טראמפ אדער העריס; פאר וועם פלאנסטו צו שטימען?

.

  • טראמפ

    Votes: 68 73.9%
  • העריס

    Votes: 24 26.1%

  • Total voters
    92
די וואס זענען אויף די זייט פון די פאלעסטינער אין די מלחמה. וואס איז א געמיש פון אלע.

גראדע מאנכע האבן געטענה'ט א זי האט צוגעשטימט מיט א סטודענט וואס האט געשריגן איבער ג'ענאסייד אבער ס'נישט קאנווינסינג לדעתי.

Harris appears to agree with protester accusing Israel of genocide: ‘What he’s talking about, it’s real’
האסט מיר נישט גענטפערט. כ'האב דיר אויסגערעכנט אפאר קאטעגאריעס, וואו לייגסטו איר אריין?

די מאנכע האבן געטענה'ט ווייסטו אליינס אז ס'איז שטותים והבלים, און אגב:
די ווידיא איז דיר עפעס נישט אינטרעסאנט...
 
איך נעם ארויס דערפון אז טראמפ האט נישט קיין מאראל קאמפאס, ער ועט טוהן וואס עס לוינט זיך אים. נעכטן איז עס שטיצן איזריעל און היינט איז עס שטיצן נעא-נאציס. קען מען אים טראסטן?
איז דאך גוט, איך געדענק אך גוט וואס אבאמע מיט זיין הייליגע מאראל האט אונז חרוב געמאכט לדורות, איך דארף נישט קיין יפתח וואס ברענגט זיין טאכטער אלץ קרבן אין ווייסען הויז, איך דארף א פראגמאטישען מאן.
 
און ס'גייט דיר נישט אן אז טראמפ איז מסכים אז דזשאו ביידן שטיצט ג'ענאסייד אין איזראעל?
 
און ס'גייט דיר נישט אן אז טראמפ איז מסכים אז דזשאו ביידן שטיצט ג'ענאסייד אין איזראעל?
איך האב נישט געזען די ווידיאו, ס'קען זיין אז ס'איז אמת און ס'איז א מוראדיגע פראבלעם אויב האט ער עס עכט געמיינט

אבער קעגן דעם האסטו די זעלבע סטעיטמענט פון העריס, און איך זאג דיר, קוק נישט אויף קיין סטעיטמענטס, קוק אויף זיין היסטאריע, קוקט וויאזוי ער קוקט אן זאכן.

זיין היסטאריע איז זייער שטארק פראו אידן און פראו איזרעיל.

און כמים פנים לפנים, די איזרעיליס ווילן אים זייער שטארק זעהן אין די ווייסע הויז, און אויך די ארטאדאקסישע אידן, און די שטיצע פאר א רעפובליקאנער האט זיך אויך געהעכערט צווישן די פרייע אידן, דארט איז נאך דא אסאך פלאץ צו גיין, אבער ס'גייט אויך אין זיין ריכטונג

אפילו די אויפגעקלערטע פון קרעמל זענען גאר שטארק פראו טראמפ... קוק די פאול אויף די שפיץ פון די בלאט...
 
העריס האט גראדע נישט געזאגט די זעלבע זאך ווי טראמפ, ווען דער יעניגער האט געשריגן וועגן א דזשענאסייד האט זי עם פארשטילט 'איי עם ספיקינג נאו'. נאר ווען יענער האט געשריגן וועגן טויזנטער ווערן געהרג'עט אין עזה, האט זי געזאגט אז ס'איז טאקע א פראבלעם, בכלל נישט דומה צו טראמפ'ס מסכים זיין מיט 'דזשענאסייד דזשאו'. און ס'איז די זעלבע נקודה וואס כ'האב פריער געזאגט, אויב לוינט זיך עם יעצט (וויבאלד זיי רעדן אקעגן ביידן) צו זאגן אז איזראעל טוט דזשענאסייד, וועט ער עס טון.

דאס וואס אנדערע האלטן איז מיר נישט ממש קיין נפקא מינה, מ'רעדט דא לגופן של דברים.
 
