טראמפ און די דיעפ סטעיט (אפגעטיילט)

איין נקודה פאר איך בין מגיב מער באריכות (נישט פאר מארגן לכאו')

איך בין מסכים אז מ'זוכט אים צו כאפן, איך טענה אסער אז עס איז סיי נאטורליך כלפי יעדער פובליק און פאליטישע פיגור - דאס איז נישט ערגער לגבי טראמפ. וואס איז יא היציגער איז די סקעיל פון די פרשיות ארום אים, וואס אויף דעם זאג איך אז 1. ער האט מער באגאזש צו זיין נאמען ווי סיי ווער אנדערש - to begin with, און 2. ער היצט אן זאכן מער ווי נארמאל מיט זיין כאראקטער, רעטאריק, און קאנדוקט.

ווי איך פארשטיי איז די 'דיעפ סטעיט'/קריים-יאגד ארגומענט אז עס טוט זיך א מאסיווע קאנספיראציע אנקעגן אים מיט בייזע כוונות, וואס מיין רעספאנס איז אז דערויף איז נישטא קיין קראנטע און סופישענט הוכחות - בפרט ווייל איך בין אלעס מסביר אלס א נאטורליכע - סאציאלאגישע פענאמען.
און איך זאג אז ס׳איז יא דא א קאנספיראציע פון א דיעפ סטעיט, און די הוכחות זענען
1. רוסלאנד קעלוזדשען אויספארשונג
2. געארגיע אנקלאגע
3. פלארידע אנקלאגע
4. ניו יארק אנקלאגע
5. אימפיטשן בכפליים
6. די FISA ווארענטס אונטערצילייגען פיסלעך פארן טראמפ קאמפיין
7. די דזשעימס קאמעי ליעקס
8. די סטעיט דיפארטמענט ובראשם דזשעימס קלאפער און דזשאן ברענען זאגן קלאר אז זיי האבן פיינט טראמפ, און וואונדער איבער וואונדער די סטעיט דיפארטמענט פייניגט טראמפ.
 
כ'זיץ דא מיט די פאפקארן
נאך יעדע @ראדני תגובה שריי איך "טראמפ טראמפ טראמפ טראמפ"
@אלפא וואס זאלעך שרייען נאך דיינע תגובות?
וואס שרייען די דעמאקראטן?
(כ'שעם זיך אז כ'ווייס נישט, אבער לא הבישן למד)
 
פאר נייגעריגקייט: בין איך אויך א חלק פון די דיעפ סטעיט ווייל איך האב אים נישט ליב און ווייל איך האלט אז ער דארף ווערן אנגעקלאגט אויף די קלאגעס?

צווייטנס, דאס אז ס'דא אנקלאגעס (1-6 פון דיינע נקודות) איז פונקט אזא הוכחה אז ער איז טאקע א קרימינאל ווי אז עפעס א דיעפ סטעיט קאנספירירט אנקעגן אים, אנלעס אז דו ביסט אויך ביי די מיינונג אז 40,000 גע'הרג'טע אין עזה איז אן הוכחה אויף ג'ענאסייד (ביידע פארלאנדען טיפערע הוכחות איבער בייזוויליגע אינטענט).

און דו דארפסט אויך אקאונטען פאר די פארשידענארטיגע דירעקציעס פון וואו די קלאגעס קומען (סמיט, ברעג, מולער, גארגיע,) און אויפווייזן די לינק צו א 'דיעפ סטעיט, אין קאנטראסט צו א צופעליגע סענטימענט אנקעגן א פרעצעדענטלאזע פארשוין.
 
כ'זיץ דא מיט די פאפקארן
נאך יעדע @ראדני תגובה שריי איך "טראמפ טראמפ טראמפ טראמפ"
@אלפא וואס זאלעך שרייען נאך דיינע תגובות?
וואס שרייען די דעמאקראטן?
(כ'שעם זיך אז כ'ווייס נישט, אבער לא הבישן למד)

אדרבה!
נאך מיר זאלסטו סטאפן צו שרייען און אנהייבן טראכטן!

:D
 
פאר נייגעריגקייט: בין איך אויך א חלק פון די דיעפ סטעיט ווייל איך האב אים נישט ליב און ווייל איך האלט אז ער דארף ווערן אנגעקלאגט אויף די קלאגעס?

