טראמפ אדער העריס; פאר וועם פלאנירסטו צו שטימען?

.

  • טראמפ

    Votes: 69 73.4%
  • העריס

    Votes: 25 26.6%

  • Total voters
    94
פרעזידענט קלינטאן האט נעכטן קאמפיינט פאר העריס. דא רעדט ער זייער שטארק וועגן די עזה מלחמה, וואו ער נעמט זיך גאר שטארק אן פאר איזראעל. אויך רעדט ער וועגן די הסכם שלום מיט עראפת. די חלק אז אידן זענען געווען אין איזראעל פאר די אראבערס. לוינט זיך אויסצוהערן:

אבער די דעמאקראטן זענען שונאי (מדינת) ישראל...
 
פרעזידענט קלינטאן האט נעכטן קאמפיינט פאר העריס. דא רעדט ער זייער שטארק וועגן די עזה מלחמה, וואו ער נעמט זיך גאר שטארק אן פאר איזראעל. אויך רעדט ער וועגן די הסכם שלום מיט עראפת. די חלק אז אידן זענען געווען אין איזראעל פאר די אראבערס. לוינט זיך אויסצוהערן:

אבער די דעמאקראטן זענען שונאי (מדינת) ישראל...
די אלטע גווארדיע זענען טאקע אוהבי ישראל, אבער זייט אבאמע האבען זיי אנגעהויבען פארען אנטי ישראל און ס׳ווערט נאר ערגער.
 
גאר א שטארקע און איינפלוס-רייכע ערקלערונג ווידעא בעד טראמפ, דורך בתיה אונגאר, ספעציעל פאר אידן:

איך בין שוין אפילו כמעט געווארן באיינפלוסט... (נישט ממש....), כ'וואלט אבער יא געקענט באשטיין איינער זאל איר דא ענטפערן, אפשר @אלפא אדער @אינטעליגענט אפשר @אפענער.

איין זייטיגע זאך וואס כ'האב יא נאכגעקוקט זי רעדט וועגן די טראמפ "זעיר גוד פיפל אן באט סיידס", טענה'ט זי אז ער האט קלאר געזאגט אז ער רעדט נישט פון די נעא-נאציס און ווייסע סופרעמיסטן, און די מידיע האט ארויסגעשניטן די שטיקל. למעשה זעט מיר אויס אז ס'איז אביסל פארקערט, דא קען מען זען די גאנצע ווידעא, זעט מען ווי ער זאגט טאקע אז ער רעדט נישט וועגן די נעאנאציס וכו', אבער ער זאגט עס נישט ווען ער רעדט וועגן די גוטע מענטשן פון ביידע זייטן.
 
מרת כץ איז איבערצייגט אז טראמפ איז אן אנטיסעמיט לכל דבר, זייער אן אינפארמאטיווע אינטערוויו, כאטש וואס מ'קען עס אויך אסאך דעבאטירן.

(זי האט מיך פארלוירן ביים שטיקל ווען זי האט אראפגעלייגט אן הנחה אז איסלאמישע טעראר אטאקעס אין אייראפע האבן פאסירט אלס תוצאה פון רייצערייען דורך ראדיקאל-רעכטע גרופעס וועלכע האבן אונטערגעצינדן זייערע וואוינונגען וכדו'. צודרייטע וואס זי איז! ליגנער! נאר וואס, מ'טאר חלילה נישט באשולדיגן איסלאם ממילא דארף מען טרעפן אנדערע קרבנות, נאכ'ן ליינען דעם שטיקל האב איך שוין מטיל ספק געווען אויך אין אירע פריערדיגע הנחות)
 
לעצט רעדאגירט:
האסט אים געהערט?
איז אלעס וואס ער זאגט שטותים?
מען דארף נישט הערן יצחק קלאר צו וויסן א ער רעדט שטותים. ער רעדט אזעלכע לויזע שטותים, אז איך האלט אז ער גלייבט עס אליינס נישט. ער מוז נאר אהער שטעלן א געוויסע פערסאנע.
 
מען דארף נישט הערן יצחק קלאר צו וויסן א ער רעדט שטותים. ער רעדט אזעלכע לויזע שטותים, אז איך האלט אז ער גלייבט עס אליינס נישט. ער מוז נאר אהער שטעלן א געוויסע פערסאנע.
יצחק קלאר רעדט נאך אויף קול מבשר? שוין טאקע לאנג נישט געהערט
 
גאר א שטארקע און איינפלוס-רייכע ערקלערונג ווידעא בעד טראמפ, דורך בתיה אונגאר, ספעציעל פאר אידן:
איין נקודה וואס זי ברענגט שטארק ארויס, איז אז טראמפ און רעפובליקאנער האלטן היינטיגע צייטן דאס וואס דעמאקראטן האבן אמאל געהאלטן. אויסער וואס ס'ברענגט ארויס די פוינט אז די גאנצע רעפובליקאנער פארטיי ווערט היינט געפירט ביי איין איינציגן מענטש, און וואס ער זאגט דאס ווערט די רעפובליקאנער מהלך און שיטה (ענליך צו רעכט אין א"י, וואס ווערט נקבע ביי ביבי, און ליבערמאן און בענעט ודומיהן וואס זענען רעכטער ווי ביבי אין שיטות, אבער וויבאלד זיי האבן זיך געוואגט צו גיין קעגן ביבי, זענען זיי "לינק"...).

