר מבואר בדרכ"מ בשם מהרי"ק שהיא עשתה שלא כהוגן אף אנו נעשה שלא כהוגן, ובאמת במהרי"ק מיירי ממציאות אחר לגמרי של ביטול שידוכין כמו שהעיר החלק מחוקק, אלא שהרמ"א קיים דון מינה ואוקי באתרא, ואף כאן כשעשתה שלא כהוגן והלך ונישא אין כופין אותו לגרש כיון דלדעת הראב"ן הנ"ל מותא לישא לכתחילה, כל זה מבואר בחלקת מחוקק ובית שמואל. וא"כ פשוט שדין זה נאמר במורדת לצערו שזה די דומה להך עובדא שבמהרי"ק וכהאי גונא מתיר הראב"ן לישא אשה על אשתו.
הסתפקתי אם להישיבו כיון שכמעט ברור לי דמע"כ לא יסכים איתי אפילו בראיות ברורות ממש... מ"מ אשיבו אך הפעם. דבריו שמודבור רק במורדת לצערו קשה להולמם מפני ג טעמים
א' למה הרמ"א ואף פוסק לא הדגישו בדבריהן שמודובר רק במורדת לצערו ולא כל מורדת (ואדרבא לשון החלקת מחוקק הוא "כל המורדת") הלא דבר הוא

ב' למה באמת לא היתר הרמ"א לכתחלה לישא אחרת הלא מדובור בעיגון גמור שאשתו אינה מוכנת לקבל גיטה ואף לא לחיות עמו הלה אין לך עיגון יותר גדול מזה
ג' דברי שהזכרתי אתמול דלא יתכן שכח האשה תהא יותר משל בעל הלה בעל שאינו רוצה לחיות עם אשתו וגם אינו רוצה לגרשה יכולין לכופו מיד או לקיים מצות עונה או לגרשה (ואין צורך בי"ב חודש) כמו שכתוב בסעיף א' מעתה כ"ש שיכולין לכופה או לקבל הגט או לחזור לבעלה וכל הנידון להתירו לישא אחרת או לא אינו נוגע
ובאמת היות שהרבה מן האחרונים היבאו הרמ"א בעז"ה עוד אמצא סמך לדברי ועוד חזון..
(נ.ב. לגבי מכתב של הרב בראונסדורפר דבריו מופרכין ואין בהן ממש מכח כמה טעמים ואציין כאן רק אחדים מיני הרבה מאוד שראוין שיכולין לעכב הגט עד שתחזיר לבעלה כל מה שלקחה ממנו
מהרי"ק שורש כט בכלה שמיאנה לינשא לחתן מתירין לו לישא אחרת ומעכב גט מידה עד שתשלם לו בושת כ"ש הכא שגזלה מן הבעל ילדיו והכרח להוצאות הרבה בש"ג והיבישה את הבעל ברבים שכמעט אי אפשר לשלמו
חת"ס ח"א סי' א. מהרש"ם ח"ד סי קכו. משנה הלכות בגט מעושה סי ב כ"ז ועוד ועוד)
 
הייסט עס אז דער רמב"ם איז מחולק מיט'ן נביא און מיט די גמרא? ניין, ער איז נישט מחולק. ווייל דער רמב"ם אליין זאגט אויף אן אנדער פלאץ אז דיינים וואס זענען עובר אויף די תורה, איז א מצווה זיי צו מבזה זיין און זיי מעביר צו זיין פון זייער דיינות.
נאר וואס דען מיינסטו, ס'איז הפקר וועלט? א רב אדער א דיין קען טוהן וואס ער וויל?

ווילאנג ער פסק'נט כדיני תורה איז א עוון גדול לבזותו, אבער טאמער איז ער "במזיד ומדעת עצמו" מעלים עין פון רשעים וואס זענען שופך דם פון אומשולדיגע מענטשן, און ווער רעדט נאך אויב ער איז נאך א נותן יד לפושעים, איז ער קיין רב און קיין דיין נישט, נאר א רשע גמור!

