- זיך איינגעשריבן
- מאי 15, 2024
- מעסעדזשעס
- 150
- רעאקציע ראטע
- 568
מער ווי איינמאל
Follow along with the video below to see how to install our site as a web app on your home screen.
Note: This feature may not be available in some browsers.
מער ווי איינמאל
אביסל סארקאזם פליז
ווי זאגט טראמפ אלץ; א איד וואס וועלט פאר העריס זאל זיך גיין אןיסטשעקען דאס קאפ.
קודם כל, צו ער איז יא חכם צו נישט, איז מיין פונקט נאכאלס גילטיג, זייענדיג אז ער איז א מענטש וואס זוכט צו ברענגן די וועלט פאראויס און ער פראדוצירט.
דאס איז על הצד אז דו ביסט איבערצייגט אז ער איז בכלל נישט קלוג.
יעצט בנוגע מיין פערזענליכע מיינונג איבער זיין חכמה וועל איך דיר אזויפיל זאגן אז איך פאלג שוין נאך דעם מענטש א היבשע פאר יאר, נאך איידער ער איז געווארן אריינגעמישט אין פאליטיק, (וואס דעמאלט האט קיינער נישט געצווייפלט איבער זיין חכמה).
די וועג ווי אזוי איך מעסט איינעמס חכמה (ס'קען זיין אז איך בין נישט פעהיג דערצו, אבער איך בין בארעכטיגט צו האבן א דעה, ואדרבה, אויב טרעפסטו לעכער אין מיין אנאליז, בין איך אפן פאר א דייאלאג), איז דורך דערגיין דעם מענטש'נס אנאליטישע אין קריטישע טראכטונג און זיין פראסעסינג פאוער - דהיינו ווי שנעל ער קען לייזן פראבלעמען, זיך ארויסזען פון א פלאנטער, אויפקומען מיט שעפערישע געדאנקן וכו', אילאן איז לדעתי א חד בדרא אין דעם הינזיכט.
(דו קענסט אויך מאכן ריסערטש איבער וואס איז די פארמאלע וועגן צו דערקענען אן אינטעלעקטואלע גאון און זיך גאנץ שנעל איבערצייגן אז ער טשעקט אלע באקסעס.)
ער איז באקאנט אלס א וויזיאנער מיט גאר ווייטע צילן וואס זענען אזוי קאמפליצירט אז אפילו די גרעסטע ארגינעזאציעס אין די וועלט האבן נישט געטרויט אהינצוגיין, אויך איז ער באקאנט מיט זיינע אוטענטישע צוגאנג, ער זאגט וואס ער טראכט און איז מודה על האמת ווען ער מאכט א טעות, וואס ברענגט אים צו זאגן זיינע צילן וואס אנדערע וואלטן נישט געטרויט אפילו צו טראכטן פון.
ס'איז קענטיג אז דו קענסט דעם מענטש פון אפאר בייסיגע ארטיקלן וואס לינקע רעפארטערס האבן פראבירט אים אראפצורייסן אלס פשוט איינער מיט 'גרויסע טאשן' און 'מעגליכקייט צו צוזאמברענגען גוטע חברה אונטער איין דאך', א זאך וואס איז אודאי אמת, אבער פאדערט גאר א הויכע לעוועל פון אינטעלעגענס צו קענען טון אויף אן עפעקטיווע וועג.
איך וואלט דיר רעקאמענדירט צו הערן זיינע פאדקעסט אינטערוויוס ביי דשאו ראוגען אדער לעקס פרידמאן און אליינס מאכן א החלטה איבער זיין גאונות (פאר א נויט קענסטו אויך וואטשן זיין אינטערוויו דורך דאן לעמאן, א ליבעראלער וואס האט אים געפרעגט גאר בייסיגע שאלות (אויף וואס לעמאן האט זיך געגרייט וואכן) און ער האט זיי צובלאזן כעפרא דארעא).
אלבערט איינשטיין האט געהאט גאר אן ענליכע התנהגות, און פארקערט, דאס קומט מכח וואס זיין מח ליגט אין העכערע זאכן ווי קאנפארמען צו סאסייעטי. (ריסערטש דעם פענאמענאן Einsteins eccentric behavior אויף AI וועסטו קלוגער ווערן).
ס'נאך דא אסאך צו רעדן, אבער מיין צייט ערלויבט מיר נישט לע"ע.
ענדערשט גיי זוך דיר אינטער…איך צי טאקע צוריק פון מיין העריס שטומע צוליב מיין אומצוויידייטיגע רעספעקט פאר טראמפ און זיינע דברות קודש!!