איז דא א פשוט'ע נקודה, די דעמאקראטן גייען אייביג פאראויס, און די רעפובליקאנער לויפן זיי אייביג נאך, ווי א עקסטרעמע דוגמא פון פרויען וואלן, וואס היינט וועט קיין איין (עכ"פ כמעט) רעפובליקאנער זאגן אז פרויען קענען נישט און טארן נישט וועלן, אזוי ווי זיי האבן געטענה'ט פאר הונדערט יאר צוריק. וכדומה.
סאו דאס וואס רעפובליקאנער האלטן היינט ווי די אמאליגע דעמאקראטן, מיינט נישט אז די היינטיגע דעמאקראטן וואס גייען שוין נאך ווייטער, זענען ראנג. אדרבה אין צוואנציג - דרייסיג יאר ארום וועלן די דעמאלסדיגע רעפובליקאנער האלטן ווי די היינטיגע דעמאקראטן, לכאורה.
 
GbYd1Q9XcAA1wkj.jpg
 
מארגן קען זיך אבו-מאזן אויסלערנען די מלאכת הלקיקה בעסער ווי ביבי טוב ליהודים, און די גאנצע מדינה איז קאפוט ביי עם. עם טראסטסטו?
איך פרעג דיר צו די אנדערע זייט קען איך מער טראסטן, לאמיר מיטגיין מיט דיר אז ער איז א נארסעסיסט, דערווייל קוקט מיר אויס אז ביבי, סאודי אראביע, און נאך גאלף לענדער קענען זיך בעסער לעקן צו אים
 
דא איז דא נאך א לאנגע ליסטע מיט ציטאטן פון טראמפ'ס געוועזענע נאנטע, כהשלמה צו וואס 'כספי' האט געברענגט.

אחת מהנה פון ווייס פרעזידענט פענס.
 

בייגעלייגטע פיילס

  • trump.jpg
    trump.jpg
    62.4 KB · געזען: 22
פון איין זייט שטייט א פרעזידענט(ין) וואס אירע פיר פארגייער, געוועזענע פרעזידענטן (קארטער קאלעכט שוין על כל הראש, אבער פאר די סעיק אוו די ארגומענט נוץ איך עס), שטייען אונטער איר בעקן איר, און טוען אלעס אין די וועלט זי זאל ווערן אויפגענומען.

פון די צווייטע זייט שטייט א פרעזידענט וואס זיינע פארגייער שטיצן עם נישט, נישט נאר פרעזידענט בוש, נאר מיט ראמני די פארטיי'ס נאמיני פאר 2012, און מ'קעין וואלט עם זיכער נישט געשטיצט. העק זיינע פארגייער - זיין אייגענער וויצע פרעזידענט שטיצט עם נישט, און האלט אז ער טאר נישט זיין פרעזידענט, צוזאמען מיט עם נאך א שיינע צאל פון טראמפ'ס מיטארבעטער.

א שווערע אויסוואל! ;)
 
שטודירנדיג און ליינענדיג איבער די צווייטע וועלט מלחמה, האט מען זיך אייביג געמוטשטעט צו פארשטיין, וויאזוי האט היטלער ימש"ו געקענט אזוי איבערדרייען א לאנד פון בעסערע מענטשן צו אזעלכע חיות מטורפים, רוצחים, אנסים, ... כ'מיין ס'נישטא קיין ווערטער ארויסצוברענגען די נאציזם און די נאציס ימש"ו.
וויאזוי?
מ'האט אייביג געזאגט דער באשעפער האט עם געגעבן א כח צו איינעמען מענטשן, כאריזמע, און מיט דעם האט ער פארדרייט זייער קאפ. אבער ס'איז געווען א זאך וואס מ'האט קיינמאל נישט פארשטאנען, און קיינמאל נישט ארויסגעהאט.