"ונשיא בעמך לא תאור - בעושה מעשה עמך"

למשל א רב אדער א דיין וואס גיט א היתר ארויסצונעמען א ריסטרענינג ארדער קעגן א טאטן ער זאל נישט קענען זעהן זיינע קינדער, איז א עוכר ישראל און פושע ישראל, א שגץ טמא ומטומא, און ס'איז א מצווה רבה איהם מבזה צו זיין אין אלע גאסן מיט די ערגסטע בזיונות.

און יעצט אז איך זעה אז ווילסט דא פארדרייען די מוחות, וועל איך דיר מעתיק זיין דאס גאנצע שטיקל גמרא דארט:

תניא, רבי יוסי בן אלישע אומר, אם ראית דור שצרות רבות באות עליו צא ובדוק בדייני ישראל, שכל פורענות שבאה לעולם לא באה אלא בשביל דייני ישראל, שנאמר (מיכה ג, ט) שמעו נא זאת ראשי בית יעקב וקציני בית ישראל המתעבים משפט ואת כל הישרה יעקשו בונה ציון בדמים וירושלים בעולה ראשיה בשוחד ישפוטו וכהניה במחיר יורו ונביאיה בכסף יקסומו ועל ה' ישענו וגו'. רשעים הן? אלא שתלו בטחונם במי שאמר והיה העולם, לפיכך מביא הקב"ה עליהן ג' פורעניות כנגד ג' עבירות שבידם, שנאמר (מיכה ג, יב) לכן בגללכם ציון שדה תחרש וירושלים עיין תהיה והר הבית לבמות יער. ואין הקב"ה משרה שכינתו על ישראל עד שיכלו שופטים ושוטרים רעים מישראל שנאמר (ישעיהו א, כה) ואשיבה ידי עליך ואצרוף כבור סגיך ואסירה כל בדיליך ואשיבה שופטיך כבראשונה ויועציך כבתחלה וגו'. אמר רב פפא אי בטלי דייני בטלי גזירפטי דכתיב (צפניה ג, טו) הסיר ה' משפטיך פנה אויבך. אמר רבי מלאי משום ר"א בר' שמעון מ"ד (ישעיהו יד, ה) שבר ה' מטה רשעים שבט מושלים. שבר ה' מטה רשעים - אלו הדיינין שנעשו מקל לחזניהם; שבט מושלים - אלו ת"ח שבמשפחות הדיינין. אמר ר"א בן מלאי משום ר"ל מאי דכתיב (ישעיהו נט, ג) כי כפיכם נגואלו בדם ואצבעותיכם בעון, שפתותיכם דברו שקר לשונכם עולה תהגה. כי כפיכם נגואלו בדם - אלו הדיינין; ואצבעותיכם בעון - אלו סופרי הדיינין; שפתותיכם דברו שקר - אלו עורכי הדיינין; לשונכם עולה תהגה - אלו בעלי דינין.

גיי לערן די רש"י מיט ראשונים אויפן פלאץ דארט וועסטו טרעפן א קאפיע פון דעם גאנצן מצב וואס טוט זיך ליידער ביי אסאך פון די היינטיגע בתי דינים.
סא לשיטתך די אלע פוסקים רבנים דיינים וואס זענען קעגען דעם היתר זענען ליידער אינטערגעקויפט אדער ארומגענומען מיט שלעכטע מענטשן וואס האבן אייגענע נגיעות רח"ל וואס אויף דעם זאגט שוין חז"ל געפירליכע עונשים רח"ל.....יעצט וואס טוט זיך מיט די אלע וואס זענען פארן היתר זיי האבן ארויס די אמת זיי זענען נישט ארומגענומען מיט קיינעם זיי האבן אלע א אייגענעם דעת אין אלעס איז אויסגעהאלטן ע"פ תורה הונדערט פראצענט, איא?
 
איז עס דען אזוי?!