האסט מיר נישט גענטפערט. כ'האב דיר אויסגערעכנט אפאר קאטעגאריעס, וואו לייגסטו איר אריין?
איך ווייס נישט ווי זי שטייט פונקטליך און ווי עס וועט אויסקלאפן די פאלעסטינע סימפאטיע. זי איז נישט קלאר מיט אירע אידעלאגיע אדער פלענער. מסתמא נישט פראם טו ריווער טו די סי נאר ענדיגן די מלחמה דורך אלע מיטלען, נישט געבן דיפלאמאטישע שטיצע, סאנקציעס, האג וכו'
די מאנכע האבן געטענה'ט ווייסטו אליינס אז ס'איז שטותים והבלים, און אגב:
די ווידיא איז דיר עפעס נישט אינטרעסאנט...
נישט געקענט די ווידעא. נאך ווייניגער קאנווינסינג פון העריס
 
העריס האט גראדע נישט געזאגט די זעלבע זאך ווי טראמפ, ווען דער יעניגער האט געשריגן וועגן א דזשענאסייד האט זי עם פארשטילט 'איי עם ספיקינג נאו'. נאר ווען יענער האט געשריגן וועגן טויזנטער ווערן געהרג'עט אין עזה, האט זי געזאגט אז ס'איז טאקע א פראבלעם, בכלל נישט דומה צו טראמפ'ס מסכים זיין מיט 'דזשענאסייד דזשאו'.
נישט ריכטיג. יענער שרייט עטליכע מאל ג'ענאסייד אריינגערעכנט צום סוף פאר זי האט רעאגירט "And you won't you call it genocide?
 
האלטענדיג די וואך פאר די וואלען זענען עטליכע גרויסע נייעס אגענטורן ארויסגעקומען מיט זייער לעצטע פאול וואס גיבט 50/50 פאר ביידע קאנדודאטען.
איז דאס נישט קיין צופאל? זעהט מיר אויס אז זיי האבן שוין מורא פראדוקטען די עלעקשינס, אזוי ווער ס׳גייט נאר געווינען וועלן זיי נישט זיין אזוי off.
 
האלטענדיג די וואך פאר די וואלען זענען עטליכע גרויסע נייעס אגענטורן ארויסגעקומען מיט זייער לעצטע פאול וואס גיבט 50/50 פאר ביידע קאנדודאטען.
איז דאס נישט קיין צופאל? זעהט מיר אויס אז זיי האבן שוין מורא פראדוקטען די עלעקשינס, אזוי ווער ס׳גייט נאר געווינען וועלן זיי נישט זיין אזוי off.
ס'העלפט זיי נישט צו סאך ווייל טאמער איינע פון די קאנדידאטן גייט אריינקומען מיט 53 פראצענט און דער אנדערער מיט 47 גייען זיי הייסן אנזעצערס, ווייל פופציג פופציג מיינט נישט אז ס'איז דא פונקט די זעלבע פראצענט שאנסן צו געווינען פאר ביידע, ס'מיינט אז זיי רעכענען אז ביידע גייען האבן ארום פופציג פראצענט שטיצע.

דאס יא, אסאך זאגן אז די נומבערס ביז יעצט זענען געווען געשפילטע נומבערס און עכט איז די רעיס א גאנצע צייט געווען פופציג פופציג, נאר די פאולסטער האבן זיך געשפילט מיט די נומבערס צו קענען געבן מאמענטום פאר העריס, אבער איינמאל ס'קומט נענטער צו די עלעקשאנס ווייזן זיי מער די אמת נישט ארויסצוקומען חוזק.
 
1000268204.jpg
 
איך האב געוויילט טראמפ.
נישט ווייל איך בין א גרויסע חסיד זיינעם, איך האלט דוקא אז ער האט אין זיך א צד סכנה, זייענדיג א היבשער נארסיסיסט.
עכ"ז בין איך מער נוטה לצדו ווי צו העריס וועם איך האלט איז בכלל נישט פעהיג צו פירן אפילו א שטעטל ווי קרית יואל, אפגערעדט די מאכסטפולסטע מאשין אין היסטאריע.
נאר ווי פארשטענדליך וועט זי זיין א פאפעט און אנדערע וועלן מאכן באשלוסן און זי וועט זיין די קאווער, א זאך וואס שמעקט נישט גוט, מילד גערעדט, בפרט נאך וואס די לינקע לאגער ציט לעצטנס היבש איבער דעם שטריקל מיט זייערע נייע אגענדעס וואס ווערן מער און מער ראדיקאל און מסוכן.

