Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
קודם כל ס'איז גאר נישט אומסייענטיפישע אנקעטעס, דריי באזונדערע פארומען וואס דרייען זיך אנדערע סארט מענטשן, זאלן אלע ווייזן גאר ענליכע פראצענטן, איז גאר סייענטיפיש.נישט אמת! קוק דא וועסטו זעהן אז איבער %90 היימישע אידן האבן פאקטיש געשטימט פאר טראמפ! פארוואס קוקן אויף אומסייענטיפישע אנקעטעס ווען דו קענסט קוקן פאקטישע רעזולטאטן פון וואל באטייליגונג
טראמפ איז א נאאצצצי
פארוואס קענען דעמאקראטן נישט אויפקומען מיט עפעס מער שעפעריש טיטל פאר זייער אפאנענטס? דיסעפאונטינג.
א רעליגיעזע איז קעגן געי מערידזש. שאקינג. איך קען עטליכע העריס סופארטערס אין וויליאמסבורג וואס האלטן אויך אזוי
דו קענסט א העריס סופארטער אין וויליאמסבורג? שאקינג!א רעליגיעזע איז קעגן געי מערידזש. שאקינג. איך קען עטליכע העריס סופארטערס אין וויליאמסבורג וואס האלטן אויך אזוי
איז עס א חידוש? נישט אז מלכתחילה זענען מיר אונז מורא'דיג מולטיקולטערל. עס איז א פארמאכטע קולעקטיוויסט סאסייעטי וואס נאטורליך שטימט אין אייניגע גרופסדו קענסט א העריס סופארטער אין וויליאמסבורג? שאקינג!
איך האף מען ווייסט נישט דערפון אין שול, איך גלייב מ'וועט זיי נישט מצרף זיין צו מנין.
ערנסט גערעדט, ס'טוט מיר וויי צו זעהן ווי אינעם שמעלצטאפ וואס רופט זיך ניו יארק זעמיר פארוואנדלט געווארן אין א קווארטאל אויסגעשניטן דירעקט פון א טראמפ שטיצנדע געגנט אין לואיזיאנא.
ס'איז נאר געבליבן פאר סאציאלאגן צו פרובירן מסביר זיין וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען.
איך האב נישט קיין טענה אויף איינער וואס שטימט פאר טראמפ. איך ווייטאג אויפן סיסטעם וואס פראדוצירט אזא איין שטימיק וואוט, און לאזט נישט פאר קיין צוויי דעות צו געוועלטיקן ביינאזאם.
(פארשטייט זיך קרעמלער זענען א יוצא מן הכלל.)
דו האסט זעט אויס נישט געקוקט די ווידעא.א רעליגיעזע איז קעגן געי מערידזש. שאקינג. איך קען עטליכע העריס סופארטערס אין וויליאמסבורג וואס האלטן אויך אזוי
און ס'מייינט אויך "סך הכל" אז אויב זיין רעליגיע איז דאס פירן ווי די בייבל לשיטתו, איז אין זיין ביבליקל רעליגיע דא אן איסור אויף חזיר פונקט אזוי.איך זעה נישט די היפאקריטיע. ווען דער גוי זאגט אז ער איז אנטי געי "ווייל עס שטייט אין בייבל" מיינט ער נישט צו זאגן אז ער האט זיך געזעצט לערנען חומש רש"י און געזען אז די תורה לאזט נישט. ער מיינט סך הכל אז לפי זיין רעליגיע איז עס נישט אויסגעהאלטן.
ער האט נישט צוזאם געדרייט די חזיר און געי מערידזש ווי א טשולענט, און ער האט נישט געפרעגט אז חזיר און געי איז תלוי זה בזה,איז וואס פארדרייסטו א קאפ מיט ואת החזיר לא תאכלו? האסט אים נישט אפגעוואנדן. עס איז פונקט ווי דו זאלסט פרעגן א איד אמער ער עסט טשולענט, עס שטייט דאך בפירוש לא תבערו אש.
1. ווי שטייט אין די תורה אז מ'טאר נישט האבן אן extramarital affair?און ס'מייינט אויך "סך הכל" אז אויב זיין רעליגיע איז דאס פירן ווי די בייבל לשיטתו, איז אין זיין ביבליקל רעליגיע דא אן איסור אויף חזיר פונקט אזוי.