אבער וועלעכע זייט קען און צאלט מער פאר נגיעות??
 
לאמיר זאגן צד ראבינאוויטש, אין וועלכע צד איז דא מער א טשענס אז מהאט פארקויפט שקרים וכזבים?
מיט געלט קען מען גרינגער פארקויפן שקרים וכזבים,
מיט געלט קען מען האבן מער מענטשן וואס זאלן פארקויפן שקרים וכזבים,
מיט געלט קען מען גרינגער פארקויפן די שקרים וכזבים אלס אמת,
מיט געלט קען מען מאכן אז מזאל בכלל הערן נאר די צד פין שקרים וכזבים,
מיט געלט קען מען מאכן צי גלייבן די שקרים וכזבים אלס אמת ,
מיט געלט קען מאכן אז מען זאל זאגן די שקרים וכזבים זענען אמת, אפילו מווייסט אז סאיז שקרים וכזבים,

סא די קלערסט אז צד מארקאוויטש איז מער שקרים וכזבים ווי צד ראבינאוויטש??
 
לאמיר מאכן א קורצע ס"ה, מיט א ניכטערע בליק.
1. די רבנים המתירים, האבן "קיינמאל" מיט די צד האשה נישט גערעדט, ד"ה עס איז קיין דין תורה וישיבת בית דין קיינמאל פארגעקומען. אבער מיט דעם אלעם האט מען חורץ געווען דין האשה לעיגון עולמית, געבויעט אויף די ווערטער מצד הבעל. הישמע זאת בישראל?
2. די צד המתירים והמעגנים, שרייען אז די צד האשה זענען הולכי בערכאות, ממילא אין נזקקין להם וכו' וכו', און ביז זיי שטעלן נישט אפ די דיונים בערכאות דארף מען נישט גיין ווייטער. שוין דערמאנט אויבן, אז די צד האשה האט מזמין געווען לדין תורה, און צד הבעל האט מסרב געווען, בי"ד האט געשריבן א כתב סירוב, און די צד האשה האט באקומען א היתר ערכאות. [צד הבעל האט גע'טענה'ט אז צד האשה האט געפיילט א ארדער אוו פראטעקשאן, וזהו הליכה בערכאות, און בי"ד האט נישט אנגענומען די טענה]. איז די טענה פון "הליכה בערכאות" מופרך מעיקרא.
3. די צד המתירים והמעגנים שרייען אז די צד האשה זענען הולכי בערכאות, בו בזמן וואס די צד הבעל איז געווען דער וואס האט גערופען בערכאות, צו באקומען די פולע בעלות אויף די קינדער, און ער האט קיינמאל גערופן צו דין תורה, און קיינמאל באקומען א היתר הליכה בערכאות.
4. די צד המתירים והמעגנים שרייען אז די צד האשה טוט א מעשה רציחה מיט צוריקהאלטן די קינדער פונעם טאטן. כאמור, צד הבעל האט פרובירט דאס פארקערטע בכח הערכאות, וואו עס זעהט אויס האט ער דערלייגט בערכאות, און יעצט שרייט ער קאזאק הנגזל.
5. די צד המתירים והמעגנים שרייען אז די אשה האט א דין ווי א "מורדת", ממילא איז דאס גענוג צו מתיר זיין חדר"ג. כבר נתבאר לעיל, אז דאס איז א סילוף בהלכה, וגם סילוף במציאות. ובפרט, אז מען האט נאך קיינמאל נישט אויסגעהערט די צד האשה ביי דין תורה, און נישט געהערט פון איר פארוואס זי האט אפגעלאזט איר מאן.
6. די צד המתירים והמעגנים, האבן גענומען פאר זיך א ציל צו ארויסקוועטשען מצד האשה ווי מער געלט עס איז שייך, מיט באזיסלאזע טענות ומענות, וואס קיין שום בי"ד בישראל וואלט קיינמאל נישט אנגענומען אלס א בארעכטיגטע תביעה, נאר בלויז וויבאלד די אבי האשה איז א נגיד, איז דאך א מצוה אים צו בא'גנבנען.
7. די צד האשה איז א איד א נגיד, וואס עס איז זייער געשמאק צו פארקויפן אויף אזא איינעם אלעס וואס נאר שייך. מסתמא זענען פארהאן פילע וואס זענען אים מקנא, און אפשר אנדערע וואס האבן אויף אים טענות, ממילא קויפט זיך עס זייער גרינג. אבער דין גרמא, אז אזעלכע וואס ווילן שפילן די געים פון "לא תגורו מפני איש", כאפן זיך צו דערצו, און זענען ליידער נכשל געווארן.
יעצט, אנדערש ווי "בינה ודעת" בין איך נישט דא צו דן זיין די רבנים המתירים, כבודם וכבוד תורתם במקומם מונח, און איך בין נישט מחולק אויף זייער ידיעת התורה. אבער עס זעהט זיך זייער שטארק אן, אז זיי האבן נישט קיין שימוש און קיין עקספיריענס אין די ענינים, ממילא זענען זיי געווארן נאכגעשלעפט נאך די רעטאריק מצד הבעל. בו בזמן, וואס יעדער רב היושב על מדין, וואס זיצט ביי דיני תורה בין בעניני ממונות ובין בעניני אישות, ווייסט אז מען דארף אייביג אליינס מברר זיין יעדע פרט, און נישט זיך פארלאזן איינער אויפן צווייטן. ודין גרמא, אז קיין שום בי"ד האט נישט אנגענומען די המ"ר, בלויז אזעלכע רבנים וואס זענען געווענליך נישט עוסק אין די ענינים. וד"ב.
 