בנוסף צו דעם האט טראמפ דעם אילאן מאסק, אן איש חכם ונבון וואס דעליווערט אויף צען פראנטן וואס יעדע איינס פון זיינע פראיעקטן זענען ווערד אים צו מאכן פאר א האלבע אפגאט, אפגערעדט אז ער דשאגלט אלעס אויפאמאל אינעם זעלבן גלגול און ער איז מבטיח צו פארבעסערן די געלט פראבלעמען וואס פלאגן אונזער לאנד.
(איך ווייס אויך אז אילאן מאסק איז א יליד אשה און האט שוואכקייטן, אבער זיין רעזומעי און חכמה שטייגן איבער זיינע חסרונות כפיל בפני נמלה).

עד כאן דעתי העניה לעת עתה.
 
בנוסף צו דעם האט טראמפ דעם אילאן מאסק, אן איש חכם ונבון וואס דעליווערט אויף צען פראנטן וואס יעדע איינס פון זיינע פראיעקטן זענען ווערד אים צו מאכן פאר א האלבע אפגאט, אפגערעדט אז ער דשאגלט אלעס אויפאמאל אינעם זעלבן גלגול און ער איז מבטיח צו פארבעסערן די געלט פראבלעמען וואס פלאגן אונזער לאנד.
(איך ווייס אויך אז אילאן מאסק איז א יליד אשה און האט שוואכקייטן, אבער זיין רעזומעי און חכמה שטייגן איבער זיינע חסרונות כפיל בפני נמלה).

עד כאן דעתי העניה לעת עתה.

איך וועל מיר נישט באציען צו דיינע פרעפרענצן בנוגע שטומען פאר טראמפ, און דיין מיינונג איבער העריס.

איך בין אבער בכלל נישט איבערצייגט אין די גאונות פון אילאן מאסק, חוץ פון דעם אז ער איז זייער א סוקסעספולע ענטרעפאנאור און אויך א שטיקל ענדזשעניר..

רוב פון זיינע פראיעקטן ווי איך פארשטיי האט ער נישט דעליווערד קיין צענטל פון וואס ער האט פארשפראכן (און איך רעד מיט ווייניג נאלעדזש דערין). רוב פון זיינע אויפטוען זענען בעיקר אין עפישענסי און אין צוזאמברענגען גוטע חברה אונטער איין דאך - וואס פון איין זייט איז נישט קיין 'אייגענע גאונות' בדוקא, זיכער נישט ווען די אקטועלע אויפטוען זענען רעלאטיוו קליין, און פון די אנדערע זייט איז גאנץ א פשוט'ע תוצאה פון זיין רייכטום מעגליכקייטן און פון זיינע ביזנעס מאדעלן און ווייניגער פון חכמה...

ואדרבה, אויב האב איך געצווייפלט צו ער האט נאך יא עפעס תוכן צו זיך, איז זיין צולאזטע התנהגות יעצט כלפי טראמפ אן אנדייטונג אז פאר זיינע פינף מינוט פון פירסום און פאר זיינע מעגליכע כבוד/געלט בענעפיטן איז ער גרייט זיך צו לייגן און צו בייגן ווי א וואנזיניגער... און איך וואלט שפעקילירט אז אמת'ע 'חכמים' פירן זיך אויף דעם ביסל אנדערש..

עס קען זיין איך פארזע עפעס אין זיין כאראקטער, אדער בין איך פשוט מיסאינפארמירט. איך וואלט מיר אבער זייער געפרייט צו הערן סיי וועלכע אינטעלעקטואלע אדער תוכנ'דיגע רעדע פון אים, ווי ער צונעמט באמת א נושא אייגענארטיג (לאפוקי איבערזאגן וואס ער האט געהערט פון זיינע אינדזשענירן)..
 
לעצט רעדאגירט:
איך בין אבער בכלל נישט איבערצייגט אין די גאונות פון אילאן מאסק, חוץ פון דעם אז ער איז זייער א סוקסעספולע ענטרעפאנאור און אויך א שטיקל ענדזשעניר..
קודם כל, צו ער איז יא חכם צו נישט, איז מיין פונקט נאכאלס גילטיג, זייענדיג אז ער איז א מענטש וואס זוכט צו ברענגן די וועלט פאראויס און ער פראדוצירט.
דאס איז על הצד אז דו ביסט איבערצייגט אז ער איז בכלל נישט קלוג.

יעצט בנוגע מיין פערזענליכע מיינונג איבער זיין חכמה וועל איך דיר אזויפיל זאגן אז איך פאלג שוין נאך דעם מענטש א היבשע פאר יאר, נאך איידער ער איז געווארן אריינגעמישט אין פאליטיק, (וואס דעמאלט האט קיינער נישט געצווייפלט איבער זיין חכמה).