און די נער'ישע תירוץ I didn't read it ענפערט גארנישט.
ער האט נישט צוזאם געדרייט די חזיר און געי מערידזש ווי א טשולענט, און ער האט נישט געפרעגט אז חזיר און געי איז תלוי זה בזה,
אין דיין טשולענט משל סעטינג, וועט זיין שאלה זיין אז אויב די "עסט" טשולענט מחמת די ביבל, מן הסתם האלטסו "אויך" די איסור פון לא תבערו אש מחמת די בייבל. ס'איז זייער א לאגישע קשיא.
און זייער אמת, ווייל די בייבל היפאקראטעס איז ריזיג.
נישט נאר אין די south...
ווי פיל מער היפאקראסי דארפסטו אז חרדישע יודען שימפען אויף קאנדידאטן וואס שטיצן LGBTQ רייטס בשם ה'bible און רעליגיעזע ווירדן, בו בזמן שטיצן זיי פייערדיגערהייט, מיט אן איבערוויגענדע מערהייט, א קאנפירמד רעפיסט און סעקסואלער אביוזער, א מנובל וואס איז מאנס פרויען נאך אמאל און נאך אמאל, און א cheater המשולש אויף זיינע חתונה געהאטע פרויען.
אין לך biblical hypocrisy גדול מזו
ווער האט געזאגט אז "מ'מעג" נישט האבן extramarital affairs?1. ווי שטייט אין די תורה אז מ'טאר נישט האבן אן extramarital affair?
סך הכל א געלט געדאנק? אז מ'זעהט א מאן מאנס זיין א פרוי איז נישטא קיין חיוב איר צו ראטעווען?2. א רעיפיסט דארף ס"ה צאלן עפעס שקלים צו וואס. ער האט גענוג געלט.
יא. ער איז א גראבע ליגנער.3. ער האט אליינס געזאגט אז ס'איז נישט אמת. נישט קיין וואלד, נישט קיין בערן. ס'איז פשוט Biden election interference. האלטסט ער איז סתם א גראבע ליגנער?
מיינסט צו זאגן אז ווען ער האט נישט קיין געלט וואלט ער דאס נאך אלס געטוהן...4. ער איז א גוי ווי אלע גוים... יעדע גוי איז שמוציג. ווען דו האסט ווען זיין געלט וואלסטו אויך אזוי געטון.
איך האף אז די ביסט סארקאסטישס'דא נאך תירוצים. אבער ס'פעלט נישט אויס ווייל זעהסט דאך ער גאט האט איהם געראטעוועט פון די assassination attempt. אונדזער מוחות פארשטייען סייווי נישט גאטס חשבונות.
וואס האלטסטו? כ'בין איבערצייגט?
בעסער איר הארציגע געלעכטער ווי זיינע ביטערע קללותעס זעהט אויס א העריס גייט געווינען. ניין?
שטעל דיר פאר איר הארציגע געלעכטער....
וואס איז די היפאקריטיע? שטימען פאר טראמפ איז נישט קיין שטימע אויף זיין מאראלישע אדער סעקשועל רעפוטעישן. מען וועלט א פרעזידענט איינער וואס זאל פירן גוט דאס לאנד און שטופן די ריכטיגע אדזשענדעס נישט קיין מרא דאתרא. עס איז נישט רעלעווענט דא ביבליקעל אדער רעליגיעזע ווירדןווי פיל מער היפאקראסי דארפסטו אז חרדישע יודען שימפען אויף קאנדידאטן וואס שטיצן LGBTQ רייטס בשם ה'bible און רעליגיעזע ווירדן, בו בזמן שטיצן זיי פייערדיגערהייט, מיט אן איבערוויגענדע מערהייט, א קאנפירמד רעפיסט און סעקסואלער אביוזער, א מנובל וואס איז מאנס פרויען נאך אמאל און נאך אמאל, און א cheater המשולש אויף זיינע חתונה געהאטע פרויען.
אין לך biblical hypocrisy גדול מזו