ווילאנג ער פסק'נט כדיני תורה איז א עוון גדול לבזותו, אבער טאמער איז ער "במזיד ומדעת עצמו" מעלים עין פון רשעים וואס זענען שופך דם פון אומשולדיגע מענטשן, און ווער רעדט נאך אויב ער איז נאך א נותן יד לפושעים, איז ער קיין רב און קיין דיין נישט, נאר א רשע גמור!
אפשר מיינט דעיס רב הירשפעלד וואס זאגט אז ער האט נישט געהערט קיין צווייטע צד.... און ער האט אפשר שופך דם געוועהן בלוט פון א אידישע פרוי מיטן געבן א המ"ר פארן פרעגן איר זייט....
"ונשיא בעמך לא תאור - בעושה מעשה עמך"

למשל א רב אדער א דיין וואס גיט א היתר ארויסצונעמען א ריסטרענינג ארדער קעגן א טאטן ער זאל נישט קענען זעהן זיינע קינדער, איז א עוכר ישראל און פושע ישראל, א שגץ טמא ומטומא, און ס'איז א מצווה רבה איהם מבזה צו זיין אין אלע גאסן מיט די ערגסטע בזיונות.
כך פסק הרה"ג רב בינה ודעת.
 
מיט געלט קען מען גרינגער פארקויפן שקרים וכזבים,
מיט געלט קען מען האבן מער מענטשן וואס זאלן פארקויפן שקרים וכזבים,
מיט געלט קען מען גרינגער פארקויפן די שקרים וכזבים אלס אמת,
מיט געלט קען מען מאכן אז מזאל בכלל הערן נאר די צד פין שקרים וכזבים,
מיט געלט קען מען מאכן צי גלייבן די שקרים וכזבים אלס אמת ,
מיט געלט קען מאכן אז מען זאל זאגן די שקרים וכזבים זענען אמת, אפילו מווייסט אז סאיז שקרים וכזבים,

סא די קלערסט אז צד מארקאוויטש איז מער שקרים וכזבים ווי צד ראבינאוויטש??
מרעדט נישט בכלליות פין די גאנצע מעשה מרעדט פין די עצם היתר....אז סאיז דא א ריקארדינג פין א איד א אנגעזעהנע איד א וועלטס תלמיד חכם ווי ער האט געגעבן די היתר אן מברר זיין זיראו פין די אנדערע צד וואס דארף מען מער שפעקעלירן......בינעך נייגעריג צי בינה ודעת וואס זאגט דא געוואלדיגע מוסר צי ער רעדט פין די רבנים אויך.
 