צווייטנס, דאס אז ס'דא אנקלאגעס (1-6 פון דיינע נקודות) איז פונקט אזא הוכחה אז ער איז טאקע א קרימינאל ווי אז עפעס א דיעפ סטעיט קאנספירירט אנקעגן אים, אנלעס אז דו ביסט אויך ביי די מיינונג אז 40,000 גע'הרג'טע אין עזה איז אן הוכחה אויף ג'ענאסייד (ביידע פארלאנדען טיפערע הוכחות איבער בייזוויליגע אינטענט).

און דו דארפסט אויך אקאונטען פאר די פארשידענארטיגע דירעקציעס פון וואו די קלאגעס קומען (סמיט, ברעג, מולער, גארגיע,) און אויפווייזן די לינק צו א 'דיעפ סטעיט, אין קאנטראסט צו א צופעליגע סענטימענט אנקעגן א פרעצעדענטלאזע פארשוין.
איך קען דיר נישט אבער אויב ביסטו א ציווילער בירגער אן קיין מאכט, אדער אפילו אויב די ביסט יא אין די סטעיט דיפארטמענט, אבער ווילאנג די פארשטייסט אז דיין/יענעמס שנאה צו טראמפ איז נישט קיין סיבה צו גיין טוען קרומע שריט, איז נישטא קיין דיעפ סטעיט און נישט קיין קאנספיראציע.

ניין די הוכחה איז אלע צוזאמען, דאס אז מען ברענגט אזויפיל אנקלאגעס און אויספארשונגען אקעיגן עים און ס׳ווערט ארויסגעווארפען, דאס ווייזט נישט אז ער איז א קרימינאל נאר פארקערט דאס ווייזט אויף א which hunt.
אזויווי די בריסקער ווארט, פארוואס איינער וואס גייט ביינאכט אויפן גאס, און אן קליידער און אליינס אין בית החיים, איז א משוגענער, און מען גייט נישט פארענטפערען איעדע זאך עקסטער.

40,000 גע׳הרגטע אין עזה ווייזט אויף א מלחמה וואס די פירערשאפט איז גרייט צי מקריב זיין די ציווילע פאר זייער אינטערעסן.

דאס טאקע אז זיי אלע ארבעטען צוזאמען דאס איז די הוכחה, ווער פונקטליך ס׳שלעפט די שטריקן ווייס איך נישט, און ס׳מיינט נישט אז זיי האבן זיך אלע צוזאמגעזעצט ביי א טיש און נמנו וגמרו אז זיי גייען דעם טראמפן אונטערברענגען.

ס׳גענוג א ווינק פון די דעמאקראטישע פארטיי, די קלינטאנס, דזשארדזש סאראוס צי ווער ס׳איז דארט דער סובב כל עלמין, און יעדער פארשטייט זייער דזשאב.
 
נארוואס באגעגנט דעם פסיכאלאגישן אנאליז איבער טראמפ.
עס איז א פסיכאלאגישע אריינבליק אין טראמפ'ס כאראקטער דורך אנאלאזירן זיינע טוויטס, רעאקציעס, און אקטן.

עס איז צופעליג אויך גאנץ א גוטע קרעש-קורס אין פסיכא-אנאליסיס, ובפרט איבער די סכיצויד-פאראנויד פאזיציע איבער וועלכע מאלאני קליין פראפאזירט.

View: https://www.youtube.com/watch?v=u9QnV3stUBk

הבהרה: דער פסיכאלאג אויפן שמועס קלארט אויס בעפאר אז ער האט א בייעס אנקעגן טראמפ - אויב נאר עס מאכט אויס.
אויך איז עס שוין אפאר יאר אלט. היינט וואלט כמובן געווען אסאך א ברייטערע און רייכערע קאלעקציע פון וואו צו דערשנאפן נאך פון זיינע כאראקטער שטריכן.
 
קודם וויל איך אויסלויבן דער בעל הווידיאו פארן מודה זיין אז ער האט א בייעס, עפעס וואס די לינקע מידיע קען נישט מודה זיין.
אבער שנית, וועלכע טעם האט עס ווען איינער וואס איז אנטי טראמפ מאגט א פסיכא-אנאליז אויף טראמפ און קומט צום מסקנה אז ער איז א סכיצויד פאראנויד, ס׳איז אזויווי התאחדות טרעפט גמרות אז פרויען טארן נישט דרייווען.