היינט ווען מ'לעבט מיט די צודרייטע עפאכע פון דאנעלד טראמפ, קען מען עס אנהייבן צו פארשטיין, ווען מיליאנען מענטשן זענען זיכער אז די אימיגראנטן נעמען צו זייערע דזשאבס, כאטש וואס רובא דרובא עקאנאמיסטן שרייען אז ס'איז נישט אמת. מיליאנען מענטשן זענען זיכער אז אלע צו רוב אימיגראנטן זענען קרימינאלן און רוצחים, כאטשיג וואס די מציאות ווייזט אינגאנצן אן אנדערן בילד. ווען מיליאנען מענטשן זענען גרייט צו שווערן אז אימיגראנטן אין ספרינגפילד עסן קעץ און הונט פון איינוואוינער, כאטשיג וואס אלע לאו אינפארסמענט איינגעשטעלטע (צווישן זיי רעפובליקאנער) האבן קלאר געשטעלט אז לא היו דברים מעולם! וכן הלאה, וכן הלאה. זענען מיר זוכה צו לעבן אין א צייט ווי א צודרייטער פארשוין האט א כאריזמע, און נארמאלע געזונטע מענטשן פאלן פאר זיינע שקרים אויף א צודרייטן אופן.

און פופציג יאר ארום וועלן אונזערע אייניקלעך אונז פרעגן, זיידי וויאזוי איז געווען מעגליך צו פאלן פאר אזא נידריגן נארישן צודרייטן פארשוין??? וואס גייען אונז עם ענטפערן? וואס גייסטו עם ענטפערן? דו וואס דו שטיצט יעצט טראמפ? איך אליין בין אויך געפאלן פאר דעם דעמאגאג, כ'ווייס נישט וויאזוי, זעהט אויס דער באשעפער האט עם געגעבן א כח. און דיין אייניקל וועט זיך נישט גלייבן זיינע אויערן, וואס?! דו זיידי?! ביזסט דאך אזא קלוגער מענטש, וויאזוי האסטו געקענט פאלן פאר אזא נארישן בריה? וואס גייסטו עם ענטפערן?!

ס'ווערד צו אנצייכענען אז כ'האלט בהדיא נישט אז טראמפ איז ווי היטלער, חס ושלום (כאטשיג טראמפ איז א ודאי נישט קיין טלית שכולה תכלת), כ'רעד דא אלס די חלק פון די פאלן פאר זיין דעמאגאגיע.

ס'כדאי צו וואטשן טראמפ'ס אויפטריטן מיט אביסל א דרויסנדיגערער בליק, אביסל א ניכטערער בליק, מענטשן לאכן און שרייען און פארפירן פאר די נארישסטע ווערטער וואס פאלן ארויס פון די לאך וואס רופט זיך מויל, ממש, אזעלכע נארישע ווערטער ווי "די פארמערס אין אייאווע האבן מיר ליב", כ'מיין וואס איז דאס? א סטעיטמענט? א הבטחה? א רוח הקודש? און דער עולם אפלאדירט און פרייט זיך און שעפט נחת פון די צודרייטע קלוגשאפט פון זייער אפגאט, מ'קען מיינען ער זאגט אזעלכע קלוגע ווערטער, כאטש האלב אזוי קלוג ווי איינשטיין. באמת, וואס זאגט ער?
 
סקווירא אינדארסירט טראמפ 2024
 

בייגעלייגטע פיילס

  • WhatsApp Image 2024-11-03 at 12.53.06 PM.jpeg
    WhatsApp Image 2024-11-03 at 12.53.06 PM.jpeg
    57.8 KB · געזען: 20
אויכעט: טאמער ווילסטו וויסן וויאזוי דיינע שכנים אויף דיין בלאק האבן געשטימט צוריק אין 2016/2020 קענסטו קליקן דא דאס איז א דעטאלירטע מאפע דורך די ניו יארק טיימס
 
לעצט רעדאגירט:
אויכעט: טאמער ווילסטו וויסן וויאזוי דיינע שכנים אויף דיין בלאק האבן געשטימיט צוריק אין 2016/2020 קענסטו קליקן דא דאס איז א דעטאלירטע מאפע דורך די ניו יארק טיימס
צום ביישפיל קענסטו זעהן וויאזוי די אידישע געגנטער: וויליאמסבורג, בארא פארק, קראון הייטס, פלעטבוש, פאר ראקאוועי זענען אלע געפארבט רויט בבחינת "דא וואוינט א איד"

1730670112785.png
 
צום ביישפיל קענסטו זעהן וויאזוי די אידישע געגנטער: וויליאמסבורג, בארא פארק, קראון הייטס, פלעטבוש, פאר ראקאוועי זענען אלע געפארבט רויט בבחינת "דא וואוינט א איד"
Last time I checked האט גאט ברוך הוא "איבערגעהיפט" די רויטע געפארבטע הייזער...
 
Last time I checked האט גאט ברוך הוא "איבערגעהיפט" די רויטע געפארבטע הייזער...
און דער אמטירנדער פרעזידענט איז דאן ארומגעלאפן אין די גאסן מיט פידזשאמעס צו שאנד און צו שפאט...
 
Back
Top