אפשר מיינט דעיס רב הירשפעלד וואס זאגט אז ער האט נישט געהערט קיין צווייטע צד.... און ער האט אפשר שופך דם געוועהן בלוט פון א אידישע פרוי מיטן געבן א המ"ר פארן פרעגן איר זייט....

כך פסק הרה"ג רב בינה ודעת.
איר האלט אנדערש?
דאס איז זיכער אז די צד האוסרים האבן נישט קיין פראבלעם צוריקצוהאלטן קינדער פון א טאטן... ביי יענעם. ווען מען האט עס געטון צו אים ווען דער טאטע איז געווען אויף דער עלטער האט עס פיין געציפט. ווי ער פלעגט במתק לשונו מרחיב זיין את הדיבור...

פון ווי ווייסט איר אז די מתירים האבן נישט געהערט די אנדערע זייט. ווייל די אוסרים זאגן אזוי?
פון ווי ווייסטו אז די אוסרים האבן יא געהערט. א לימינובער מעשה? עס מוז זיין א טירד פארטי וואס באטעטיגט אז ר׳ שמעון זאב האט גערעדט מיט מארקאוויטש. קענענדיג ר׳ שמעון זאב פון דער נאנט וועל איך מסכם זיין זיין דרשה מיט איין ווארט. Zelle!
 
בהמשך צו מיין פריערדיגע הודעה.
איך בין משער אז די נעקסטע תגובה גייט זיין, אויף די עולה פון אפהאלטן הגה"צ אב"ד טאהש מאנסי שליט"א, אין א"י, דורך די רבנות הראשית.
איך האב זיך נישט מתייחס געווען דערצו פריער, ווייל איך האב געוואלט נאר רעדן איבער די המ"ר שאלה, און נישט די ענינים וואס זענען צוגעקומען שפעטער.
אבער די תירוץ אויף די טענה איז קלאר. יא! עס איז מורא'דיגע עולה, ולא נשמע כזאת בישראל, אבער.....! לאמיר טראכטן איין מינוט, פארוואס האט ער עס געטוהן, וועלכע באזעסענע מענטש טוט אזא ווילדע זאך. עס איז נאר א מענטש וועלכער פילט זיך דערשטיקט פון אלע זייטן, און ראנגעלט זיך פאר זיין לעבן, טוט ער אלעס וואס נאר מעגליך. שטעלט זיך פאר, מ'נעמט א מענטש און מ'הענגט אים אויף א תלי' ל"ע, און דער מענטש ווארפט זיך און ראנגעלט זיך, און קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט. אינמיטן גייט דורך א חשובער רב, און דער אויפן תלי' שטויסט דעם רב מיט די פוס, ער זאל אים באמערקן און ראטעווען, נו, א געפערליכע זלזול בכבוד התורה, גערעכט, אבער גיב א קוק פארוואס ער שטויסט, ער ראנגעלט זיך פאר זיין לעבן.
לענינינו, עס איז א גרויסע ווייטאג, אבער דאס איז ליידער די אמת. מען האט גענומען א פרוי, און מ'האט איר דן געווען לעיגון עולמית. אן איר געבן די געלעגנהייט צו אויפווייזן איר צד, האט מען איר איינגעשפארט אויף אייביג. מיט פארשידענע דריידלעך און מהלכים האט מען געמאכט א היתר מאה רבנים, אן רעדן מיט איר, אן איר סטראשענען אז טאמער אזוי און אזוי וועט מען מאכן א המ"ר. שוין אפגערעדט אז נאכן המ"ר, האט מען איר בכלל נישט פארציילט וואו די גט ליגט, און זי האט נישט די מעגליכקייט אפצונעמען די גט. און וואו מען זעהט לעצטנס קלאר, איז די צד הבעל בכלל נישט גרייט צו ענדיגן די זאך, אפילו נאכדעם וואס מען האט שוין געברענגט ריזיגע אבנארמאלע סכומים צום טיש, און כסדר טרעפט ער פרישע תירוצים און אמתלאות. [שוין אפגערעדט פון די אזויגערופענע "מקנאי קנאת ה' צבאות" וועלכע מאכן זיכער אריינצוטאנצן אין יעדע סכסוך, און מעורר זיין אויף די געפערליכע חשש פון "גט מעושה", ואכמ"ל מיט די דאזיגע פארשוינען].
ממילא איז זייער קלאר, אז די דאזיגע מהלך האט גורם געווען אז די צד האשה זאל טוהן מעשים אשר לא ייעשו. צו עס איז גערעכט? ניין, קלאר אז נישט. ער טאר דאס נישט טוהן. אבער ליידער זענען די צד המעגנים וכו' שולדיג אין דעם. זיי האבן עס אליינס אנגעברענגט אויף זיך. [שוין אפגערעדט וואס אפילו יעצט ווען עס איז געווען פילע השתדלות מצד פארשידענע רבנים, צו לעזן די זאך, האבן די צד המעגנים זיך ארויסגעשטעלט זייער קלאר, צו מעודד זיין דעם מאן נישט צו געבן קיין גט, נאר מיט זינלאזע פארלאנגן. וואס האט דאס מיט דיר? האסט אים געגעבן א היתר צו חתונה האבן, אבער וואס שטערט דיך אז ער וועט געבן א גט?????]