למעשה האט דאך יעדער בייעסעס, ווייס איך נישט זאל מען נעמען א פרא טראמפיסט וועט ער קומען צים מסקנה אז טראמפ איז דער נערמאלסטער מענטש זינט מענטש באשאף, נו ווי האט ווייסעכווער אויסגערופען ביים רעבעזכיסעס לויה אונז זעמיר טיף אין טוכעס.
 
עס איז א מיסקאנסעפציע אז בייעס = פאלש, (אויב יא איז קיינער קיינמאל גערעכט, ווייל יעדער האט בייעס אויף כמעט יעדער נושא), די קונץ איז צו זיין מודע איבער די אייגענע נגיעות און פראבירן צו זיין דאס מערסטע אביעקטיוו אפי' הכי.

די רעכטע האבן ליב צו נוצן די בייעס קארטל אנקעגן די לינקע און שרייען אז זיי קענען נישט זיין אביעקטיוו (טראמפ'ס דזשורי אדער סיי וועלכע נעגאטיוויטעט אנקעגן טראמפ), עס האט אבער צוויי פראבלעמען:
1. לאמיר זען ווען די רעכטע אנערקענען זייער בייעס אמאל - עס קען דאך נישט זיין אז ביידן איז קארופטירט און אז די דיעפ-סטעיט איז א פאקט אביעקטיווערהייט, בו בזמן וואס טראמפ איז לגמרי אומשולדיג אין סיי וואס ווייל 'די לינקע האבן בייעס'...
והשנית, עס פארוואסערט סיי וועלכע אקאונטאביליטי וועלכע טראמפ זאל ווען דארפן נעמען - מיטן אויסרייד אז סיי וואס אנקעגן אים איז 'בייעסד'. עס קען דאך נישט זיין געמאלן אז א פרעזידענט זאל זיין אימיונירט אנקעגן סיי וועלכע קריטיק סתם ווייל די קריטיק איז בייעסד.
ואדרבה ווייזט מיר איין פלאץ ווי טראמפ וחסידיו זענען מודה אין א פראבלעם זיינע (אין זיין כאראקטער, אין זיין רעטאריק, אין זיינע ליגנטס, אפגערעדט אין זיינע קרימינאלע אדער פראבלעמאטישע אקטן)?! אויף די אנדערע זייט מטבע הערט מען די גאנצע צייט קריטיק פון די לינקע אויף ביידן און ווי ער נעמט רעספאנסיביליטי דערפאר (זיינע דאקומענטן, האנטער ביידן, זיין לעצטיגע אפטריט, א.א.וו.).

צייגט אייך אליין איבער וואו די 'אומ'אביעקטיווקייט' ליגט.

איך זאג נישט אז לינקע פראבירן נישט צו פארוואסערן פראבלעמען אויף זייער זייט אדער פארגרעסערן פראבלעמען פון די אנדערע - דאס איז דאך אבער נארמאל, דאס ווייזט נאכנישט אויף קיין פארבלענדעטע בייעס אזויווי מ'זעט ביי די רעכטע וואס מאכט זיי לייקענען שמש בצהרים (Jan 6, לעגאלע קעיסעס, זיין נארסיסיזם, וכו.).

עס איז זייער שיין צו זאגן אז ווייל א פסיכאלאג אדער שופט איז בייעסד איבער טראמפ - טאר ער אים נישט אפשאצן, אדער אז זיין אפשאצונג איז בהחלט פאלש, ס'זאל נאר זיין ישמעו אזניך, און טראכט אליין צו עס איז כדי צו לעבן אין אזא רעאליטעט ווי יעדער אקאונטעביליטי ווערט אפגעווארפן מיט אזא אויסרייד.

אלטימעטלי, האסט עפעס צו זאגן אדער לייקענען אין די עצם אנאליז פון דעם פסיכאלאג? איז דא עפעס וואס ער פארזעט אדער טייטשט אפ פאלש? האט ער גענומען עפעס ארויס פון קאנטעקסט? האט ער אויפגעמאכט טוויטס אין טראמפ'ס נאמען? האסטו א בעסערע אינטערפרעטאציע איבער זיי? האסטו אן ענליכע געשיכטע צו פארציילן אויף ביידן (אדער סיי ווער אנדערש)?
קום אריין פארצייל! שיס נישט קיין אד-האמינעם אטאקעס אין די וועלט אריין.
 