די וועג ווי אזוי איך מעסט איינעמס חכמה (ס'קען זיין אז איך בין נישט פעהיג דערצו, אבער איך בין בארעכטיגט צו האבן א דעה, ואדרבה, אויב טרעפסטו לעכער אין מיין אנאליז, בין איך אפן פאר א דייאלאג), איז דורך דערגיין דעם מענטש'נס אנאליטישע אין קריטישע טראכטונג און זיין פראסעסינג פאוער - דהיינו ווי שנעל ער קען לייזן פראבלעמען, זיך ארויסזען פון א פלאנטער, אויפקומען מיט שעפערישע געדאנקן וכו', אילאן איז לדעתי א חד בדרא אין דעם הינזיכט.

(דו קענסט אויך מאכן ריסערטש איבער וואס איז די פארמאלע וועגן צו דערקענען אן אינטעלעקטואלע גאון און זיך גאנץ שנעל איבערצייגן אז ער טשעקט אלע באקסעס.)


רוב פון זיינע פראיעקטן ווי איך פארשטיי האט ער נישט דעליווערד קיין צענטל פון וואס ער האט פארשפראכן (און איך רעד מיט ווייניג נאלעדזש דערין). רוב פון זיינע אויפטוען זענען בעיקר אין עפישענסי און אין צוזאמברענגען גוטע חברה אונטער איין דאך - וואס פון איין זייט איז נישט קיין 'אייגענע גאונות' בדוקא, זיכער נישט ווען די אקטועלע אויפטוען זענען רעלאטיוו קליין
ער איז באקאנט אלס א וויזיאנער מיט גאר ווייטע צילן וואס זענען אזוי קאמפליצירט אז אפילו די גרעסטע ארגינעזאציעס אין די וועלט האבן נישט געטרויט אהינצוגיין, אויך איז ער באקאנט מיט זיינע אוטענטישע צוגאנג, ער זאגט וואס ער טראכט און איז מודה על האמת ווען ער מאכט א טעות, וואס ברענגט אים צו זאגן זיינע צילן וואס אנדערע וואלטן נישט געטרויט אפילו צו טראכטן פון.

ס'איז קענטיג אז דו קענסט דעם מענטש פון אפאר בייסיגע ארטיקלן וואס לינקע רעפארטערס האבן פראבירט אים אראפצורייסן אלס פשוט איינער מיט 'גרויסע טאשן' און 'מעגליכקייט צו צוזאמברענגען גוטע חברה אונטער איין דאך', א זאך וואס איז אודאי אמת, אבער פאדערט גאר א הויכע לעוועל פון אינטעלעגענס צו קענען טון אויף אן עפעקטיווע וועג.

איך וואלט דיר רעקאמענדירט צו הערן זיינע פאדקעסט אינטערוויוס ביי דשאו ראוגען אדער לעקס פרידמאן און אליינס מאכן א החלטה איבער זיין גאונות (פאר א נויט קענסטו אויך וואטשן זיין אינטערוויו דורך דאן לעמאן, א ליבעראלער וואס האט אים געפרעגט גאר בייסיגע שאלות (אויף וואס לעמאן האט זיך געגרייט וואכן) און ער האט זיי צובלאזן כעפרא דארעא).
ואדרבה, אויב האב איך געצווייפלט צו ער האט נאך יא עפעס תוכן צו זיך, איז זיין צולאזטע התנהגות יעצט כלפי טראמפ אן אנדייטונג אז פאר זיינע פינף מינוט פון פירסום און פאר זיינע מעגליכע כבוד/געלט בענעפיטן איז ער גרייט זיך צו לייגן און צו בייגן ווי א וואנזיניגער... און איך וואלט שפעקילירט אז אמת'ע 'חכמים' פירן זיך אויף דעם ביסל אנדערש..
אלבערט איינשטיין האט געהאט גאר אן ענליכע התנהגות, און פארקערט, דאס קומט מכח וואס זיין מח ליגט אין העכערע זאכן ווי קאנפארמען צו סאסייעטי. (ריסערטש דעם פענאמענאן Einsteins eccentric behavior אויף AI וועסטו קלוגער ווערן).

ס'נאך דא אסאך צו רעדן, אבער מיין צייט ערלויבט מיר נישט לע"ע.
 
ווי זאגט טראמפ אלץ; א איד וואס וועלט פאר העריס זאל זיך גיין אןיסטשעקען דאס קאפ.
 
Back
Top