ובדרך אגב, איז דאס די תירוץ אויף די פילע טענות קעגן מענטשן וועלכע באנוצען זיך מיט א געוויסע עסקן, און מענטשן האבן טענות אז ער טוט ווילדע זאכן, מבזה משפחות וכו' וכו'. אן אריינגיין אין די פרטים, נניח אז אלעס וואס ער טוהט איז אומריכטיג. אבער יעדער בר דעת פארשטייט, אז קיינער וויל דאס נישט. קלאר, קיין שום צד האשה וויל אויך נישט אזאנס. אבער ההכרח לא יגונה, ווען א פארפאלק זענען צוטיילט פאר פילע יארן, און יעדער פארשטייט אז קיין שלום וועט שוין דארט נישט זיין. אנשטאט עס זאלן זיין רבנים מיט א כח התורה וואס זאלן אויפפאדערן די צד הבעל, צו ענדיגן די זאך ווי שנעלער, מיט א הסכם לטובת ביידע צדדים., ווערט מען פארמישט אין אן ענדלאזע קריגעריי, מיט גרויסע "צדיקים" וועלכע זענען מחזק דעם מאן זיך נישט צו לאזן, ווייל ח"ו עס טאר נישט זיין קיין גט מעושה.... ממילא קומט מען ליידער אן צו א מצב, אז די צד האשה שפירט זיך פארלוירן, און זוכט הילף פון סיי וועם נאר מעגליך, אריינגערעכנט פון אזעלכע וואס טוהן אומדעהערטע אקטן. צו יענער טוט ריכטיג, ניין, אבער ווען מען איז אין תפיסה טוט מען אלעס זיך צו באפרייען.
 
איגעין. די צד האשה זאגט אז מען האט זיי נישט קאנסאלטעט, די צד הבעל זאגט אז יא. פון וואו ווייסטו מיט א קלארקייט אז מען האט נישט גערעדט צו איר? ווייל זי זאגט אזוי?
 
די צד הבעל זאגט אז וועלכע רב האט גערעדט צו ראבינאוויטש?
 