מיין פוינט איז אז כאטש וואס מענטשן האבן בייעסעס קען מען אסאך מאל אוועק קוקען פון די בייעס און פרובירן צי משפט׳ן אביעקטיוו, אבער ווען עס קומט צי טראמפ איז קיינער נישט פארווע אדער אפילו אביסל בייעס מיט א מעגליכקייט צי ארויסבעקן און זיין אביסל אויפריכטיג, אדער האט מען א בלינדע שנאה צי עם און וואס ער טוט איז שלעכט און מען קען נישט זעהן אז ער איז א מענטש כאטש וואס ער האט פראבלעמען, אדער האט מען א בלינדע אהבה צו עם און וואס ער טוט איז גוט און ער איז סופערמען און ער מאכט קיינמאל קיין טעותים, (פארוואס ס׳איז אזוי? לכאורה ווייל ער האט א פראוואקטיווער כאראקטאר).
מילא ווען איינער קומט מיט א אפשאצונג איבער עם פון סיי וועלכע זיייט איז מיך עס שווער צי גלייבן, די איינציגסטער וועם איך וואלט געגלייבט, איז איינער וואס וואוינט אין הרי אררט ערגעץ אונטער א שטיין און ווייסט נישט פון די גאנצע חאזעריי צו זאגען, ער קען קומען מיט א אביעקטיווער אפשאצונג.
און לאמיר זיך נישט נער׳ן ער איז נישט אזא גאט ווי מען מאכט עם און נישט אזא שייגעץ ווי מען מאכט עם.
און אגב איך בין א טראמפיסט, און איך האב טאקע בייעסעס און איך אנערקען עס, און איך אנערקען עס גענוג אז איך שעם מיך נישט צי זאגן אז מיין אפשאצונג אויף עם וואלט געוועהן ריגד וויבאלד איך בין א שטארקע חסיד פון (עם? ניין!) זיינע פאליסיס.
אבער די לינקע קענען דאס נישט מודה זיין, די לינקע ווייסען אייבעג וואס איז גוט פאר א יעדעם און וויאזוי די וועלט דארף אויסזעהן, האלאו קאלם דאון, די האלטסו אז אזוי דארף אויסזעהן א מושלמ׳דיגע וועלט, קען זיין, אבער איך האב אויך א מיינונג, און די קענסט נישט ארויפצווינגען דיין לייפסטייל אויף מיר אפילו די האסט גוטע כוונות.
 
מסכים. 'גלייב נישט'! הער וואס יענער זאגט און זיי אליינס מחליט צו עס שטומט..
 
פאר דער וואס האט די געדולד און ווילן צו פארשטיין אביסל די נואנסעס אין פאוער דינאמיקס.

אט איז א שמועס צווישן פעטריק בעט-דעוויד א באקאנטע רעכטע מוילמאכער, מיט דאגלעס מאראי - אן ענגלישע דזשערנאליסט - ברייט באקאנט פאר זיין התנגדות צו אימיגראציע און WOKE'יזם מיט זיין שארפן פיסק.

זיי הייבן אן די שמועס איבער מאסע-אימיגראציע אין אייראפע, אבער גאר שנעל הייבט PBD אן צו אויסלייגן זיינע ארגומענטן איבער 'די עסטעבלישמענט / דיעפ סטעיט' קאנספיראציע טעאריעס.
דאגלעס קומט אבער לעומתו אריין זייער קלאר מיט א לענגערע ביאור וויאזוי אזא בליק איז זייער א low resolution וועג פון אפלערנען קאמפליצירטע סוגיות, און וויאזוי עס איז פאלש, אומלאגיש, און נישט מער ווי א דעספערעט פראוו צו מאכן סענס פון messy פאליטישע סטראגעלס.

קוקטס און האטס הנאה!

View: https://youtu.be/uvbTJk2omL4&t=1837s
 
@אלפא א געוואלדיגן ייש"כ פאר אלע דיינע תגובות דא, ממש מחיה נפשות יעדעס ווארט!
כ'קלאפ מיך צומאל אויף די פלייצעס, ברוך שכיונתי לדעת אלפא.
 
ראדני איז פיינע נייעס.