יא ער האט עס טאקע געזאגט, אבער ס׳בכלל נישט קיין קאמפלימענט פאר עם, ס׳זייער נעריש פון עם עס צו האבן געזאגט.
עס זעהט מיר אויס אוט אפ קאנטעקסט. ווער לערנט אזוי פשט? אפשר מיינען זיי דשענעסייד דזשו. מיטן זיין אנטי ישראל ? די אקטאבער 7 אטאקעס איז נישט גענוג בלוט אז מען זאל לאזן ישראל טוהן וואס זיי טוהן און ביידן האלט נישט אזוי זאלן געהארגעט ווערן 1000-2000 אידן מה כילו רעש. דאס שרייען זיי דשענעסייד דזשו. ער לאזט נישט ישראל זיך פראטעקטןַהאסט מיר נישט גענטפערט. כ'האב דיר אויסגערעכנט אפאר קאטעגאריעס, וואו לייגסטו איר אריין?
די מאנכע האבן געטענה'ט ווייסטו אליינס אז ס'איז שטותים והבלים, און אגב:
די ווידיא איז דיר עפעס נישט אינטרעסאנט...
אזוי ווי ס'זעהט שוין נישט אויס אז מיין באשרייבונג וועט אמאל געשען (כ'האב געפלאנט א לענגערע באשרייבונג איבער פאליסיס, און פערסאנאליטעטן), לייג איך דא ארויף איין שטיקל וואס כ'האב שוין געשריבן איבער א דעמאקראטישע פאליסי ווס. א רעפובליקאנער:און אגב: כ'האב געפלאנט אפצושרייבן בעז"ה א לענגערע תגובה פארוואס איך שטיץ העריס, אבער אזוי ווי ס'מאכט מילא נישט אויס, שווער צו גלייבן אז איינער גייט זיך טוישן זיין דיעה צוליב מיין באשרייבונג, וועל איך עס טון ווען כ'וועל האבן נערוון און צייט. ס'ברענט נישט פאר יעצט....
Genocide Joe איז א פראו פאלעסטינע סלאגאןעס זעהט מיר אויס אוט אפ קאנטעקסט. ווער לערנט אזוי פשט? אפשר מיינען זיי דשענעסייד דזשו. מיטן זיין אנטי ישראל ? די אקטאבער 7 אטאקעס איז נישט גענוג בלוט אז מען זאל לאזן ישראל טוהן וואס זיי טוהן און ביידן האלט נישט אזוי זאלן געהארגעט ווערן 1000-2000 אידן מה כילו רעש. דאס שרייען זיי דשענעסייד דזשו. ער לאזט נישט ישראל זיך פראטעקטןַ
ווי געזאגט אויבן, איז אונזער דו-שיח דא בעצם איבעריג ווייל מיר ביידע זענען איינשטומיג אז ער קען דעליווערן א בעסערע אמעריקע אין פילע הינזיכטן, און אפשר באלאנגט אונזער שמועס אין א באזונדערע שנירל וואס איז דן איבער אילאן מאסק אדער ווי אזוי אפצושאצן חכמה/גאונות.איך בין מסכים אז ער איז אטענטיש, קלוג, און גאר געלונגען. איך לייקן נישט קיין איינס פון די אלע. אבער פון דא ביז אן 'איש חכם ונבון' וואס זיין 'חכמה שטייגט איבער זיינע חסרונות' איז אויך מיר א גאנג.
ווען איך רעד פון חכמים רעד איך פון פילאזאפן, סייענטיסטן, און אקאדעמיקער, וואס זייער חכמה און ארגינעלקייט דערזעט זיך אין יעדע פון זייערע שמועסן.
א געלונגענער ביזנעסמאן וואס איז א סוקסעספולע וויזיאנער און האט א יוניק ענדזשענירינג צוגאנג - איז טאקע זייער מעכטיג, אבער נאכנישט קיין 'אינטעלעקטואל' בכלל!
אינטרעסאנט ווי די פאול דא, האלט אויך מער ווייניגער ביי די נומבערס. (אויף אייוועלט האב איך שוין לאנג נישט געזען א פאול, אויב איינער קען צוצייכענען א לעצטיגע פאול, וואלט געווען אינטרעסאנט).ס'זעט מיר אויס ווי יעצט האלט עס ביי א פערטל דעמאקראטן, און דריי פערטל רעפובליקאנער.