הסתפקתי אם להישיבו כיון שכמעט ברור לי דמע"כ לא יסכים איתי אפילו בראיות ברורות ממש... מ"מ אשיבו אך הפעם. דבריו שמודבור רק במורדת לצערו קשה להולמם מפני ג טעמים
א' למה הרמ"א ואף פוסק לא הדגישו בדבריהן שמודובר רק במורדת לצערו ולא כל מורדת (ואדרבא לשון החלקת מחוקק הוא "כל המורדת") הלא דבר הוא

ב' למה באמת לא היתר הרמ"א לכתחלה לישא אחרת הלא מדובור בעיגון גמור שאשתו אינה מוכנת לקבל גיטה ואף לא לחיות עמו הלה אין לך עיגון יותר גדול מזה
ג' דברי שהזכרתי אתמול דלא יתכן שכח האשה תהא יותר משל בעל הלה בעל שאינו רוצה לחיות עם אשתו וגם אינו רוצה לגרשה יכולין לכופו מיד או לקיים מצות עונה או לגרשה (ואין צורך בי"ב חודש) כמו שכתוב בסעיף א' מעתה כ"ש שיכולין לכופה או לקבל הגט או לחזור לבעלה וכל הנידון להתירו לישא אחרת או לא אינו נוגע
ובאמת היות שהרבה מן האחרונים היבאו הרמ"א בעז"ה עוד אמצא סמך לדברי ועוד חזון..
ראשית כל, אף אם יש ממש בדבריך לא הפרכת אף אחד מהראיות שהבאתי למעלה. מ"מ אנסה להשיב על דבריך.

א' הרמ"א לא הוצרך להדגיש דבר זה כיון שהיא המשך דבר מדברי הראב"ן אם מותר לישא אשה אחרת, וכל המדובר היא רק במורדת לצערו כמו שמבואר מדברי הרמ"א בעצמו שהיא אינה רוצה לקבל גיטה.

ב' וכי דעתך לומר שבמורדת לצערו מותר לישא אשה אחרת לכתחילה תוך יב"ח? זהו היפך הדברים המפורשים ברמ"א שרק לאחר יב"ח מותר! ואם תאמר שזהו רק באומרת מאיס עלי מלבד מה שאי אפשר לפרש כן ברמ"א, למה החסיר הלכה כה חשובה שבמורדת לצערו מותר לישא אחרת תיכף ומיד?

ג' מעיקר הדין אין מקום לקושיא זו כיון שמותר לישא שתי נשים, אלא שבזמנינו שנשתנה הדבר יש מקום לק"ו הנ"ל ואכן זהו דעת הראב"ן אלא שאתה מתפלא על הדיעה האוסרת. אין בידי תירוץ כעת ואעיין יותר ושערי תירוצים לא ננעלו. אבל מהו המסקנא שלך מקושיא זו? שבמורדת לצערו מותר לינשא תיכף ומיד? הלא הרמ"א כתב בהדיא שאין להתירו קודם י"ב חודש!
 
איר האלט אנדערש?
דאס איז זיכער אז די צד האוסרים האבן נישט קיין פראבלעם צוריקצוהאלטן קינדער פון א טאטן... ביי יענעם. ווען מען האט עס געטון צו אים ווען דער טאטע איז געווען אויף דער עלטער האט עס פיין געציפט. ווי ער פלעגט במתק לשונו מרחיב זיין את הדיבור...

פון ווי ווייסט איר אז די מתירים האבן נישט געהערט די אנדערע זייט. ווייל די אוסרים זאגן אזוי?
פון ווי ווייסטו אז די אוסרים האבן יא געהערט. א לימינובער מעשה? עס מוז זיין א טירד פארטי וואס באטעטיגט אז ר׳ שמעון זאב האט גערעדט מיט מארקאוויטש. קענענדיג ר׳ שמעון זאב פון דער נאנט וועל איך מסכם זיין זיין דרשה מיט איין ווארט. Zelle!
די מתירים אליינס זאגן עס הער די ריקארדינג פין הרב הירשפעלד
 
Back
Top