בד''וו איך וויל קלארשטעלן. ס'איז היינט שוין עסטעבלישד מיט א קלארקייט און עווידענס אז די גאנצע ראשען קאלוזשן איז געווען א אויסגעפלאנטע סטראטעגיע פון וואשינגטאן פטור צו ווערן פון טראמפ. אבער ס'האט איינער (עזרא כהן וואטניק) עס פונקט בטעות אנטדעקט אין אנפאנג פון טראמפ'ס פרעזידענסי. און ער האט איבערגעגעבן די עווידענס פאר קעש פּאַטעל וואס האט דאן געפירט די לעגאלע אנגעלעגנהייטן פאר דעווין נונעס און דאס האט צוגרינד געלייגט זייער גאנצע פלאן. ווען נישט דער אנטדעקונג וואלט טראמפ געדארפט רעזיגנירן פונקט ווי ניקסאן און יעדער וואלט נאך געמיינט אז די אויסגעטראכטע מעשה איז אמת.

ס'איז דא א דאקומענטרי פון אלע דעטאלן.

Amazon.com

איינער וואס זעהט דאס וועט אנערקענען במציאות וואספארא אומרעכט ס'איז דא פארגעקומען.

און די גרויסע שאלה איז פארוואס?......
 
מי לנו גדול - ביי די רעכטע - ווי בען שפירא (פארשטייט זיך נאך טאקער קארלסאן, קאנדעס אוענס, און אלעקס דזשאנס),

אט האט איר וואס ער זאגט צו די אלע 'דיעפ סטעיט' קאנספיראטארן: (ער רעדט דערפון פאר בערך 20 מינוט)

View: https://www.youtube.com/watch?v=NjZCXMCbMvI&t=1173s



בעיסיקלי, ער טענה'ט אז עס איז גרונדלאז און מיינונגלאז צו שרייען אז א 'געוויסע' קליקע פון שלעכטע מענטשן שטייען אונטער אלעס און פראבירן אונטערצוברענגען טראמפ אדער אריינברענגען א נייע 'וועלט ארדער'. פונקט ווי עס איז מיינונגלאז צו שרייען אז ראסיזם איז סיי וויאזוי 'סיסטעמיק'.

אן קיין ספעסיפיקס וויל ער פון גארנישט הערן!
 
בען שאפיראו איז נישט קיין טראמפ רעכטער און אויך נישט קיין אנטי דיעפ סטעיט. ער איז א רעגולער 'עסטעבלישמענט' רעפאבליקאנער ווי פאול רייען און דזשאן מעקעין און דזשארזש בוש און דיק טשעיני.

פאר מער אינפארמאציע זוך אויף זיין ארטיקל
Why I would never vote for Trump.

למעשה האט ער שפעטער געביטן צו טראמפ פשוט ווייל ער האט נישט געוואלט אויסזעהן ווי גלען בעק......
 
איך האב נישט קיין סאך איינגעלייגט מיט בען שפירא'ס פאזיציעס און פאלאסיס (אדער סיי וועלכע רעפאבליקאנער פאר דעם מעטער).

איך האב אבער יא הנאה ווען ער קומט ארויף אויף אינטערוויוס און נייטראלע שמועסן, וואו זיין קלארקייט און קלוגשאפט קומט ענדערש ארויס - ער אידאך פארט א איד..

סיי אין די אויבנדערמאנטע שמועס רעדט ער גאנץ שיינע זאכן בכלליות (הגם לגבי זיין בליק איבער וויקטימהוד אין איבער זיין פריוואטע פסיכאלאגיע איז דא אסאך וואס צו רעדן).
זיין דעבאטע מיט אלעקס אקאונאר איבער Free will איז אויך געווען זייער ציוויל און באלערנד.

ועל כולם האב איך הנאה געהאט פון זיין לעצטיגע שמועס אויף די טריגערנאמעטרי פאדקאקסט, ווי ער לייגט אויס זיין פערספערטיוו און איידיעס איבער סאסייעטי בכלליות, און לדעתי קומט ער אריין זייער קלאר:

View: https://www.youtube.com/watch?v=mdCsjV84BH0



אינטרעסאנט טאקע אז דארט זאגט ער (אין די באנוס אפטיילונג) - איבער די פראגע צו ער בייגט אמאל צו זיין רעטאריק פאר די אודיענץ און performance purposes - אז זיין בליק אויף טראמפ איז באמת די זעלבע נעגאטיוו היינט ווי אין 2016, נאר פאר פראגמאטישע סיבות שטיצט ער אים מער ווי ער וואלט..
 
Back
Top